‏הצגת רשומות עם תוויות השקפֿה. הצג את כל הרשומות
‏הצגת רשומות עם תוויות השקפֿה. הצג את כל הרשומות

יום רביעי, יוני 09, 2010

אַן אינטערװיו מיט "האַסידיק רעבעל"

"האַסידיק רעבעל" איז אַ באַװוּסטער בלאָגער, אַ געװעזענער חסידישער יונגער-מאַן װאָס איז אַראָפּ פֿון דרך. ביז נישט-לאַנג האָט ער בלאָגירט און געשריבן אַנאָנים, און לעצטנס האָט ער זיך פּורש-בשמו געװען װי שלום דין. ער װױנט הײַנט אין װיליִאַמסבורג און איך בין דאַנקבאַר װאָס ער האָט מסכּים געװען אױף אַן אינטערװיו מיט מיר.

דאָס איז דער ערשטער חלק. המשך קומט אי"ה.

1. זייט אזוי גוט און זאגט אונדז עפעס וועגן אייערע קינדער-יארן, וואו איר זייט אויפגעוואקסן, וועלכע חסידות, וועלכע ישיבות, אד"גל, וואס פאר אן עלטערן... אין אייער משפחה-לעבן האט איר געהאט פאזיטיווע איבערלעבענישן מיט רעליגיעזקייט/חסידות?

איך בין אויפגעוואקסן אין בארא פארק און געלערנט אין קראסנא חדר. נאך די בר מצוה האב איך געלערנט איין יאר אין מאנטריאל ביים זשיבוי'ער רב, ר' יחיאל מאיר כ"ץ, און דערנאך אין סקווירא ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג. פון דארט בין איך נאנט געווארן צו סקווירא חסידות, און געגאנגען לערנען אין שיכון סקווירא, וואו איך האב דערנאך חתונה געהאט, געלערנט אין כולל, און געוואוינט מיט מיין פאמיליע פאר בערך צוועלף יאר.

מיינע עלטערן זענען געווען "נייטראלע" חסידים, נישט געבינדן אפיציעל צו קיין ספעציעלע חסידות; מיין פאטער האט שטארק געשעצט עטליכע רבי'ס -- ספעציעל באבאוו און סאטמאר (קודם דעם בעל דברי יואל און שפעטער דעם ברך משה). ער האט געשעפט חסיד'ישע השפעות פון פילע מקורות, אריינגערעכנט תניא, ליקוטי מהר"ן, און דברי יואל/ויואל משה/א.ד.ג. מיין פאטער איז נפטר געווארן אין תשמ"ח, ווען איך בין אלט געווען פערצן יאר.

מיין ערציאונג כלפי אידישקייט און חסידות איז געווען גענצליך פאזיטיוו. מיינע עלטערן האבן אין מיר אריינגעגעבן א ווארימקייט פאר אידישקייט אן דאס מינדעסטע פארם פון איבערשרעקן אדער נעגאטיוויטעט. מיינע עלטערן זענען געווען שטארק פרום און ערליך אבער מעסיג אין דאס וואס זיי האבן פארלאנגט פון אנדערע, און זיי האבן אריינגעגעבן אין מיינע געשוויסטער און מיר די זעלבע וועלטסבליק.

2. ווען און ווי אזוי האט איר אנגעהויבן שפירן ספקות וועגן פרומען לעבן-שטייגער? און וועגן וואס, גענוי, זיינען (געווען) אייערע ספקות? צי איז געגאנגען אין מחשבות, פירעכצן, דער געזעלשאפט, לעבן-שטייגער, אלץ אדער גארניט פון די?

אלץ בחור אין ישיבה און אלץ יונגערמאן גלייך נאך די חתונה בין איך געווען גאר א פרומער, און איך האב זיך געווייקט אין ספרי חסידות און אין דעם חסיד'ישן לעבנסשטייגער. איך בין אבער פון קינדווייז אן געווען א שטענדיגע ליינער -- פון קראסנא חדר, צו מיין גוטן מזל, האב איך זיך איינגעקויפט א גאנץ פיינעם קענטעניס מיט ליינען און שרייבן ענגליש. צוביסלעך האב איך אנגעהויבן צו ליינען אויף פילע וועלטליכע ענינים, און עווענטועל האב איך זיך אנגעשטויסן אין ליין-מאטעריאל וואס האבן באהאנדלט די נושאים פון רעליגיע. אין אנהייב האט עס מיר נאר אריינגעגעבן ספקות אויף דעם עקסטרעמיזם פון חסיד'ישן לעבנסשטייגער, די בלינדע אמונה, די דערווייטערונג פון וויסנשאפט, און דאס מענטאליטעט וואס זאגט אז אלץ וואס מיר טוען איז כשר און ריכטיג.

מיט די צייט האב איך אנגעהויבן האבן ספיקות אין פארשידענע יסודות אין אמונה ענינים. ווען איך האב אנגעהויבן ליינען וועגן דעם לעבנסשטייגער און קולטור פון פארצייטישע פעלקער, די סעמיטישע שבטים ארום ארץ ישראל, די פארשידענע מצרי'שע גלויבונגען, די פערסישע זארא'אסטריאניזם, איז געווען שווער צו פארקוקן די כמעט-אפענע באווייזן אז די פארשידענע גלויבונגען און פאנאטישע "סופערסטישאנס" האבן אלע משפיע געווען פון איין גרופע מענטשן אויפ'ן אנדערן. איך האב אנגעהויבן ליינען די ביכער פון פארשער אויף די ספרי תנ"ך, 'ביבל-קריטיסיזם', ביבל'ישער ארכעאלאגיע, א.ד.ג. און איך האב אנגעהויבן צו זען די יסודות פון אונזער אלט-ישראל'ישן/אידישן גלויבן אין גאר אן אנדערן ליכט. פון דארט האט זיך מיין אמונה צוטרייסלט אינגאנצן און עווענטועל האב איך אויפגעהערט גלייבן אין סיי וואסערע רעליגיעזע זאכן.

יום רביעי, ספטמבר 30, 2009

מײַן השקפֿה, ווידער, אָדער: ווי קען מען זײַן אַ פֿרומער וויסנשאַפֿטלער?

לעצטנס איז געגאַנגען די רייד אויף אַן אָנלײַן ייִדיש־פֿאָרום וועגן גלייביקייט, און ווי אַזוי מענטשן פֿון אַ וויסנשאַפֿטלעכער נטיה קענען אויך זײַן פֿרומע. האָב איך זיך מטריח און געענטפֿערט. כ'ווייס אַז דאָס איז ניט דאָס ערשטע מאָל וואָס כ'בין מאריך־ימים־ושנים וועגן מײַן השקפֿה, נאָר אפֿשר וועט עס טייל אינטערעסירן.

אַרום און אַרום, דאַכט זיך מיר אַז דו האָסט אַ נטיה צו אידעאָלאָגישקײט און שטרענגע סטאַנדאַרדן, און דאָס איז אַװדאי אַ גוטע זאַך. נאָר די װעלט איז נישט גאָר אָדער גאָרנישט. אַפֿילו (בפֿרט?) די װיסנשאַפֿט, און דאָס "אױסגעפֿינען" (אױסטראַכטן? באַשאַפֿן?) װיסנשאַפֿטלעכע געזעצן און טעאָריִעס, איז געקניפּט און געבונדן מיט מענטשלעכע עמאָציעס, פּניות, פּריװאַטע איבערלעבענישן, און דאָס גלײַכן. ס'איז נישט אָפּצושײדן דער אײַנשטיין פֿון זײַן װיסנשאַפֿלעכע װעלטבאַנעם. און איך מײן דערמיט *נישט* אַז די וועלטישע װיסנשאַפֿט איז אומפּערפֿעקט, און אַזאַ פּלאַטאָנישע װיסנשאַפֿט װאָלט נישט געװען פֿאַרבונדן מיט די עמאָציעס - פּונקט פֿאַרקערט. איך מײן אַז יעדער מוח-אַקװיטעט פֿונעם מין מענטש איז אַזאַ תּערובֿת.

(דרך-אַגבֿ איז דאָס אױך אמת װעגן פֿרומע ייִדן און רעליגיעזע מענטשן ביכלאַל. אײַ, טײל - אַ סך - פֿרומע ייִדן זײַנען פּאַסקודניאַקעס? דאָס איז נישט קײן נײַע אָבסערװאַציע, די קאַטעגאָריע פֿון נבֿל ברשות התּורה איז געװען גילטיק מיט הונדערטער יאָרן צוריק. נאָר דאָס פֿרעגט נישט אָפּ די װערט פֿון רעליגיע. אײַ, טײל - אַ סך - ציִוניסטן זײַנען ראַסיסטיש און די ייִדישע מדינה איז באַגאַנגען שרעקלעכע עװלות קעגן די פּאַלעסטינער? דאָס פֿרעגט נישט אָפּ די װיכטיקײט אָדער די װערט פֿון דער ייִדישער מדינה.)

אַ פֿילאָסאָפֿיע פֿון רעליגיע איז אַװדאי שװער איבערצוגעבן אַל רגל אַחת, נאָר בקיצור נימרץ װעל איך זאָגן אַז איך בין אַ גלײביקער. דאָס איז (װי אַ סך האָבן געזאָגט פֿאַר מיר אױף אַן עלעגאַנטערן אױפֿן) מער אַן עמאָציע װי אַ פֿאַקט, מער אַן עסטעטיק װאָס מע נעמט אָן װי אַ טעאָריע װאָס מע װײַזט אויף. וויטגענשטיינס משל איז דאָ שײך: ס'איז װי אַ פֿליג װאָס זשומעט אַרום אין אַ פֿלאַש זאָל פּרוּװן איבערגעבן דעם פֿליג אין דרױסן, װאָס דאָס איז אַזױנס צו זײַן אין אַ פֿלאַש. אָדער (ניצנדיק נאַגעלס אַ משל) איז דאָס אַזױ װי פּרוּװן איבערגעבן װאָס פֿאַר אַ זאַך ס'איז צו זײַן אַ פֿלעדערמױז.

דערפֿאַר איז כּמעט אוממעגלעך, אפֿשר אַפֿילו װילד אומפּאַסיק, צו פּרוּװן ענטפֿערן אויף דײַנע כּמו װיסנשאַפֿטלעך אױסגעפֿורעמטע שאלות. אַ "העכערע אינטעליגענץ" שמעקט מיט דער רעליגיעזער פֿילאָסאָפֿיע פֿון 19טן יאָרהונדערט. (דאָס איז נאָך עפּעס װעגן די הײַנטיקע מאָדע אױף אַנטי-רעליגיזם: ער איז גאָרנישט מחדש און פּאַטשט זיך אין בײַכל, אַז זײַנע טענות קעגן די פֿרומע זײַנען כּלומרשט נישט אָפּצופֿרעגן, אַפֿילו מע כאַזערט זײ איבער שױן טױזנט יאָר...)

און װאָס איז שײך צו זאָגן "װיפֿל פּראָצענט" מע גלײבט אין גאָט? שױן זשע זאָגט מען דאָס אין טאָג טעגלעכן לעבן? "איך גלײב 50% אין דער דעמאָקראַטיע"? "יענער גלײבט 30% אַז די פּובליק אָפּשן איז נײטיק פֿאַר העלטקעיר רעפֿאָרם"?

דאָס זעלבע איז חל אױף דער פֿראַגע, צי די געשעענישן פֿון תּנך זײַנען "באמת" געשען. װאָס איז דאָס טײַטש? אַפֿילו איך זאָג יאָ (װאָס, װען דו צװינגסט מיר, איך װאָלט יאָ געזאָגט), איז דער תּנך נישט קײן געשיכטע-ביכל און מײַן דעפֿיניציע פֿון משה רבינו ע"הס עקזיסטענס איז מסתּמא װײַט אַנדערש פֿון דײַנס. איך האַלט אַז דער תּנך איז אַ מיטאָס, און מיט "מיטאָס" בין איך אױסן דער פּינקטלעכער זין פֿון װאָרט, װי אַ פֿונדאַמענט, אַ בראשית-מעשׂה װאָס מע קען זיך אָן דעם נישט באַגײן. און דערפֿאַר טאַקע איז די תּורה אמת.

און (לסוף!) װיל איך זאָגןֹ אַז נישט אַלע פֿרומע זײַנען פֿון אײן טײג געקנאָטן. דאָס איז נאָך אַ זאַך װאָס די היטשענסן און די דאָוקינסן פֿאַרקוקן כּסדר. זײ קעמפֿן זיך מיט די װינטמילן פֿון 17טן יאָרהונדערט. הײַנט איז רעליגיע (װי יעדע זאַך) צעשפּאָלטן אין טױזנטער שטיבעלעך און כּתּימלעך. (דאָס ערגסטע װאָלט געװען צו זאָגן אַז די װאָס גלײבן אין אַ ליבעראַלער רעליגיע, װי איך, זײַנען כּלומרשט נישט "באמת" רעליגיעז, עלעהײ ס'איז סאַטמער אָדער יום-כּיפּור-בעלער.)
דאַכט זיך אַז מײַן "אױף אײן פֿוס" איז געװאָרן אַ צענטיפּעדע. אָדער אפֿשר הינערשע פֿיסלעך... אַ
גוט קװיטל! .