יום שני, אוקטובר 16, 2006

פֿילאַקטעריעס

מיט פֿרייד האָב איך באַקומען דעם נײַעם נומער ווײַטער. איבערגעלייענט און געטיילט דעם חנעוודיקן קאַרטון מיטן מיידעלע. נאָר איינס האָט מיך ממש פּריטשמעליעט -- פֿארן וואָרט "לוויה" דער טײַטש "טרויערצוג". וואָס איז דאַס -- אַ מרה-שחורהדיקע באַן? עס דערמאָנט מיך אין אַלטן וויץ: דער גוי פֿרעגט וואָס איז דאָס וואָס מע לייגט אויפֿן אָרעם, און דער ייִד זאָגט "פֿילאַקטעריעס"...

5 תגובות:

  1. אנונימי1:06 אחה״צ

    Shoin citrus gebencht?

    השבמחק
  2. אנונימי2:10 אחה״צ

    Vos redst du Gefilte??? Mir hobben shoin lang willow-sprigs geklapt

    השבמחק
  3. אנונימי12:04 אחה״צ

    Bei azoins Gefilte, in goyish an esrog haist citron un nisht citrus.

    השבמחק
  4. אנונימי2:32 אחה״צ

    Dov W
    1) Tzu kent ir den alle goishe shprachen?
    2) Ir hot zich gemuzt ibershlofin az dos zol eich beifallen?
    3) Ir zent gerecht!

    השבמחק
  5. אנונימי3:01 אחה״צ

    קוק א שמועס איבער דיר אין וויקיפעדיע געמיינדע בלאט.

    מיר האבן שוין דערלעבט די גרויסע האפענונג אז די אידישיסטן וועלן דא קומען אין בארייכערען. קוקט די באטיילונגן פון באנוצער:שלום בערגער וועט איר זעהן אז ער רעדט נישט קיין אידיש. ער רעדט עפעס א שפראך וואס ער אליין פארשטייט נישט. זעה קענסער אדער עידס און זאג מיר צו דו האסט נישט קאפוויי נאכן ליינען... ווייסט פארוואס? ניין איך בין נישט קיין דאקטער, אבער מען דארף נישט האבן קיין דעגרי צו פארשטיין אז פאר נייע באגריףן וואס סייענס דאקטערייי, און קאמפיוטער טעכניק האט באשאפן איז נאך נישט געווען די צייטן פון ייוו"א כללים זיי צו געבן נעמען, און די אלע נעמען וואס שלום בערגער געט זיי איז פון זיין בויך ארויס אז קיינער וואס רעדט היינט אידיש און איז נישט קיין דאקטער קען נישט פארשטיין נישט קיין חילוק וויפל שעות און טעג מען לייגט אריין צו ליינען איין שורה. דער כלל פון אונזער גערעדטער אידיש. וואס אידן רעדן. איז אז פאר נייע ווערטער איז דאס פונקט ווי די גוי ארום אונז רופן דאס. סא א סעל איז נישט קיין קאמער, ווייל רוב אידן ווייסן נישט וואס מיינט א קאמער. און א סעל האבן זיי שוין געהערט הונדערטע מאל א טאג. א.א.וו.

    השבמחק