יום רביעי, ספטמבר 09, 2009

אני לדודי ודודי לי

אני לדודי ודודי לי
איך לויף. וואו לויפסטו?
אונדזער לעבן, ווייניק ליבעראל
אייבערשטער: למאי ולמה לא?
אוי, ליבע, ווייטער לענדער.

תורה, שארף, רוי, יונג.
תזמורת, שפיל ראק, יא.
תעודה: שלעכטע רייז יאגורט.
תודה, שיינע ריחות, יאזמין.

5 תגובות:

  1. אנונימי10:10 אחה״צ

    ר´ שלום איר מאכט מיך שטענדיג גאר נייגעריג ווען איך ליין אייערע פאעמען. איך ליין דאס אפ ווי עס קוקט דער האן אין די בני-אדם אריין. איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט. איך וואלט דאך אזוי געוואלט פארשטיין כאטש די יסודות פון פאעטיק. איך אליין שרייב פיל לידער אין גראמען, אבער ווי עס שיינט בין איך דאך נישט באקאנט מיט דעם סארט פאעטיק.

    השבמחק
  2. נו, אלו ואלו. פֿאַראַן עטלעכע מעגלעכקײטן. אָדער מײַן פּאָעזיע איז נישט װערט קײן עמלה, איז פֿאַרפֿאַלן. איר פֿאַרשטײט נישט װײַל ס'איז נישט כּדאַי צו פֿאַרשטײן. דאָס איז אײן מאָל אַװעק. אָדער ס'איז יאָ װערט, און עס גײט אין דעם, װאָס מע טאָר דאָס נישט פֿאַרשטײן, אַזאַ דאַדאַיסטישער צוגאַנג. איר פֿאַרשטײט אַלײן אַז נישט איך האַלט פֿון די צװײ ברירות. עס שיקט זיך אָבער מער אַ דריטע: אַז איר לײענט און שרײַבט פּשוט אַן אַנדער סאָרט פּאָעזיע װי איך, װאָלט איר געדאַרפֿט זיך צוגעװױנען צו מײַנעם צו זײַן אַ מבֿין דערױף. קענען מיר רעדן װעגן דעם שפּעטער, ב"נ.

    השבמחק
  3. אנונימי10:34 אחה״צ

    יא ר´ שלום, איך האב אוודאי געקלערט פון דער לעצטער מעגליכקייט. איך האב נישט געקלערט אויף א מינוט מבטל צו מאכן אייער ווערק. פארקערט גאר, איך האב געשריבן אז איך בין פשוט נייגעריג זיך דאס אויסצולערנען, אויף צו קענען פארשטיין. אדרבא, אויב קען איך מיט אייך שאפן פארבינדונג אויף אן אופן, וועל איך מיך שטארק פרייען.

    השבמחק