יום רביעי, ספטמבר 29, 2010
שפּײַזן פֿון די ריזן
געשעפּט אַ לעבנסלוסט.
פֿון שמאַנט מיט טרוסקאַפֿקעס
האָט זיך פּאָסמאַקעוועט קאַפֿקאַ.
לײענט װײַטער.
יום ראשון, ספטמבר 19, 2010
פשט, דרש און די עשרת-הדברות
זיינען די דירעקטע רייד פון גאט.
אויב אזוי ....
... כדי איבערצולייענען דאס גאנצע ליד, ווערט א שטיצער אט א דא!
יום ראשון, ספטמבר 12, 2010
נאָך שירהוואַרג
יום ראשון, ספטמבר 05, 2010
וואָס פֿאַר אַ פּנים זאָל האָבן אַ צוויי־שפּראַכיק בוך פּאָעזיע?
כּדי צו האָבן צוטריט צו דער דיסקוסיע, זײַט מנדבֿ (אַזוי ווייניק ווי איין דאָלער) און ווערט אַ פּרענומעראַנט בײַ קיקסטאַרטער.
יו וואָנט בי סאָרי!
יום חמישי, ספטמבר 02, 2010
יום רביעי, ספטמבר 01, 2010
ייִדישע קנעפּלעך און פֿרומע קעפּלעך: אַ שמועס וועגן פּרשת רובאַשקין מיט קטלא קניא אין די תּשובֿה-טעג
ק"ק: איך האָב ניט געהערט פֿון דיר אַ דעה איבער דער רובאַשקין "אומיושר". איך לייען דער הכּצעקת פֿון אַחינו בני ישׂראל און פֿאַר אַ רגע בין איך מסופּק צי מען קען גלייבן די מעשׂיות איבער דרײַפֿוס און ביילין. אפֿשר דאַרף מען די חבֿרה צוריקשיקן אַהין צו זען וואָס באַדײַט שׂינאת-ישׂראל. אָבער אַף-על-פּי-כן איז שווער צו פֿאַרשטיין אַ לעגאַלע סיסטעם וואָס שפּאַרט אײַן מענטשן איבער דיני ממנות אויף 27 יאָר. איך ווייס ניט צי מיידאָף וואָלט דאָס באַקומען אין אַנדערע לענדער.
ש"ב: דעם אמת זאָגנדיק האָב איך ניט דעם מינדסטן מיטגעפֿיל פֿאַר רובאַשקין, האָב איך ניט געלייענט די נײַעס וועגן אים מיט קאָפּ. עס קען זײַן (און איך ציטער איבער דעם אין די תּשובֿה-טעג) אַז מײַן אַהבֿת-ישׂראל צו אים און זײַנע קרײַזן איז ניט בײַ דער העכסטער מדרגה. קען זײַן אַז מע האָט אויף אים אַרויפֿגעלייגט אַן אומיושרדיקן שטראָף.
אַמאָל טוט מען דאָס טאַקע מיט די ווײַס-קאָלנערניקעס מע זאָל ניט מיינען אַז לית דין ולית דיין. און דו ווייסט וואָס? יענע חבֿרה מיינט טאַקע אַז דינא דמלכותא דינא איז קיין מאָל שייך. איז אפֿשר ניט אַזוי אומיושרדיק.
ק"ק: מסכּים מיט אַלעס. מיר ייִדן בכלל און פֿרומע בפֿרט האָבן אַ נאַראַטיוו און רובאַשקין פּאָרט צו דעם גוט. אַ ייִד איז זיך מוסר נפֿש אויף ייִדיש פֿלייש און די אַנטיסעמיטן ווילן אים אַוועקלייגן. ער שפּילט גוט צו מיט די ספֿרים און דער קיטל און מסירת-נפֿש איבער אַ טלית-קטן. אָן בכלל אַרײַנצוגין אין דער יושר ווייסט ער גוט וועלכע ייִדישע קנעפּלעך צו דריקן. ברענגט מען דערנאָך אַ לעווין מיט אַ פּאָר גויים און די פֿרומע שרײַען באַלד אַז אַפֿילו די פֿרײַע און די גויים זאָגן ער איז גערעכט, און אַז די גויים האַלטן ווי אונדז איז דאָך ניט דאָ אַ שטערקערע ראיה.
איך וועל דיר זאָגן אַז חוץ דעם לית דין ודיין און זיך אויסלאַכן פֿון דינא דמלכותא איז בײַ אונדז דער גאַנצער מושׂג פֿון אָפּגעבן דין-וחשבון כּלומר אַקאַונטאַביליטי אין גאַנצן אַ פֿרעמדע. פֿון קינדווײַז אָן נעמט מען ניט אָדער שוואַכע עקזאַמענס. אין ישיבֿות נעמט מען יעדער אָן חוץ די גאָר פֿאַרדאָרבענע, אין שידוכים זאָגט מען אַ ליגן און עס גייט שוין, אין כּולל קען סײַ ווי גיין, מלמדים און טיטשערס זאָגט מען ניט אָפּ, און קרימינאַלע עבֿירות צי ממנות צי סעקסועלע פֿאַרשווײַגט מען אַלס מסירה און "נעבעך אַ שטיב מיט קינדער" וכו'.
און דער פּשוטער מושׂג אַז מע דאַרף אָפּגעבן אַ מאָל אַ חשבון איז המשפּט לאלוקים הוא און רוף מיך צום ונתנה תּוקף.
און דאָס איז דער שווערסטער צו פֿאַרשטיין.
יום שני, אוגוסט 23, 2010
האַרץ-רײַסנדיקע מעדיצינישע באַשלוסן
האָב איך דאָ ווײַטער אַרײַנגעקלעפּט די ניט-רעדאַקטירטע ווערסיע, איר זאָלט אַליין באַשליסן.
פֿון שלום בערגער
א מענטש ליגט אין שפּיטאָל-בעט און קען ניט רעדן. די דאָקטוירים דאַרפֿן מאַכן א באַשלוס וועגן וואָס צו טאָן. ווי אַזוי טוט מען דאָס? ווי אַזוי רעדט מען אַרום אַזאַ זאַך מיט דער משפּחה? די ביִאָ-עטישע עסטאַבלישמענט אין שפיטעלער איבער אַמעריקע האָבן מער ווייניקער שוין אָנגענומען אַ רוטין, אַזאַ מין מעניו פֿון אופֿנים ווי אַזוי אַרומצורעדן מיט דער משפּחה אַ באַשלוס. מומחים אין מעדיצינישער עטיק זײַנען אָבער צו ביסלעך געקומען צום אויספיר, אַז אַזאַ קאָנסענסוס טויג מער ניט.
לאָמיר געבן אַ בליק איבער וואָס קומט היײַנט פֿאָר אין רובֿ שפּיטעלער ווען אַ פּאַציענט האַלט גאָר שמאָל, און וואָס מע רעדט איצט אַרום וועגן די פּאַסיקסטע אופֿנים צו מאַכן אַ בײַט אין דעם אָנגענומענעם צוגאַנג.
מע פֿלעג האַלטן פֿאַר אַן אידעאַל דעם כּלל "די בעסטע אינטערעסן פֿון פּאַציִענט." אלא װאָס, ס'איז נישט אַלע מאָל קלאָר װי אַזױ מע דערגײט יענע "בעסטע אינטערעסן," באַזונדערש אױב דער פּאַציִענט איז נישט בכּוח זײ אױסצודריקן. אָבער נישט נאָר צוליב פּראַקטישע סיבות האָט מען אָפּגעװאָרפֿן יענעם כּלל. עס האַנדלט זיך אין די עטישע יסודות פֿון דער הײַנטיקער ביִאָעטיק, װאָס האָבן זיך היפּש געביטן אין די לעצטע יאָרצענדליקער. צו מאַכן אַ באַשלוס לשם יענעמס אינטערעסן איז חשוד, באַזונדערש אױב מע נעמט אָן פֿאַר זיכער אַז מע װײסט װאָס יענעמס אינטערעסן זײַנען - דאָס שמעקט שױן מיט פּאַטערנאַליזם, װאָס איז הײַנט (נישט בחינם) מער נישט געװוּנטשן.
אין שפּיטאָל-בעט, זאָגן טייל אַז מע וואָלט דווקא ניט געוואָלט, אַ קרובֿ זאָל "פֿאַרבײַטן זייער שׂכל" און פּרוּוון טרעפֿן וואָס זיי וואָלטן געוואָלט.
פֿון דער איבער אַבסטראַקטקייט איז געקומען דער געדאַנק, אַז אפֿשר פֿעלט דווקא אַ געהעריקע ספּעציפֿישקייט אין אַזעכלע צוואות.
איז אָבער מיט דעם געקומען אַ נײַע שוועריקייט וואָס מע האָט מסתּמא געדאַרפֿט פֿאָרויסזאִָגן, דהיינו אַז דאָקטוירים און פּאַציענטן רעדן ניט די זעלבע שפּראַך. אַז אַ רעזידענט-דאָקטער (אָפֿטמאָל ווערט די "מצווה" איבערגעלאָזט דווקא פֿאַר די וואָס זײַנען ניט בײַ די הויכע פֿענצטער) פּרוּווט אויספֿרעגן אַ פּאַציענט וועגן די אַלע אָפּציִעס און צוגאַנגען וואָס וואָלטן געווען טעכניט מעגלעך צום סוף לעבן, קוקט נעבעך דער פּאַציענט ווי אַ האָן אין בני-אָדם. און ווען דער פּאציענט, ווידער, פּרוּווט אַליין ברחל בתּך הקטנה אָנגעבן וואָס מע מעג יאָ טאָן און וואָס מע טאָר ניט טאָן, קומען אויס אַזעלכע סצענאַרן אָן הענט און אָן פֿיס.
מיר דאָקטוירים פֿאַרקײַקלעך די אויגן ווען מיר הערן וועגן פּאַציענטן וואָס ווילן דווקא מע זאָל קוועטשן אויפֿן ברוסט כּדי ווידער אָנצוהייבן דאָס האַרץ, אָבער ווילן לחלוטין ניט קיין אָטעם-טרײַבל דורכן האַלדז -- ווען ביידע זײַנען געקניפּט און געבונדן ווי טיילן פֿון אויפֿמינטערונגס-פּראָצעס. אָדער ווידער ווען אַ פּאַציענט זאָגט אַז מע וויל יאָ װ טרײַבל דורכן האַלדז, נאָר מע וויל ניט צוגעטאָן ווערן צו אַן אָטעם-מאַשין. אַז מע הייבט אָן מיט אַזעלכע פּישטשעווקעס, איז סײַ צו קאָנקרעט סײַ אומפּראַקטיש.
יום שני, אוגוסט 09, 2010
אַ זומערליד
יום ראשון, אוגוסט 01, 2010
"גלאַטשטיין וואָלט זיך מחייה געווען"
טײַערע חבֿרים,bowerypoetrylive.com
אויב איר קענט ניט קומען אויף גלאַטשטיין וואָלט זיך מחיה געווען! - אַ צוויי־שפּראַכיקער אָוונט הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּאָעזיע קענט איר דאָס זען אויף אײַער קאָמפּיוטער פּונקט (און נאָר) אין דער צײַט פֿון דער פּראָגראַם:
זונטיק, דעם 1טן אויגוסט; 6:00 - 7:45 אין אָוונט. ידי פּראָגראַם
פּאָעזיע און זינגלידער:
שלום בערגער, דזשאַש וואַלעצקי, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט
דוד באָטוויניק, לייזער בורקאָ, דינה וואָלאָך, גרשון ווײַס, יעפֿים וויניצקי, שמואל מאַרדער, דוד פֿאַליק, לאה ראָבינסאָן, מינדל רינקעוויטש
יום שלישי, יולי 13, 2010
מע וועט קיין מאָל ניט וויסן
יום שני, יולי 12, 2010
מיר דערציילן טרויעריקע מעשׂיות
יום חמישי, יולי 01, 2010
"איך בין ניט קיין חרדי און ניט קיין ספרדי, נאר איך האלט, אז דאס איז א קאמף פאר מענטשן-רעכט אין ישראל. "
שלום, א גרוס דיר. איך בין א שטיקל עד-ראייה. ערשטנס איז דאס ניט קיין קאמף צווישן אשכנזים און ספרדים (אויב דו האסט אין זינען נעכטיקע דעמאנסטראציע אין ירושלים און אין אנדערע ישראלדיקע שטעט. ס'איז א קאמף קעגו בג''ץ, דעם בית דין גבוה לצדק, וואס האט איינגעפירט אין אונדזער לאנד א מין דיקטאטור פון "שלטון החוק" (געזעץ-מאכט). דאס איז א פארמאכטער קלוב פון 15 ריכטער (בלויז איינער פון זיי א ספרדישער מיט א יארמלקע). זיי האבן זיך צוגעטשעפעט צו א מיידלשער חרדישער שול בית-יעקב פון עמנואל מיט א תירוץ, אז אריבער זיבעציק פראצענט מיידלעך אויף "מגמה חסידית" זיינען אשכנזישע. תחלית איז דאס א קאמף קעגן אומאפהענגיקער חרדישער בילדונגס-סיסטעם. די ריכטער האבן געשיקט אין תפחסע צעדליקער עלטערן, וועלכע האבן זיך אפגעזאגט צו שיקן זייערע טעכטער אין א "געמישטער" שול, אן א "מגמה". מע האט זיי באשולדיק אין א ראסיזם. הקיצור, אין תפיסה זיינען אריין אויך ספרדים און תימנער. דערצו נאך האט ניט דער בג''ץ קיין רעכט צו משפטן פשוטע בירגער, אלא בלויז אנשטאלטן און באאמטע. זיי האבן געקענט משפטן דאס בילדונגס-מיניסטעריום, נאר ניט די טאטע-מאמע פון א קאנקרעטער תלמידטע.
איך בין ניט קיין חרדי און ניט קיין ספרדי, נאר איך האלט, אז דאס איז א קאמף פאר מענטשן-רעכט אין ישראל. אויב ס'זיינען ביי דיר דא קאנקרעטע פראגן, פרעג.
אַוואַנסירטער ייִדיש־קורס מיט באָריס סאַנדלער
דאָנערשטיק, דעם 22סטן יולי, וועט באָריס סאַנדלער אָנהייבן אַ נײַעם אַוואַנסירטן ייִדיש־קורס ספּעציעל פֿאַר שרײַבערס, וואָס וועט זיך טרעפֿן יעדע צוויי וואָכן בײַם "פֿאָרווערטס" אין מאַנהעטן. ער האָט זיך ברייטהאַרציק אָנגעבאָטן צו לערנען דעם קורס בחינום, אָבער בלויז געציילטע מענטשן וועלן אָנגענומען ווערן — בסך־הכּל 5 ביז 7 אָנטיילנעמער. אַלע אַפּילקאַציעס זײַנען אָנגעלייגט, כאָטש דער קורס איז געצילט ספּעציעל פֿאַר יונגע שרײַבערס. די אַפּליקאַנטן וועלן ווערן אָנגענומען לויט אַ בײַשפּיל פֿון זייער שרײַבן און אַ באַשרײַבונג פֿון זייער ייִדיש־הינטערגרונט
אַלע פֿאַראינטערעסירטע, זײַט אַזוי גוט און שיקט אַזאַ מין באַשרײַבונג און אַ בײַשפּיל פֿון אײַער שרײַבן אויף ייִדיש (אַן אַרטיקל, אַ דערציילונג אאַז"וו) ניט קירצער ווי 200 ווערטער, אויפֿן אַדרעס
leyzertag@me.comאַלע אַפּליקאַציעס דאַרפֿן אָנקומען פֿאַרן 13טן יולי. ווײַטערע פּרטים וועלן די אַפּליקאַנטן באַקומען צו הערן ביזן 18טן יולי
זאָל זײַן מיט מזל
יום רביעי, יוני 30, 2010
דאָס ניט-באַקוקטע לעבן
יום חמישי, יוני 17, 2010
פּאָעזיע בפֿרהסיה
איר האָט געשריגן אױף בג"ץ? װיל איך הערן פֿון אײַך
יום רביעי, יוני 16, 2010
אַ פֿרײלעכן בלומסטאָג!
װאָס - רעדוצירט אױף זײערע פּשוטסטע קעגנזײַטיקע פֿאָרעמס -- זײַנען געװען בלומס געדאַנקען װעגן סטיװענס געדאַנקען װעגן בלום און װעגן סטיװענס געדאַנקען װעגן בלומס געדאַנקען װען סטיװען?ער האָט געמײנט אַז ער האָט געמײנט אַז ער איז אַ ייִד כאָטש ער װײסט אַז ער װײסט אַז ער װײסט אַז ער איז נישט.
יום ראשון, יוני 13, 2010
אינטערוויו מיט האסידיק רעבעל: צווייטער טייל
3. ווען זייט איר ממש אראפ פון דרך? איר קענט דיך דערמאנען אין א געוויסן מאמענט אדער מעשה? וואס איז געווען דער אפרוף פון אייערע טאטע-מאמע/געשוויסטער/רביים?
צום ערשט איז עס אלץ נאר געווען א מחשבה-זאך. איך האב אויפגעהערט גלייבן, אבער איך האב זיך ווייטער געפירט צוממערסטנס מיט די געווענליכע פרומקייטן פון א פרומע/חסיד'ישע פערזאן. איך האב געהאט א פאמיליע, א ווייב מיט קינדער, און עס אלץ אפצולאזן איז נישט געווען קיין פראקטישע זאך. דא און דארט האט זיך געמאכט אז כ'האב געגעסן עפעס נישט-כשר'ס, אדער נישט אין אכט גענומען הלכות שבת, וכדומה. צום ערשט איז מיין חילול שבת געגאנגען נישט ווייטער ווי צו נעמען פון טשאלנט אויפ'ן בלעך פרייטאג-צו-נאכט ווען די פאמיליע איז געשלאפן, אן קיין דאגה וועגן הגסה. צומאל, אז איך האב זיך געטראפן מיט פריינט וואס האבן געהאלטן די זעלבע ווי איך, איז מען געגאנגען עסן אין א נישט-כשר'ע רעסטוראנט. אבער אין שול בין איך נאך געגאנגען ערליך שבת מיט מיינע זון, און געפירט שבת סעודות, געפאסט יום כיפור, געגעסן אין סוכה, וכדומה.
מיט די צייט, בעיקר צוליב פערזענליכע ענינים – אבער אויך טיילווייז וועגן אונזערע צוטיילטע מיינונגען איבער רעליגיע, האב איך אפגעמאכט מיט דאס ווייב זיך צו טיילן. ערשט דערנאך האב איך אנגעהויבן צו לעבן אן אפענעם פרייען לעבנסשטייגער. דאס האט פאסירט בערך צוויי און א האלב יאר צוריק.
מיין מוטער און געשוויסטער האבן – צו זייער אויסערגעווענליכן קרעדיט – אנגענומען מיין נייע לעבנסשטייגער מיט פארהאלטמעסיגע איינגעהאלטנקייט. עס האט זיי שטארק וויי געטאן, אבער קיינער האט מיט מיר נישט אפגעהאקט, אדער זיך אויפגעפירט נעגאטיוו צו מיר, מיר מרחק געווען א.א.וו. מיין פאמיליע איז קליין (מיר זענען נאר פיר געשוויסטער), און מיר האבן זיך אייביג געהאלטן – און האלטן זיך ווייטער – זייער נאנט.
ביי מיין ווייב'ס פאמיליע איז עס זעלבסטפארשטענדליך אנדערש אנגענומען געווארן. מיינע באציאונגען מיט מיטגלידער פון איר פאמיליע זענען צו מיין באדויערן נישט איינגענעם, מילד גערעדט. מיט מיינע קינדער האב איך ווייניג שייכות, אויף א באגרעניצטן פארנעם.
4. ווי אזוי האט איר זיך אן עצה געגעבן מיט אפרייסן זיך פון אייער קהילה? וואס איז דאס שווערסטע פון דעם?
איבערצולאזן די סביבה, ספעציעל א חסיד'ישע מיט איר אייגנארטיגן לעבנסשטייגער, אין וועלכע מען איז ערצויגן געווארן און פארברענגט אלע יארן ביז אהער, איז נישט גרינג. די חסיד'ישע געזעלשאפט, שוין נאך אלע זאכן מיט וואס איך בין נישט מסכים, איז א ווארעמע און היימישע פלאץ. עס איז שווער צו טרעפן אזא ערשיינונג ערגעץ אנדערש איבער די וועלט. מיט דעם אלעם האב איך דערווייל נישט קיין חרטה. די מעגליכקייטן וואס האבן זיך מיר געמאכט במשך די לעצטע פאר יאר האבן מיר, עכ"פ דערווייל, איבערצייגט אז איך האב געטאן א גוטן שריט איבערצולאזן דעם חסיד'ישן לעבנסשטייגער.
5. וואס איז אייער איציקע באציונג צו יידישקייט? אין וואס גלייבט איר? וואס איז אייער צוגאנג צו יידישקייט? עס ציט אייך צו א געוויסן צוגאנג (וועלטעכע יידישקייט? מאדערן-ארטאדאקסיע? "פשוט א ייד"? ציונות?)?
איך בין א "קולטורעלער" איד. אין א געוויסן זין בין איך אויך נאך אלץ א "קולטורעלער" חסיד. די חסיד'ישקייט וואס איז אין מיר איינגעבאקן געווארן פון מיינע קינדערישע/בחור'ישע יארן און אין די ערשטע יארן אלץ יונגערמאן קענען נישט אזוי גרינג אויסוועפן, און באמת פלאן איך נישט עס אפצומעקן.
בנוגע אמונה, איך האב נישט קיין שום נטיה צו קיין שום גלויבונג אדער אידעאלאגיע. איך רעספעקטיר און שפיר א ליבשאפט צו מיין אידישע טראדיציע, איך האב ווארעמע געפילן געפילן צו ארץ ישראל, און איך האלט זיך אלץ א טייל פון כלל ישראל. אבער איך האלט זיך אויך א מיטגליד פון די גאנצע מענטשהייט, און די אלע אויבנדערמאנטע אידישע מושגים זענען נישט מער ווי סענטימענטאלע זאכן, עפעס ווי ווען איינער האט ליב א פאמיליע מיטגליד, אבער פשט איז נישט אז לכבוד דעם מוז ער קען ער נישט האבן קיין געפיל צו מענטשן נישט פון זיין פאמיליע.
6. האט איר עפעס וואס איר וואלט געוואלט זאגן אנדערע וואס ראנגלען זיך מיט די זעלבע ספקות וואס איר האט (געהאט)?
די החלטה זיך אפצוטיילן פון דעם פרומען לעבנסשטייגער איז איינע פון די גרעסטע שוועריגקייטן – אויב נישט די גרעסטע – וואס איך האב געהאט אין לעבן. יעדער מענטש וואס מאכט אזא החלטה שטויסט זיך אן אין זיינע אייגענע ראנגלענישן און שוועריגקייטן, און עס איז שווער צו געבן א כללית'דיגע תשובה וואס זאל זיין צוגעפאסט פאר יעדן וואס נעמט אין באטראכט אזא שריט. זעלבספארשטענדליך אז די וואס האבן שוין אייגענע פאמיליעס מיט קינדער האבן אנדערע שוועריגקייטן פון די האבן נאכנישט חתונה געהאט.
אויב קען מען אבער יא געבן איין עצה פאר די דרייען זיך מיט אזעלכע מחשבות אין קאפ: מאכט זיכער אז איר האט מער-ווייניגער א קלארן פלאן וואו איר ווילט גיין און וואס איר ווילט טאן אין לעבן נאכ'ן איבערלאזן דעם פרומען לעבנסשטייגער. די ערגסטע זאך וואס אזא איינער קען זיך טאן איז אוועקצוגיין אן א קלארן פלאן וואס מען וויל יא טאן.
עס פארלאנגט זיך אסאך כח און קוראזש דורכצוגיין מיט אזא שריט, און אויב מאכט איר יא אפ זיך עס אונטערצונעמען, ווערט נישט געפאלן פון די שוועריגקייטן. צום ענדע איז כדאי נאכצוגיין דעם לעבנס חלום. מען לעבט נאר איין מאל, מען האט נישט קיין צווייטן שאנס.
7. וואס לייענט איר די טעג?
איך האב יעצט געענדיגט "ווארטנדיג אויף די בארבאריאנס," פון דזעי. עמ. קאוטזי, און עס האט אויף מיר איבערגעלאזט א שטארקן רושם. די טעמע איז נוגע שטענדיג, אבער ספעציעל אין אונזער צייט פון אמעריקאנער אימפעריאליסטישע אונטערנעמונגען.
אין נישט-פיקציע ליין איך מערסטנס איבער די היסטאריע פון רעליגיע, ספעציעל די שייכות צווישן אידישקייט, קריסטנטום, און איסלאם. לעצטנס בין איך ספעציעל אינטערעסירט אין די היסטאריע פון די ערשטע יארן פון די קריסטליכע רעליגיע. איך האב נארוואס געקויפט דעם בוך "קריסטנטום: די ערשטע דריי טויזנט יאר", פון דייערמייד מעקולאך, און איך האף עס דורכצוליינען אין די קומענדיגע טעג. (דער בוך איז איבער טויזנט בלאט דיק!)
אויך ליין איך וועכנטליך פארשידענע מאגאזינען וועגן קונסט, קולטור, און פאליטיק. "הארפער'ס" איז אויסערגעווענליך אינטערעסאנט, און צומאל אויך דער "ניו יארקער." דער "ניו יארק ריוויו אוו בוקס" איז אויך א גוטער קוואל פאר נייעס פון די וועלט פון ליטעראטור און פילאזאפיע.
יום רביעי, יוני 09, 2010
אַן אינטערװיו מיט "האַסידיק רעבעל"
דאָס איז דער ערשטער חלק. המשך קומט אי"ה.
1. זייט אזוי גוט און זאגט אונדז עפעס וועגן אייערע קינדער-יארן, וואו איר זייט אויפגעוואקסן, וועלכע חסידות, וועלכע ישיבות, אד"גל, וואס פאר אן עלטערן... אין אייער משפחה-לעבן האט איר געהאט פאזיטיווע איבערלעבענישן מיט רעליגיעזקייט/חסידות?
איך בין אויפגעוואקסן אין בארא פארק און געלערנט אין קראסנא חדר. נאך די בר מצוה האב איך געלערנט איין יאר אין מאנטריאל ביים זשיבוי'ער רב, ר' יחיאל מאיר כ"ץ, און דערנאך אין סקווירא ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג. פון דארט בין איך נאנט געווארן צו סקווירא חסידות, און געגאנגען לערנען אין שיכון סקווירא, וואו איך האב דערנאך חתונה געהאט, געלערנט אין כולל, און געוואוינט מיט מיין פאמיליע פאר בערך צוועלף יאר.מיינע עלטערן זענען געווען "נייטראלע" חסידים, נישט געבינדן אפיציעל צו קיין ספעציעלע חסידות; מיין פאטער האט שטארק געשעצט עטליכע רבי'ס -- ספעציעל באבאוו און סאטמאר (קודם דעם בעל דברי יואל און שפעטער דעם ברך משה). ער האט געשעפט חסיד'ישע השפעות פון פילע מקורות, אריינגערעכנט תניא, ליקוטי מהר"ן, און דברי יואל/ויואל משה/א.ד.ג. מיין פאטער איז נפטר געווארן אין תשמ"ח, ווען איך בין אלט געווען פערצן יאר.
מיין ערציאונג כלפי אידישקייט און חסידות איז געווען גענצליך פאזיטיוו. מיינע עלטערן האבן אין מיר אריינגעגעבן א ווארימקייט פאר אידישקייט אן דאס מינדעסטע פארם פון איבערשרעקן אדער נעגאטיוויטעט. מיינע עלטערן זענען געווען שטארק פרום און ערליך אבער מעסיג אין דאס וואס זיי האבן פארלאנגט פון אנדערע, און זיי האבן אריינגעגעבן אין מיינע געשוויסטער און מיר די זעלבע וועלטסבליק.
2. ווען און ווי אזוי האט איר אנגעהויבן שפירן ספקות וועגן פרומען לעבן-שטייגער? און וועגן וואס, גענוי, זיינען (געווען) אייערע ספקות? צי איז געגאנגען אין מחשבות, פירעכצן, דער געזעלשאפט, לעבן-שטייגער, אלץ אדער גארניט פון די?
אלץ בחור אין ישיבה און אלץ יונגערמאן גלייך נאך די חתונה בין איך געווען גאר א פרומער, און איך האב זיך געווייקט אין ספרי חסידות און אין דעם חסיד'ישן לעבנסשטייגער. איך בין אבער פון קינדווייז אן געווען א שטענדיגע ליינער -- פון קראסנא חדר, צו מיין גוטן מזל, האב איך זיך איינגעקויפט א גאנץ פיינעם קענטעניס מיט ליינען און שרייבן ענגליש. צוביסלעך האב איך אנגעהויבן צו ליינען אויף פילע וועלטליכע ענינים, און עווענטועל האב איך זיך אנגעשטויסן אין ליין-מאטעריאל וואס האבן באהאנדלט די נושאים פון רעליגיע. אין אנהייב האט עס מיר נאר אריינגעגעבן ספקות אויף דעם עקסטרעמיזם פון חסיד'ישן לעבנסשטייגער, די בלינדע אמונה, די דערווייטערונג פון וויסנשאפט, און דאס מענטאליטעט וואס זאגט אז אלץ וואס מיר טוען איז כשר און ריכטיג.מיט די צייט האב איך אנגעהויבן האבן ספיקות אין פארשידענע יסודות אין אמונה ענינים. ווען איך האב אנגעהויבן ליינען וועגן דעם לעבנסשטייגער און קולטור פון פארצייטישע פעלקער, די סעמיטישע שבטים ארום ארץ ישראל, די פארשידענע מצרי'שע גלויבונגען, די פערסישע זארא'אסטריאניזם, איז געווען שווער צו פארקוקן די כמעט-אפענע באווייזן אז די פארשידענע גלויבונגען און פאנאטישע "סופערסטישאנס" האבן אלע משפיע געווען פון איין גרופע מענטשן אויפ'ן אנדערן. איך האב אנגעהויבן ליינען די ביכער פון פארשער אויף די ספרי תנ"ך, 'ביבל-קריטיסיזם', ביבל'ישער ארכעאלאגיע, א.ד.ג. און איך האב אנגעהויבן צו זען די יסודות פון אונזער אלט-ישראל'ישן/אידישן גלויבן אין גאר אן אנדערן ליכט. פון דארט האט זיך מיין אמונה צוטרייסלט אינגאנצן און עווענטועל האב איך אויפגעהערט גלייבן אין סיי וואסערע רעליגיעזע זאכן.
יום שני, יוני 07, 2010
דער פּלאַנעט פֿון צוויי
מיינט איר אַז ס'איז אַזוי גרינג, ס'רעדט זיך נאָר אַזוי. לאָמיר זאָגן מע וויל מאַכן אַ פֿרוכט-סאַלאַט, קויפֿט מען אַן עפּל און אַ באַנאַנע, פֿאַרטיק.
כאַפּט ניט. אויב, צום בײַשפּיל, איר האָט צופֿעליק אַוועקגעשטעלט אַ גלאָז מילך לעבן פֿרוכט, איז אָט: דרײַ עסנס.
מיינט ניט אַז עפּעס ווערט פֿאַרשוווּנדן אָדער אויפֿגעריסן אָדער אײַנגעזונקען אין דער ערד ווי אין קינאָ מיט אַ פֿײַער און אַ זבענק. דער לאַוו אויף צוויייִקייט איז ניט אַזאַ פּראָסטע זאַך. ס'איז אַזאַ געפֿיל, אַזאַ נאָגנדיקע אומצופֿרידנקייט, אַז עפּעס מער ווי צוויי איז שוין דאָ, דאַרף מען צו רעכט מאַכן.
האָב איך דאָרט אַ מאָל געוווינט. (שווער צו זײַן אַ פּראָסטער צוקוקער, ווײַל מע ווערט דאָך צוגערעכנט צום מספּר, אַ צווייטע ראָד צום וואָגן.)
איז מיר גוט, בין איך אויף אַזאַ פּלאַנעט מיט שׂכל, מיט אַ כּלל, ניט הפֿקר.
האָב איך געטראָפֿן אַ מיידל, האָבן מיר געשטעלט אַ חופּה מיט צוויי שטאַנגען. געזאָגט אויף אונדזער איין-אותיקן לשון, "ה___ אַ___"
דאָס קינד האָבן מיר געהאַט סײַ ווי סײַ. וואָס קען מען טאָן? נאָר מיר האָבן זיך איבערגעקוקט יעדן אָוונט, בײַם צווי-פֿיסיקן טיש, און געוווּסט אַז עפּעס איז דאָ ניט גלאַטיק. מוז עמעצער אַוועק לשם צוויייִקייט.
האָבן מיר אָפּגעשטימט. און איידער כ'האָב זיך געכאַפּט האָב איך אַרויסגעפּלאַצט מיט "איך וויל ניט גיין, כ'האָב ליב מײַן היים, איר זײַט מײַן אַלץ..."
איז מײַן אַוועקפֿאָרן באַשערט.