יום חמישי, אפריל 21, 2005

בײַם טאַץ

כּרפּס און כריין
ביצה און ביין
אויפֿגערייצט די חושים
שׂכל זאָל פֿאַרשטיין.

משועבד העט אַמאָל
פֿאַרשקלאַפֿט דאָ און ווײַט
זאָל מע שוין באַפֿרײַען
זיך און יענע, הײַנט.

יום שלישי, אפריל 05, 2005

דער אומקלאָרער חשק צו שרײַבן עפּעס וועגן פּויפּסט

כּדרכּו בקודש האָט בר־פּחתי אָנגעשריבן אַ טרעפֿיקן איבערבליק וועגן דער הסתּלקות פֿון „הייליקן פֿאָטער.“ כ´האָב ניט קיין סך צוצוגעבן צו דער דיסקוסיע חוץ (כּדרכּי בקודש) אומקלאָרקייט און קווענקלענישן. למשל: כ´פֿיל ניט אַקעגן דעם ניפֿטר דעם ייִראת־הכּבֿוד וואָס אַנדערע ייִדן, על־פּי רובֿ די פֿרומע, האָבן אויסגעדריקט. מיר איז ניט אינטויִטיוו קלאָר וואָס דער קאָנסערוואַטיזם פֿון אַבי וואָס פֿאַר אַ רעליגיעזן פֿירער איז כּדאַי אויפֿצונעמען מיט אָפֿענע אָרעמס, סתּם ווײַל מײַן רעליגיעזע טראַדיציע איז אויך (אַ מאָל און אויף אַ יחידישן אופֿן) אויך קאָנסערוואַטיוו. כ´בין אָבער ניט אַזאַ וואָס קען גרינג אָפּמשפּטן אויפֿן סמך פֿון האַלב־באַנומענער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם צי יענעם צוגאַנג. בײַ מיר איז פּשוט שווער צו פֿאַרשטיין, און איבערגעבן על־רגל־אַחת, וואָס פֿאַר אַ מענטש ער איז געווען: סײַ אַן אַנטי־קאָמוניסט סײַ אַן אַנטי־קאַפּיטאַליסט, סײַ אַנטי־אַבאָרט סײַ אַנטי־טויטשטראָף. און אַזוי ווײַטער. כ´קען יאָ זאָגן אַז פּערזענלעך איז בײַ מיר גאַנץ קלאָר, וואָס זײַנע שטעלונגען וועגן אַבאָרט און האָמאָסעקסואַליזם זײַנען, דעם אמת זאָגנדיק, מער רעפֿלעקסיוו און דאָגמאַטיש ווי חסדימדיק, – און אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, דאַרף אַ פֿרומער קאַטויל שטעלן דעם טראָפּ אויף חסד. נאָר כ´בין ניט גענוג באַהאַוונט אין זײַן אַלגעמיינעם לעבן און פֿילאָסאָפֿיע כּדי צו פּסקענען, ווי אַזוי די דאָזיקע חיסרונות ווערן בילאַנצירט (אָדער ניט) פֿון זײַנע אַלגעמיינע מעלות.

צוריקגערעדט אָבער איז ניט גענוג אַוועקצומאַכן אַלץ מיט דער האַנט און געבן דעם פֿאַרשפּרייטן תּירוץ, עט, ער איז אַ גוי, וואָס איז דער חילוק. עפּעס שטעקט דאָך אין דער באַוווּנדערונג און כּמעט־פֿאַרגעטערונג פֿון מיליאָנען בשׂר־ודמס. אפֿשר איז טאַקע אמת וואָס מע זאָגט, אַז ס´איז אַ מאָל גענוג צו זאָגן אַז דער צי יענער מענטש איז פּראָסט־פּשוט „אַ גוטער“, אָן די קאָמפּליצירנדיקע פּרטים וואָס פֿילאָסאָפֿן האָבן ליב אַרומצוקײַען. אַזוי איז טאַקע געשטאַנען, ווי איך פֿאַרשטיי, אויף די טראַנספּאַראַנטן וואָס די חסידים זײַנע האָבן אויפֿגעהויבן אין דער הייך בשעת דער פּראָצעסיע אין רוים: „ר´איז געווען אַ גוטער.“ אפֿשר איז דאָס גענוג, אַזאַ אַלגעמיינע דעת־הציבור.

אײַ, וואָס דער עולם איז אַ גלום, און דער ציבור קען אַ מאָל שטיצן (און האָט אַ סך מאָל יאָ געשטיצט) בפֿירוש ניט־גוטע, בייזע אָנפֿירערס, סײַ רעליגיעזע סײַ פּאָליטישע? ניט דאָ איז דאָס אָרט זיך אַרײַנצולאָזן אין אַ פּרטימדיקער דיסקוסיע פֿון היטלער, סטאַלין, און די אַלע ימח־שמוניקעס, נאָר איין אונטערשייד איז אַזאַ: אַ גוטן דערקענט מען בדרך־כּלל ווי אַ גוטער, נאָר מיט די צוגאַנגען זײַנען וועט מען זיך אפֿשר פֿונאַנדערגיין. מיט אַ בייזן, ווידער, אַפֿילו ער ווערט באַוווּנדערט פֿון עולם־גולם, איז דאָ אַלע מאָל אַ היפּשער טייל פֿון באַפֿעלקערונג וואָס טרעט קלאָר אַרויס דערקעגן, און וועט שווײַגן און „באַוווּנדערן“ נאָר אויב געצוווּנגען.

קען זײַן, סוף־כּל־סוף, אַז דער ניפֿטר איז אַ גוטער, כאָטש ניט אויף אַן אופֿן וואָס כ´וואָלט מסכּים געווען דערמיט. און דאָס איז אויך ווירדיק.

יום ראשון, אפריל 03, 2005

אַ פֿרוי שרײַבט וועגן איר נײַעם געגנט

שוין צוויי חדשים וואָס מיר זײַנען
אין דער נײַער דירה, גענוג לאַנג
צו זען ווער עס מאַכט דעם בעסטן קידוש
און ווער ס´זינגט אויף דער נאַכט אַ שיכּורס געזאַנג.

בײַ טאָג טרעף איך יונגע פֿרויען צעשטראַלטע
און כ´באַגריס פֿרויען מיט קינדער
און פּרוּוו עפֿענען טירן
די אַלטע אײַנגעהויקערטע און בלינדע.

כ´קלײַב זיך אַרײַן אין דעם געגנט
אַ רעלאַטיוו יונגע פֿרוי
און כ´פֿרעג ווי אַזוי כ´ל זיך עלטערן.
מע זעט אומעטום ווי אַזו:

ווער ס´איז דאַכט זיך שוין גרייט צו שטאַרבן
און ווער עס זויפֿט אײַן די מי־שברכס,
און ווער עס זיצט קעגן איבער אַ פּאַרק
און וויל ניט אָפּלאָזן דעם ריח.