יום שני, מאי 23, 2011

אָפּרופֿן אױפֿן הײַנטיקן פֿאָרװערטס אױף אײן פֿוס

אין פֿאָרװערטס פֿון 20סטן מײַ גײען עטלעכע אינטערעסאַנטע שטיקלעך, איז אפֿשר כּדאַי זיך אָפּצושטעלן אױף זײ. 

* * *
בײלע שעכטער-גאָטעסמאַן - אַ מחיה צו זען איר שם-המפֿורש אױף די שפּאַלטן פֿון צײַטונג - איז מעיין אין דער גראַפֿיק פֿון עטלעכע ייִדישע שרײַבערס. וועגן זיך, און דער מאָטיוו פֿון וועג, איז איר אױספֿיר אַזאַ: 
אַ פֿערטן פּאָעט וואָס איך נעם אַרײַן אין קאָן, בין איך אַליין. נישט־וויסנדיק, האָב איך אַ נטיה סײַ אין מײַנע צייכענונגען, סײַ אין מײַנע לידער אויסצודריקן "דעם וועג." דער וועג — וווּהין פֿירט ער? פֿון וואַנען קומט ער, און וואָס מיינט ער? כאָטש ס’איז מײַן סימבאָל, איז מיר שווער אויסצוטײַטשן דעם מיין פֿון אים. מײַנע ביכער און קאָמפּאַקטלעך טראָגן אַזוינע טיטלען ווי "סטעטשקעס צווישן מויערן", "פּערפּל שלענגלט זיך דער וועג", "אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט", אָבער איך בין נישט קיין וואַנדערער און האָב נישט קיין "וואַנדערלוסט". איך זיץ אין שטוב בײַ מײַן פֿענצטער און קוק אַרויס ווי סע פֿליט דורך די וועלט. איך מאָל בילדער, שרײַב לידער — אָבער איך אַליין קען נישט פֿאַרענטפֿערן דעם טײַטש פֿון מײַן סימבאָל.
דאַכט זיך מיר אָבער אַז אַזאַ נישט-ענטפֿער איז אַ רעטאָרישער. קלאָר, אַז בײלעס פּאָעטישער צוגאַנג איז אַלע מאָל אין גאַנג. בײַ איר גײט די רײד אַלע מאָל װעגן װאַנדערונג, װאָגלענישן, און אָפּרײַסעניש, סײַ װילנדיק סײַ בלית-ברירה. צי דאָס נעמט זיך פֿון איר פּערזענלעכער/משפּחה-געשיכטע װײס איך נישט, נאָר די דערקלערונג פֿון איר גראַפֿיק איז דערפֿאַר אַ פּשוטע. 

* * *

נישט אָן-לײַן קען מען זען דאָס אַרטיקל װעגן צעװאַקסן-זיך פֿון ניו-אָרלינסער ייִדישער קהילה, נאָר אַן אָפּפֿרעג מצד אַ באַרימטן טעלעװיזיע-דראַמאַטוג/סצענאַר האָט זיך שױן לאַנג צעפּױקט. װאָס איז אײַער מײנונג? װען די דלות פֿײַפֿט בײַ אַזױ פֿיל אָרעמעלײַט ניו-אָרלינסער אין שטוב -- מערסטנס אַפֿריקאַנער-אַמעריקאַנער - איז רעכט צו סובסידירן דאָס באַזעצן זיך פֿון (ס'רובֿ) נישט-אַזױ-אָרעמע ייִדן? 

* * *

צום לעצנס אַ זאָג יצחק לודענס:
דער פּרעמיער נתניהו האָט הײַנטיקע וואָך דעקלאַרירט, אַז די אַראַבישע אײַנוווינער אין מדינת־ישׂראל זענען גלײַכבאַרעכטיקטע בירגער אין דער דעמאָקראַטישער מדינה און זיי געניסן פֿון אַלע בירגערלעכע רעכט, מער ווי אין דער גאַנצער אַראַבישער וועלט. ניחא, האָט ער געזאָגט. אין דער ווירקלעכקייט גיט אויס די מדינה אויף עלעמענטאַרער בילדונג פֿאַר אַן אַראַבישן שילער, למשל, נאָר אַ פֿערטל פֿון דעם, וואָס זי גיט אויס פֿאַר אַ ייִדישן שילער. און די אַרבעטלאָזיקייט, וואָס באַטרעפֿט הײַנט אין דורכשניט 6.6%, דערגרייכט אין די אַראַבישע ייִשובֿים ביז 50% און מער. אָבער די זיך מערנדיקע ליבערמאַנישע באַשרענקונגען און די געזעצגעבערישע רעפּרעסיעס האָבן אונטער דער קאָאַליציע פֿון דעם קוואַרטעט — נתניהו-ליבערמאַן-ישי-באַראַק — פֿאַרוואַנדלט די לאָיאַלע אַראַבישע מינדערהייט אין אַן אַקטיוון קעמפֿערישן פֿאַקטאָר פֿון 20 פּראָצענט, וואָס סאָלידאַריזירט זיך פֿולשטענדיק מיט די פּאָסטולאַטן פֿון די פּאַלעסטינער אויף די שטחים און פֿאָדערן אַ סוף צו מאַכן צו דער אָקופּאַציע.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה