‏הצגת רשומות עם תוויות חרדים. הצג את כל הרשומות
‏הצגת רשומות עם תוויות חרדים. הצג את כל הרשומות

יום חמישי, יולי 01, 2010

"איך בין ניט קיין חרדי און ניט קיין ספרדי, נאר איך האלט, אז דאס איז א קאמף פאר מענטשן-רעכט אין ישראל. "

מיט א וואך צוויי צוריק האב איך געבעטן אייערע מיינונגען וועגן דער אנגעיינדיקער "פרשת עמנואל". האט א חשובער פעאט זיך גארניט געפוילט אוןהאט גלייך צוגעשיקט א תשובה.

איי, כ'בין 100% ניט מסכים מיט כמעט אלץ וואס ער שרייבט? סיי ווי סיי האב איך דרך-ארץ פאר זיין פאעזיע, און אזוי ווי ער איז דארטן בארץ און איך בין דא בחוץ איז כדאי פון אים צו הערן. זאלן זיך טויזנט בלומען צעבליען.

שלום, א גרוס דיר. איך בין א שטיקל עד-ראייה. ערשטנס איז דאס ניט קיין קאמף צווישן אשכנזים און ספרדים (אויב דו האסט אין זינען נעכטיקע דעמאנסטראציע אין ירושלים און אין אנדערע ישראלדיקע שטעט. ס'איז א קאמף קעגו בג''ץ, דעם בית דין גבוה לצדק, וואס האט איינגעפירט אין אונדזער לאנד א מין דיקטאטור פון "שלטון החוק" (געזעץ-מאכט). דאס איז א פארמאכטער קלוב פון 15 ריכטער (בלויז איינער פון זיי א ספרדישער מיט א יארמלקע). זיי האבן זיך צוגעטשעפעט צו א מיידלשער חרדישער שול בית-יעקב פון עמנואל מיט א תירוץ, אז אריבער זיבעציק פראצענט מיידלעך אויף "מגמה חסידית" זיינען אשכנזישע. תחלית איז דאס א קאמף קעגן אומאפהענגיקער חרדישער בילדונגס-סיסטעם. די ריכטער האבן געשיקט אין תפחסע צעדליקער עלטערן, וועלכע האבן זיך אפגעזאגט צו שיקן זייערע טעכטער אין א "געמישטער" שול, אן א "מגמה". מע האט זיי באשולדיק אין א ראסיזם. הקיצור, אין תפיסה זיינען אריין אויך ספרדים און תימנער. דערצו נאך האט ניט דער בג''ץ קיין רעכט צו משפטן פשוטע בירגער, אלא בלויז אנשטאלטן און באאמטע. זיי האבן געקענט משפטן דאס בילדונגס-מיניסטעריום, נאר ניט די טאטע-מאמע פון א קאנקרעטער תלמידטע.


איך בין ניט קיין חרדי און ניט קיין ספרדי, נאר איך האלט, אז דאס איז א קאמף פאר מענטשן-רעכט אין ישראל. אויב ס'זיינען ביי דיר דא קאנקרעטע פראגן, פרעג.


יום חמישי, יוני 17, 2010

איר האָט געשריגן אױף בג"ץ? װיל איך הערן פֿון אײַך

צי קען עמעצער עמעצן (װאָס קען עמעצן) װאָס איז בײַגעװען אױף די גרױסע פּראָטעסטן װעגן (גאָט זאָל אָפּהיטן) תּערבֿות צװישן אַשכּנזים און ספֿרדים? ס'װאָלט געװען שײן צו הערן אַ עד-ראײה.

יום ראשון, נובמבר 30, 2008

שווער צו לעבן מחוץ די מויערן . . .

געוועזענע חרדים פּרוּוון זיך צופּאַסן צו מאָדערנער וועלט - כּדאַי צו לייענען (כאָטש מיט די סטערעאָטיפּן וועגן סאַמטער און ליובאַוויטש בין איך ניט מסכּים). פֿון שׂרה-רחל שעכטער אין פֿאָרווערטס.

יום ראשון, יוני 15, 2008

פֿרײַטיק-צו-נאַכטס אינעם ביקור־חולים־צימער

ס'איז מאָדנע צו פֿילן אַ חובֿ צו אַ גרו­פּע וואָס מ'איז ניט מסכּים מיט איר וועגן די יסודות פֿון איר השקפֿה. אַזוי אָבער איז דער פֿאַל מיט סאַטמערער חסידים און זייער ביקור-חולים צימער אין דעם שפּיטאָל, וווּ איך אַרבעט. ניט דער עיקר צוליב דעם, וואָס די פֿרויען וואָס פֿירן אָן דערמיט, שטעלן צו, אומזיסט און פֿאַר צדקה-צוועקן, הייסע שבת- און וואָכעדיקע מאָלצײַטן פֿאַר פּאַציענטן און דאָקטוירים, נאָר אויך דער­פֿאַר, וואָס אין דעם צימער (וווּ איך האָב שוין פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט בשעת מײַנע טרענירונג-יאָרן ווי אַ רעזי­דענט-דאָק­טער) טרעפֿן זיך פֿאַר­שיידענע שיכטן פֿון דער פֿרומער ייִדישער קהילה וואָס באַ­גע­גענען זיך זעלטן.

יום ראשון, מאי 04, 2008

פֿרוסטרירט, ווידער

איך האָב ליב די קאָמענטאַרן (בעסער ווי שטילשווײַגעניש) נאָר למען-השם וויפֿל מאָל דאַרף איך זאָגן די זעלבע זאַכן, דהיינו אַז כ'בין חלילה ניט קעגן חרדים אָדער חרדישקייט, נאָר זייער וועג איז ניט פֿאַר מיר? און (צום טויזנטן מאָל) כ'ווייס גאַנץ גוט אַז ייִדיש ווי אַ רעדשפּראַך לעבט און בליט בײַ די חסידים און הויכט אויס די נשמה צו ביסלעך און זייער פּײַנלעך בײַ אונדז וועלטלעכע, נאָר דאָס הייסט ניט אַז גאָרניט בלײַבט בײַ "אונדז" און גאָרניט פֿעלט בײַ "זיי"!

ניט געקוקט אויף דעם גרויסן דערפֿאָלג וואָס די חסידישע געזעלשאַפֿט האָט דערגרייכט זײַנען דאָ חסרונות, ווי אין יעדער געזעלשאַפֿט.

און (אַזוי ווי איך שרײַב פֿון אַ קוקווינקל וואָס שאַצט אָפּ בפֿירוש די וויכטיקייט און נוצלעכקייט פֿון אַ געדאַנקלעכער ליטעראַטור אויף ייִדיש) איז איינע פֿוּן די חסורונות אַזאַ פֿאַרגעסעניש: דאָס פֿאַרגעסן אַז מע האָט אָנגעשריבן ביכער אויף ייִדיש וואָס זײַנען כּדאַי צו לייענען און וואָס מע פֿאַרזעט אין טאָג טעגלעכער געפֿענקעניש אין אונדזער ווינקל שטייגער לעבן.

דאָס איז גאָר! כ'רעד ניט אין נאָמען פֿון אַן אידעאָלאָגיע אָדער פֿון אויבן אַראָפּ. כ'האַלט ניט אַז כ'בין מער אָנגעלייענט אָדער געלערנט אָדער וווילקענעריש אָדער ערלעכער אָדער קליגער אָדער שענער. וואָס יאָ: כ'ווייס אַז אויף דער וועלטס אומענדלעכע פּאָליצעס שטייען מיליאָנען ביכער וואָס כ'וואָלט פֿוּן זיי עפּעס געשעפּט, לשם תּורה, לשם ייִדישקייט, לשם שׂכלדיקייט און מענטשלעכקייט און (פֿאַר וואָס ניט?) גלאַט אַזוי לשם שפּאַס. אויף קאַטאָוועס איז אויך אַ ציל.

און טויזנטער פֿוּן די דאָזיקע ביכער האָט מען אָנגעשריבן אויף אונדזער לשון! אָנגעשריבן עד-היום!

מאָרגן ב"נ וויל איך פּרוּוון אָנהייבן פֿירלייגן אַ פּאָר ביכער וואָס זײַנען באַליבט בײַ אַני-הקטן.

אויב איר זײַט גרייט צו הערן, און ווערט ניט באַליידיקט פֿון די פֿירלייגן. לאָמיר שוין זײַן חבֿר און אַוועקלייגן די קאָמפּלעקסן און געטראָפֿענע געפֿילן! אַ גוטן חודש.

יום שני, ינואר 21, 2008

פֿאָרשן די חסידים: העם בדד יושבֿ

לעצטנס האָט אַרויסגערופֿן קאָנטראָווערסיע אַ וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט אין דעם אַמעריקען זשורנאַל אָוו סײַקײַעטרי וועגן סעקסועלער באַעוולונג [אַביוס] בײַ פֿרומע ייִדישע טעכטער. די מעלות און חיסרונות פֿון דער שטודיע האָט מען שוין אַרומגערעדט בײַ הירהורים, נאָר איך וויל דאָ אָפּשטעלן זיך אויף אַ פּונקט וואָס די מחברים האָבן אַרויסגעהויבן: דאָס, וואָס ס'איז ניטאָ קיין דעפֿינירטע באַפֿעלקערונג וואָס מע קען אויסניצן כּדי אויסצופֿאָרשן געזונט-ענינים (צי גאָר געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען ווי גוואַלד-מעשׂים) אין דער גאָר פֿרומער קהילה.

ס'איז ניט גרינג גרינדן אַזאַ מין באַפֿעלקערונג אַפֿילו בײַ לײַטן. עס גייט אין זאַמלען דעם כּוח און מוח צו צונויפֿשטעלן אַ געהעריקן קאָהאָרט, ד"ה פּאַסיקע גרופּע פֿאָרשסוביעקטן וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ רעפּרעזענטאַטיוון מוסטער פֿון דער באַפֿעלקערונג וואָס מע וויל פֿאָרשן. פֿאַר אַ פּרעלימינאַרער פּראָבע (ווי די אויבן דערמאָנטע שטודיע) איז גענוג צו קויפֿן אַ רעקלאַמע אין צײַטונג, אָפּקלײַבן פֿוּן צווישן די אָפּרופֿערס מיט אַזאַ קריטעריע (די דאָזיקע מחברים האָבן נאָר אויסגעפֿרעגט די פֿרויען וואָס גייען אין מיקווה), און ניצן זייערע אינפֿאָרמאַציע. אידעאַל אָבער וואָלט מען, צום בײַשפּיל, צונויפֿגעזאַמלט אַ רשימה אַלע בתּי-מדרשות און שולן אין, לאָמיר זאָגן, וויליאַמסבורג, אויסרעכענען די נעמען און אַדרעסן פֿון אַלע בעלי-בתּים, און שיקן יעדן איינעם אַן אויספֿרעג (אַנקעטע) וואָס דערמיט וואָלט מען מייסד געווען אַ פֿאָרש-קאָהאָרט.

חלומען קען מען, בפֿרט אין מאַרטין לוטער קינג-טאָג.

יום שבת, אוקטובר 20, 2007

שבת היום לכּולם

אין הײַנטיקן פֿאָרווערטס, כאָטש נאָך ניט אָן-לײַן.
אַ שבת, וואָס יעדער קען מסכּים זײַן דערמיט

וועגן שבת איז דאָ ווייניק וואָס פֿאַרשריבן שוואַרץ-אויף-ווײַס אין ישׂראלס געזעצן-רעקאָרד. ניט אין קאָנסטיטוציע ווײַל - ישׂראל האָט ניט קיין קאָנסטיטוציע. ניט אין די "תּוך-געזעצן" אויך ניט, ווײַל, ווי געוווסט, איז דער איצטיקער געזעלשפֿטלעכן צוגאַנג לגבי שבת באַזירט אויף וואָס ווערט גערופֿן דעם "גרויסן קאָנסענסוס". כאָטש דאָס איז מסתּמא אַ פֿאַלשער טערמין. (וועגן די טעכנישע פּרטים, דאָס הייסט, ווער עס מעג יאָ אַרבעטן שבת על-פּי געזעץ, ווערט יאָ געבראַכט אין דער לעגיסלאַציע, נאָר דאָס איז אויסער די גרענעצן פֿוּן דעם אַרטיקל.) יענער "קאָנסענסוס" איז דערמיגלעכט געוואָרן בשעת די פֿריסטע יאָרן פֿון דער נײַער מדינה, צווישן דער רעגירונג און די חרדים. זינט דעמאָלט אָבער האָבן זיך פֿאַרברייטערט די שפּאַרונקעלעך אין דער ברעטער פֿון דער געזעלשאַפֿט אויף ריזיקע תּהומען. לעצטנס האָט אַ ישׂראלדיקע כּלל-אָרגאַניזאַציע, צוזאַמען מיט אַ זיך-וואַקסנדיקער צאָל שטיצערס אין לאַנד, זיך אונערגענומען מאַכן אַ רעפּאַראַטור.

לאָמיר אָבער אָפּטרעטן אַ מינוט און באַקוקן דעם ענין פֿון אַן אַלגעמיינעם קוקווינקל. וואָס פֿאַר אַ לאַנד וועט, אָדער דאַרף, מדינת-ישׂראל ווערן?

די שאלה איז ניט קיין פּוסטע, ווײַל "אַ ייִדישע! וואָס רעדסטו?" איז ניט קיין גענוגנדיקער תּשובֿה. פֿאַראַן אַ סך אופֿנים, ווי אַזוי אַ לאַנד ווי ישׂראל קען באַצייכנט ווערן ווי אַ יידישעס. אַרומגערעדט דעם ענין באַריכות האָט אין אַ צאָל אַרטיקלען און בוכקאַפּיטלען דער פּאָליטישער דענקער מײַקל וואַלצער, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט פּרינסטאָן-אוניווערסיטעט און אַ באַוווסטער לינקער פֿילאָסאָף. ער הייבט אָרויס, אַז ישׂראל (אַ מעגלעכע ישׂראל) וואָלט מען געקענט רופֿן "ייִדיש" אויף אַ שטרענגערן און אַ לויזערן זין. לויט דעם שטרענגערן (אָדער "מחמירדיקן") וואָלט אַ ייִדישע מדינה נאָר געווען אַזאַ ווו אַ געוויסע טראַדיציאָנעלער, ייִדישלעכער באַגריף "
וואָלט געהייסן. די הלכה וואָלט געוויזן דעם וועג, און ניט-ייִדן וואָלטן במילא געווען צווייט-קלאַסיקע בירגערס (ווײַל גוייִם ווערן בדרך-כּלל דאָך ניט אַרײַנגענומען אין דער ייִדישער מלוכה על-פּי דין, סײַדן זיי נעמען אָן די שיבֿעה מיצוות בני נח).

אויפֿן צווייטן עק ספּעקטרום געגפֿינט זיך אַ ייִדישע מדינה לויט אַ ליבעראַלן צוגאַנג -- ווו ייִדישע סימבאָלן, אַ ייִדישע שפּראַך, און געוייסע אַנדערע ייִדיש-קולטורעלע עלעמענטן דינען ווי די באַשטאַנדטיילן פֿון דער מלוכהס ייִדישער אידענטיטעט.

פֿאַר וואָס אַ ליבעראַלער צוגאַנג בכלל? ווײַל ניט יעדער אין אַ מלוכה וועט מסכּים זײַן מיט (צום בײַשפּײַל) אַ חרדישער ייִדישקייט, כּדי באַרעכטיקטערהייט אַרויפֿצוצווינגען דאָס אויף אַלע ייִדן. און ניט אַלע ייִדן וואָלטן מסכּים געווען, אַז אַזאַ מלוכה זאָל דווקא הייסן "די ייִדישע מלוכה" ווײַל פֿון דעם וואָלט געווען אַרויסצודרינגען, אַז דאָס קען מען אָנרופֿן די ייִדישקייט מיט דער הא-הידיעה. דאָס הייסט, אַז מיטן סאַמע ייִדישן כאַראַקטער פֿון דער מדינה וואָלט אינדאָרסירט געוואָרן איר סאָרט יהדות.

צוריקגערעדט, דאַרף זײַן עפּעס אַ ייִדישע סימבאָליסטיק, אַניט וואָס איז דער שׂכל - פּראָסט און פּשוט - פֿון רופֿן די מדינה אַ ייִדישע?

בקיצור: אין פֿופֿציק יאָר אַרום וועט ישׂראל זײַן מער ווי פֿראַנקרײַך (ווו דער קירך איז אַ ניט-תּמיד-אָפּגעשאַצטער זכר פֿון אַמאָל) אָדער אירלאַנד (ווו דער קירך איז אַן אַקטיוויער, און אַמאָל אין פֿלוג אַפֿילו הערשוויליקער, שפּילער אויף דער פּאָליטישער בינע)?

אַפֿילו מער דראָבנע קענען זײַן די דעבאַטעס איבער מלוכהשע סיבאָליסטיק. ווי אַזוי קען מען פֿאַרשטיין כּשרות - הלכהשע חיוב אָדער קולטורעלער-רעליגיעזער סימבאָל? און אויב דאָס צווייטע, וויפֿל כּשרות דאַרף מען אַרויפֿצווינגען אויף יענעם כּדי אויפֿצוהיטן דעם סימבאָל? (גלאַט) כּשר פֿלייש? חסידישע שחיטה? בלויז חלב ישׂראל דערצו? אין לדבר סוף!

(און לאָמיר ניט אַרײַנגיין אין דער גאָר אָנגעווייטיקטער דיסקוסיע, וועגן דעם פּלאַץ פֿון ניט-ייִדן אין דער ייִדישער מדינה. ביז אַ געוויסער מאָס איז יושרדיק אײַנצופֿירן סימבאָלן וואָס רעפּרעזענטירן ניט די אידעאַלן פֿון גאָר אַלע תּושבֿים - למשל וואָלט געווען לעכערלעך אָנצוקלאָגן די רעגירונג וואַשינגטאָן פֿאַרן אײַנפֿירן דעם 25סטן דעצעמבער ווי אַ פֿעדעראַלער יום-טובֿ. נאָר הייסן אַלע אַראַבער פֿאַרמאַכן זייערע רעסטאָראַנען יום-כּיפּור וואָלט געווען איבער די מאָס. ווו צייכנט מען אָן די ליניע?)

ווי זשע געפֿינט מען אַן אויסוועג פֿון די פֿאַרפּלאָנטערטע, זיך-סותר-זײַענדיקע דעפֿיניציעס פֿון מלוכהשע ייִדישקייט? ווי אַזוי געפֿינט מען אַן ענטפֿער וואָס וועט נושׂא-חן זײַן בײַ ישׂראלים פֿון וואָס מערערע געזעלשאַפֿטלעכע שטריכן?

איז אַ ברכה, וואָס ישׂראל איז אַ דעמאָקראַטיע און ניט (ווי טייל וואָלטן מסתּמא געוואָלט) אַ טעאָקראַטיע, אָדער גאָר -- אַ לאַנד ווי אַמעריקע, וואָס האָט כּלומרשט אַוועקגעשטעלט אַ צעטיילונג-וואַנט צווישן רעליגיע און מלוכה, ווען אויפֿן אמת איז איין רעליגיע, פֿאַרן רובֿ תּושבֿים, געקניפּט און געבונדן מיט דער מאַיאָריטעט-קולטור, בשעת אַנדערע זײַנען אויב ניט שפֿל, איז זיכער פֿוּן צווייטן קלאַס.

צווישן די צוזאָגנדיקסטע אַנוויקלונגען פֿון דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע זײַנען די ערנצטע באַמיִונגען אַריבערצואוואַרפֿן אַ בריק צווישן די פֿרומע (אָדער חרדים) און פֿרײַע, ניט נאָר כּדי צו דערמעגלעכן אַ קאָ-עקזיסטענץ, נאָר פֿון ס'נײַ אַוועקצולייגן די יסודות פֿוּן דער מלוכה אויף אַ זיכערן אופֿן: גענוג ייִדישלעך צו זײַן ווערט דעם נאָמען "ייִדישע מדינה", נאָר אָן צו באַצווינגען ישׂראל-בירגערס נאָכצוגיין אַ געוויסער שיטה יהדות.

אין דעם פּרט מוז מען דערמאָנען די אַרבעט פֿון דעם "בונד גאַוויסאָן-מעדאַן
" (אויף עבֿרית: אמנת גביזון-מדן), אַן אָרגאַניזאַציע וואָס שטייט הינטער אַ ריי געזעלשפֿטלעכע איניציאַטיוון אין שײַכות מיטן דאָזיקן ריס צווישן פֿאַרשיידענע ישׂראל-שיכטן. וועגן שבת איז זייער צוגאַנג אַזאַ: אַ מכריעדיקע רו פֿון דער ישׂראל-געזעלשאַפֿט האַלט, אַז שבת איז אַ וויכטיקער טאָג אין זייער לעבן, אין זינען פֿון רוען זיך פֿון דער אַרבעט און פֿאַרברענגען מיט משפּחה און פֿרײַנד. אויף אַזאַ קאָמפּראָמיס-באָדן קען מען פּרווון אונטערשיידן צווישן די געשעפֿטן וואָס זײַנען נייטיק צו בלײַבן אָפֿן שבת, און די, וואָס זײַנען ניט שבתדיק. אָפֿן וואָלטן געווען טראַנספּאָרט-מיטלען, פֿאַרווײַלונגס-לאָקאַלן, עסן-געשעפֿטן, און אַוודאי געזונט- און זיכערהייט-אַנשטאַלטן (פֿוּן שולן און בתּי-מדרשים שוין אָפּגערעדט!). פֿאַרמאַכט וואָלטן געווען מער קאָמערציעלע געשעפֿטן, למשל קליידערקראָמען און אַנדערע לאַחדים- פֿירמעס.

אין די פּרטים ליגט דער טײַוול, ווי מע זאָגט, און אַ סך טײַוולאָנים לאָקערן אַוודאי אויפֿן געזעץ-פּראָיעקט אין כּנסת (וואָס ביז די יום-טובים איז נאָך ניט פֿאַרפֿאַרטיקט געוואָרן). נאָר ווער וואָלט געמיינט אַז חרדים און פֿרײַע וואָלטן זיך צונויפֿגעקומען אין איין צימער כּדי מסכּים צו זײַ אויף אַ פּשרה לטובֿת שבת (ווי ס'איז געשען אין דער סעסיע כּנסת)? ס'איז ניט גר זאבֿ אם כּבֿשׂ נאָר ס'איז גאָרניט ווײַט.

יום שלישי, אוקטובר 02, 2007

אַן אידעאַלער בלאָג, ב

מײַן חבֿר בן-עמי האָט געענטפֿערט מײַן רוף אָנטייל צו נעמען אין אַ בשותּפֿותדיקן בלאָג - אַ פֿרומער מיט אַ (רעלאַטיוו) פֿרײַען. שטעלט זיך די פֿראַגע: ווען מיר הייבן שוין אָן, נאָך יום-טובֿ, וואָס זאָל זײַן אונדזער ערשטע טעמע? אַלע פֿאָרשלאָגן אָנגעלייגט.

יום שלישי, ספטמבר 04, 2007

דער אידעאַלער ייִדיש-בלאָג

. . . וואָלט געווען, אויב אַ חרדי און אַ וועלטלעכער זאָלן אין איינעם אָנפֿירן דערמיט. געטיילט מיט זייערע פֿאַרשיידענע מיינונגען אויף כּלערליי טעמעס.

פֿאַראַן אַ בעלן?

יום חמישי, ינואר 25, 2007

שונד און טשולנט

אין הײַנטיקן פֿאָרווערטס: גענאַדי עסטרײַך וועגן דער שפּראַך פֿון הײַנטיקע חסידישע ראָמאַנען ("שפּאַנענדיקע מעשיות"), און שרה-רחל שעכטער וועגן דעם "טשולנט-קלוב". מיינונגען?

יום חמישי, נובמבר 09, 2006

אַלטערנאַטיווע וויקי-ווערסן

טײַערע וויקי-ייִדן, איר זײַט מיר ליב און טײַער, נאָר טוט מיר אַ טובה -- דזשאָו ליבערמאַן איז ניט "די גרעסטער פאוער בראוקער אין אמעריקא"! ניט געשטויגן. אפֿילו ניט געגאַנגען צו פֿוס, שוין אָפּגערעדט פֿון "ניט געפֿלויגן".

נאָך עפּעס: איר פֿאַרשטייט כאָטש ווי מאַדנע און . . . אומהיימלעך ס'איז צו רופֿן דעם "פֿריילעכן" פּאַראַד אין ירושלים דעם "תועבה"-פּאַראַד?

אַ מאַל דאַכט זיך אַז צווישן אונדז שטייט אַן אײַזערנע מחיצה. (פּונקט וואָס לייזער בורקאָ שרײַבט אין הײַנטיקן פֿאַרווערטס -- נאָך ניט קיין לינק -- וועגן זײַנע איבערלעבענישן וווינען אין באָראָ-פּאַרק.)