יום רביעי, אוקטובר 25, 2006

וואָס פֿאַר אַ ייִדיש איז "עכט"?

אַ דאַנק אבישי פֿאַרן שיקן מיר אַ לינק צו אַ הויך אינטערעסאַנטער דיסקוסיע אויף וויקיפּעדיע. די רייד גייט וועגן אַ געוויסער שאלה, ד"ה: צי זאַל מען "איבערמאַכן די קעפּלעך לויטן גערעדטן ייִדיש און ניט די "ייֵוואָ-כללים"? אין תוך גענומען, פֿאַרשטייט זיך, איז דאַס פּשוט אַ נײַער גילגול פֿון אַ "קלאַסישן" שמועס וואָס גייט אַן שוין מער ווי הונדערט יאָר בײַ ייִדיש-ליטעראַטן. וואָס דאַרף זײַן די פֿאַרבינדונג צווישן דער גערעדטער שפּראַך און דער שרײַבשפּראַך?

נאַך אינטערעסאַנטער זײַנען די אָננעמענישן פֿון די קאָמענטירער, למשל אַז די וועלטלעכע ייִדיש-אויסגאַבעס באַציִען זיך צו וויקיפּעדיע מיט שאַנד.

אַרומגערעדט אויך האָט איינער אַ לייענער מײַן סטיל שרײַבן, בזה-הלשון:

מיר האבן שוין דערלעבט די גרויסע האפענונג אז די אידישיסטן וועלן דא קומען אין בארייכערען. קוקט די באטיילונגן פון באנוצער:שלום בערגער וועט איר זעהן אז ער רעדט נישט קיין אידיש. ער רעדט עפעס א שפראך וואס ער אליין פארשטייט נישט. זעה קענסער אדער עידס און זאג מיר צו דו האסט נישט קאפוויי נאכן ליינען... ווייסט פארוואס? ניין איך בין נישט קיין דאקטער, אבער מען דארף נישט האבן קיין דעגרי צו פארשטיין אז פאר נייע באגריףן וואס סייענס דאקטערייי, און קאמפיוטער טעכניק האט באשאפן איז נאך נישט געווען די צייטן פון ייוו"א כללים זיי צו געבן נעמען, און די אלע נעמען וואס שלום בערגער געט זיי איז פון זיין בויך ארויס אז קיינער וואס רעדט היינט אידיש און איז נישט קיין דאקטער קען נישט פארשטיין נישט קיין חילוק וויפל שעות און טעג מען לייגט אריין צו ליינען איין שורה. דער כלל פון אונזער גערעדטער אידיש. וואס אידן רעדן. איז אז פאר נייע ווערטער איז דאס פונקט ווי די גוי ארום אונז רופן דאס. סא א סעל איז נישט קיין קאמער, ווייל רוב אידן ווייסן נישט וואס מיינט א קאמער. און א סעל האבן זיי שוין געהערט הונדערטע מאל א טאג. א.א.וו. דער איינציגסטער פראבלעם ווערט דאן אז ארץ ישראל אידן מיט אמעריקאנע אידן האבן אן אנדער אידיש, נו. איז דען דאס נישט אמת? און ווער איז די עתיד פון וויקיפעדיע די אמעריקאנע אידיש צו די איזראעלי אידיש? איך מיין אז דאס איז נישט קיין דעבאטע אז אחוץ די קנאותדיגע סאטמאר קרייזן און אפילו זיי אליינס רעדן מער היברו ווי אידיש, בשעת אין אמעריקע רעדן די אידיש רעדענדיגע אידן מער אידיש און כמעט נישט קיין ענגליש. און אויף סייענס איז היברו רוב מאל מער נוטה צו ענגליש ממילא וועלן די איזראלי אידיש רעדנדיג זיך קענען מיט די טערמינען ווי סעל, ווייל עס איז מער נאנט צו היברו ווי קאמעריל.

2 תגובות:

  1. אנונימי7:35 AM

    א ביאלאגישע צעל הייסט טאקע צעל און נישט "קאמער". דער ווארט קאמער נוצט מען אויף אן ארט ווו דער גלח זיצט אדער א איינקויפער קאבינע, וואס הייסט א קעמערל.

    השבמחק
  2. איר זײַט גערעכט . . . און איך בין גערעכט. דאָס הייסט, אין אײַערע קרײַזן איז אײַער לשון אַזוי, און אין מײַנע קרײַזן אַ ביסל אַנדערש. איר זײַט מער געטרײַ צו ענגליש, מיר האָבן אַ ביסל מער דערפֿאַרונג מיט וויסנשפֿטלעכע טערמינען. נאָר אלו ואלו.

    השבמחק