יום שלישי, מאי 16, 2006

צײַט

אַ סדר נומערן וואָס באַשרײַבן וווּ מיר געפֿינען זיך אין צײַט. צום בײַשפּיל, זאָגט מען אַז די צײַט איז עלף דרײַסיק. דאָס מיינט אַז פֿון די שעהען פֿון טאָג זײַנען שוין אַריבער פֿון זיי אַ ביסל מער ווי עלף. די נומערן העלפֿן זיך אָריענטירן אין דער שטראָם פֿון אַ וועלט וואָס קען צעמישן.

צי איז דאָ עפּעס צײַטלעך וואָס מע קען טאַפּן מיט די הענט? עפּעס וואָס מע קען טײַער האַלטן פֿון דער קעלט, שטריקן אַ שאַליקל, געבן אַ שיסל יויך, מיטנעמען אויף אַ חתונה, לאָזן טאַנצן אַ האָראַ?

געוויינטלעך רעדט מען וועגן דיר, צײַט, נאָר באַווײַזסט זיך אונדז ניט פֿאַר די אויגן, ווי אַ גוסס וואָס ליגט אויבן אין בעט, קוים זשיפּענדיק, בשעת די בינען קרײַזלעך זיך זשומענדיקערהייט צווישן די שמעקעדיקע ביימער.

דער פֿרימאָרגן איז בלויז אַ הקדמה צום מיטאָג איז בלויז אַ דורכגאַנג צום אָוונט איז מערניט אַ וואָרט פֿריִער צום שלאָפֿן גיין.

בכל דור ודור חייבֿ אָדם לראות את עצמו כּאילו ער איז אַ בלום וואָס האַלט אין ווערן אָפּגעריסן פֿון די הענט פֿון אַ געליבטן.

ניט בײַצײַטנס, ניט אין צײַט, ניט מחוץ דער צײַט, נאָר טיף אינעווייניק אין אינגעווייד פֿון צײַט, די צײַטקישקעס אַרומגעפּלאָנטערט אויפֿן האַלדז ווי אַ פֿליישיקער ליי.

אַ סדר אָרגאַנען וואָס די מקובלים פּרוּוון פֿאַרסכהכּלען צו רמח, כאָטש יעדער וואָס איז אַ מאָל קראַנק געווען ווייסט אַז דער קײַמא־לן איז גיכער אַן אין־סוף.

אַ סדר ווידערגעבוירנס און ווידער־גסיסות, צײַט, איז פֿאַרשריבן אין אונדזערע תּנכן. אויף די ווענט פֿון אונדזערע בריסט.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה