‏הצגת רשומות עם תוויות מעדיצינישע עטיק. הצג את כל הרשומות
‏הצגת רשומות עם תוויות מעדיצינישע עטיק. הצג את כל הרשומות

יום שני, אוגוסט 23, 2010

האַרץ-רײַסנדיקע מעדיצינישע באַשלוסן

אויבן האָט איר דעם לינק צו אַן אַרטיקל מײַנעם אין פֿאָרווערטס, אַ שטיקל איבערזיכט איבערן ענין מעדיצינישע באַשלוסן לטובֿת מענטשן וואָס קענען מער ניט באַטייליקן זיך אין אַזאַ באַשלוס. מיר דאַכט אַז די רעדאַקציאָנעלע תּיקונים האָבן היפּש געביטן מײַן מיין, בפֿרט דאָס צוגעבן דאָס וואָרט "אָנשטאָט" אין די לעצטער פּאַראַגראַפֿן, וואָס איז זיכער איפּכא-מסתּבראדיק צו מײַן כּוונה: דייהנו, אַז מעשׂיות וואָס מע דערציילט טאָג טעגלעך זײַנען דווקא יאָ גרונטיק צו פֿאַרשטיין וואָס אַ מענטש האַלט פֿאַר וויכטיק.

האָב איך דאָ ווײַטער אַרײַנגעקלעפּט די ניט-רעדאַקטירטע ווערסיע, איר זאָלט אַליין באַשליסן.

האַרץ-רײַסנדיקע קשיות: ווי אַזוי קען מען מאַכן אַ מעדיצינישן באַשלוס פֿאַר עמעצן וואָס קען שוין ניט?
פֿון שלום בערגער

א מענטש ליגט אין שפּיטאָל-בעט און קען ניט רעדן. די דאָקטוירים דאַרפֿן מאַכן א באַשלוס וועגן וואָס צו טאָן. ווי אַזוי טוט מען דאָס? ווי אַזוי רעדט מען אַרום אַזאַ זאַך מיט דער משפּחה? די ביִאָ-עטישע עסטאַבלישמענט אין שפיטעלער איבער אַמעריקע האָבן מער ווייניקער שוין אָנגענומען אַ רוטין, אַזאַ מין מעניו פֿון אופֿנים ווי אַזוי אַרומצורעדן מיט דער משפּחה אַ באַשלוס. מומחים אין מעדיצינישער עטיק זײַנען אָבער צו ביסלעך געקומען צום אויספיר, אַז אַזאַ קאָנסענסוס טויג מער ניט.

לאָמיר געבן אַ בליק איבער וואָס קומט היײַנט פֿאָר אין רובֿ שפּיטעלער ווען אַ פּאַציענט האַלט גאָר שמאָל, און וואָס מע רעדט איצט אַרום וועגן די פּאַסיקסטע אופֿנים צו מאַכן אַ בײַט אין דעם אָנגענומענעם צוגאַנג.

לאָמיר אָנהייבן מיט דער טרויעריקע סיטואַציע. דער חולה איז שוין א חולה-מסוכּן און ליגט אָן לשון אויפֿן שפּיטאָל-בעט. ווי אַזוי דערגייט מען וואָס ער אָדער זי וואָלט געוואָלט?

מע פֿלעג האַלטן פֿאַר אַן אידעאַל דעם כּלל "די בעסטע אינטערעסן פֿון פּאַציִענט." אלא װאָס, ס'איז נישט אַלע מאָל קלאָר װי אַזױ מע דערגײט יענע "בעסטע אינטערעסן," באַזונדערש אױב דער פּאַציִענט איז נישט בכּוח זײ אױסצודריקן. אָבער נישט נאָר צוליב פּראַקטישע סיבות האָט מען אָפּגעװאָרפֿן יענעם כּלל. עס האַנדלט זיך אין די עטישע יסודות פֿון דער הײַנטיקער ביִאָעטיק, װאָס האָבן זיך היפּש געביטן אין די לעצטע יאָרצענדליקער. צו מאַכן אַ באַשלוס לשם יענעמס אינטערעסן איז חשוד, באַזונדערש אױב מע נעמט אָן פֿאַר זיכער אַז מע װײסט װאָס יענעמס אינטערעסן זײַנען - דאָס שמעקט שױן מיט פּאַטערנאַליזם, װאָס איז הײַנט (נישט בחינם) מער נישט געװוּנטשן.

מיט וואָס פֿאַרבײַט מען די בעסטע אינטערעסן פֿון פּאַציענטן? אין די זיבעציקער יאָרן האָט מען ווידער געפֿונען לעגאַלע באַגרונטיקונגען פֿון 19טן-יאָרהונדערטיקן ענגלאַנד וואָס האָבן געשטעלט אַ דעמאָלט-דרינגיקע פֿראַגע: וואָס טוט מען אויב מע דאַרף האָבן צו טאָן מיט די אינטערעסן פֿון אַן אַזוי גערופֿענעם "לונאַטיקער", וואָס ס´איז אוממעגלעך צו דערגיין וואָס ער וויל איצט?

דעמאָלט איז מען צוגעקומען צום געדאַנק פֿון "פֿאַרביטענעם שׂכל" - דאָס הייסט אַז דער, וואָס מאַכט אַ באַשלוס אין נאָמען פֿון פּאַציענט, זאָל באַשליסן וואָס דער פּאַציענט זאָל האָבן באַשלאָסן ווען ער וואָלט געווען אין שטאַנד צו באַטראַכטן דעם ענין.

ס´איז אין תוך גענומען אַ גרויסע אָננעמעניש. ווען די באָבע וואָלט געהאַט רעדער וואָלט זי געוען אַ טראַמווײַ. און ניט נאָר איז דאָס אַ שווערער הלוואַי-שפּיל. ווען מע פֿרעגט אויס סתּם מענטשן, וואָס וואָלטן זיי געוואָלט ווען דאָס ליגן זיי

אין שפּיטאָל-בעט, זאָגן טייל אַז מע וואָלט דווקא ניט געוואָלט, אַ קרובֿ זאָל "פֿאַרבײַטן זייער שׂכל" און פּרוּוון טרעפֿן וואָס זיי וואָלטן געוואָלט.

פֿאַר די דאָזיקע סיבות איז אויך דער צוגאַנג "פֿאַרביטענער שׂכל" ניט פרײַ פֿון עטישע צי פּראַקטישע מניעות.

איז געבליבן, אַז דער סאַמע בעסטער אַלטערנאַטיוו פֿאָרצושטעלן די אמתע וווּנטשן פֿון פּאַציענט איז אַ צוואה וואָס האָט צו טאָן מיט מעדיצינישע ענינים. אַזאַ "ליווינג וויל" זאָל כּלומרשט זײַן דער סאַמע שפּיץ פֿון די אַלע דערמאָנטע צוגאַנגען, ווײַל ס'איז פּראַקטיש און יחידיש. ניטאָ קיין ניט-געשטויגענע הלוואי-מעשׂיות, ניטאָ קיין פּאַטערנאַליסטישע משחבות וועגן די בעסטע אינטערעסן פֿון פּאַציענט.

אויך אין דעם אזוי-גערופענעם אידעאַל שטעקן אָבער אַ צאָל וויכטיקע פּראָבלעמען. ס'רובֿ פֿון די אָ פּראָבלעמען ווײַזן זיך אַרויס אויפֿן קלאָרסטן אופֿן פֿאַר די וואָס אַרבעטן מיט גוססים: די דאָזיקע צוואות זײַנען מיט איין מאָל צו אַבסטראַקט און צו פּרטימדיק. צו אַבסטראַקט, ווײַל ס'רובֿ פּאַציענטן האָבן קיין אַנונג ניט וועגן די טעכנישע פּרטים פֿון אַ שפּיטאָל אָדער וועגן די טעכנישער פֿונקציע פֿון די מאַכערײַקעס וואָס געפֿינען זיך אין (צום בײַשפּיל) אַ גוט-אויסגעריכטן אינטענסיוון אָפּטייל. דערמאָנט מען אין דער צוואה בלויז נוצלאָזע אַלגעמיינערונגען ווי "איך וויל ניט קיין העלדישע מיטלען" אָדער "איך וויל ניט קיין לעבנס-ראַטעווענדיקע אַקציעס" - וואָס זיי מיינען פֿאַרשיידענע זאַכן פֿאַר פֿאַרשיידענע מענטשן. לאָמיר דאָ אויסניצן די געלעגנהייט זיך צו דערמאָנען אין די אומצאָליקע געלעגנהייטן ווען איך - נאָך אַ רעזידענט-דאָקטער - האָט זיך אַרויסגעשלעפּט די האָר בײַם לייענען די ניט-דורכגעטראַכטע אָנווײַזונגען אין אַזאַ צוואה. הלוואי וואָלטן גוטע כּוונות געווען גענוג!

פֿון דער איבער אַבסטראַקטקייט איז געקומען דער געדאַנק, אַז אפֿשר פֿעלט דווקא אַ געהעריקע ספּעציפֿישקייט אין אַזעכלע צוואות.

איז אָבער מיט דעם געקומען אַ נײַע שוועריקייט וואָס מע האָט מסתּמא געדאַרפֿט פֿאָרויסזאִָגן, דהיינו אַז דאָקטוירים און פּאַציענטן רעדן ניט די זעלבע שפּראַך. אַז אַ רעזידענט-דאָקטער (אָפֿטמאָל ווערט די "מצווה" איבערגעלאָזט דווקא פֿאַר די וואָס זײַנען ניט בײַ די הויכע פֿענצטער) פּרוּווט אויספֿרעגן אַ פּאַציענט וועגן די אַלע אָפּציִעס און צוגאַנגען וואָס וואָלטן געווען טעכניט מעגלעך צום סוף לעבן, קוקט נעבעך דער פּאַציענט ווי אַ האָן אין בני-אָדם. און ווען דער פּאציענט, ווידער, פּרוּווט אַליין ברחל בתּך הקטנה אָנגעבן וואָס מע מעג יאָ טאָן און וואָס מע טאָר ניט טאָן, קומען אויס אַזעלכע סצענאַרן אָן הענט און אָן פֿיס.

מיר דאָקטוירים פֿאַרקײַקלעך די אויגן ווען מיר הערן וועגן פּאַציענטן וואָס ווילן דווקא מע זאָל קוועטשן אויפֿן ברוסט כּדי ווידער אָנצוהייבן דאָס האַרץ, אָבער ווילן לחלוטין ניט קיין אָטעם-טרײַבל דורכן האַלדז -- ווען ביידע זײַנען געקניפּט און געבונדן ווי טיילן פֿון אויפֿמינטערונגס-פּראָצעס. אָדער ווידער ווען אַ פּאַציענט זאָגט אַז מע וויל יאָ װ טרײַבל דורכן האַלדז, נאָר מע וויל ניט צוגעטאָן ווערן צו אַן אָטעם-מאַשין. אַז מע הייבט אָן מיט אַזעלכע פּישטשעווקעס, איז סײַ צו קאָנקרעט סײַ אומפּראַקטיש.

איז מען שוין ניט אַהין און ניט אַהער.

צוליב די אָ טעמים האָט מען אָנגעהויבן צוצוגיין צום ענין פֿון אַן אַנדער קוקווינקל. לאָמיר ניט אַזוי לייגן דעם טראָפּ אויפֿן באַשלוס וואָס מע דאַרף מאַכן. דאָס איז אַוודאי וויכטיק, נאָר וויכטיקער איז, אפֿשר, וואָס פֿאַר אַ פּאַציענט דער חולה איז (געווען), וואָס ער האַלט וויכטיק אין לעבן. מיט אַזעלכע ידיעות קען מען פּרוּוון צונויפֿשטעלן מער אַ גאַנצע בילד פֿון זײַן זיך און דערמיט וואָס פֿאַר אַ באַשלוסן שטימען מיט דעם מענטשנס פּערזענלעכקייט, לויט די וואָס האָבן אים/זי געקענט פֿון דער נאָענט.

ווי אַזוי אָבער קען מען דערגיין וואָס פֿאַר אַ מענטש מ´איז? ס'איז ווי בײַ וועמען. אַ מאָל איז מען אַזאַ מענטש, וואָס איז צוגעוווינט צו אַבסטראַקטע רייד, וואָס קען באַקוועם זיך אַוועקזעצן, נעמען אַ פּען אין דער האַנט און איבערגעגעבן אן אַזוי-גערופֿענע עטישע צוואה קינדער און קינדסקינדער.

ניט יעדער אָבער איז אַזאַ. וויכטיקער איז אפֿשר מודה צו זײַן, אַז אַלע האָבן געוויסע זאַכן בשותּפֿות, און איינס פֿון זיי איז שאַפֿן און דערציילן מעשׂיות וואָס שפּיגלען אָפּ ווער מ'איז און וואָס מע האַלט פֿאַר וויכטיק.

אַפֿילו מיר זײַנען ניט געניטע שרײַבערס אָדער סובטילע דענקערס, אַפֿילו מיר האָבן ניט ליב צו לייענען אָדער טראַכטן אויף אַ טעאָרעטישן אופֿן וועגן אונדזערע באַגריפֿן, דערציילן מיר מעשׂיות טאָג אײַן טאָג אויס וואָס אונדזערע קרובֿים הערן אויס.

נאָר שפּעטער, ווען מיר ליגן אָן לשון און אָן אויסדרוק ערגעץ אויף א שפּיטאָלבעט, קענען אונדזערע קרובֿים זיך כאַפּן אַז די און די זאַכן האָט ער (צי זי) געהאַלטן פֿאַר וויכטיק.

און דווקא די עקרים (לויט דעם צוגאַנג) דאַרף מען באַטראַכטן ווען מע רעדט אַרום מעדיצינישע באַהאנדלונג. דעם טראָפּ דאַרף מען ניט לייגן אויף די אומקלאָרע פֿאָרויסזאָגונגען, אַ מאָל ניט געשטויגענע, פֿון די מעדיצינישע פּראַקטיקער, נאָר אויף די פּריאָריטעטן פֿון די חולים אַליין, ווי זיי זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן אין טאָג טעגלעכן לעבן.

יום רביעי, פברואר 25, 2009

ביִאָ-עטיק און הלכה, אָדער, צי איז נייטיק אַ ייִדישע מעדיצינישע עטיק?

לעצטנס האָב איך זיך ערנצט פֿאַראינטערעסירט מיט דער מעדיצינישער עטיק. כ'ווייס ניט פֿאַר וואָס כ'האָב זיך קיין מאָל פֿריִער געפּרוּווט אײַנטיפֿן אין דער ליטעראַטור, אפֿשר דערפֿאַר וואָס עס האָט מיר געפֿעלט די נייטיקע איבערלעבענישן, די שפּעט-בײַ-נאַכטיקע, פּײַנלעכע דיסקוסיעס וועגן טויט און . . . טויט מיט קרובֿים וואָס אָדער פֿאַרשטייען ניט ווי שמאָל עס האַלט אָדער ווייסן ניט וואָס עס הייסט פֿאָרצושטעלן דעם פּאַציענטס (און ניט זייער אייגענע) ווילן. איצט, נאָך (כּמעט) דרײַ יאָר רעזידענץ, האָב איך שוין. די ביִאָ-עטי דאַרף שוין זײַן הלכה-למעשׂה.

וואָס מער אָבער איך פֿאַרגלײַך די וועלטלעכע און הלכהש-ייִדישע צוגאַנגען צו די וויכטיקסטע ענינים פֿון דער מעדיצינישער עטיק (ווי אַזוי באַשיצט מען דעם פּאַציענט אין זײַנע באַציִונגען מיט דאָקטוירים? ווי ווײַט קענען די געזונט-אַרבעטער גייען, ווען זיי טוען זאַכן צום חולה בעל-כּרחו? ווי אַזוי צעטיילט מען די געזונט-רעסורסן פֿון אַ דעמאָקראַטישער געזעלשאַפֿט אויף אַ גערעכטן אופֿן?) איז די מאָדערנע הלכה נאָך ניט מסוגל צוצוגיין צו די פּראָבלעמען מיט די נייטיקע מכשירים. אָפֿט מאָל פֿאַרשטייט מען ניט די מציאות, און די אויטאָנאָמיע וואָס יעדער פּאַציענט ווערט גאַראַנטירט הײַנט צו טאָג אין יעדן געזונט-באַגעגעניש.

אַזאַ אויטאָנאָמיע האָט מען ניט פֿאָרויסגעזען, ניט אין דער גמרא און ניט אין שלחן-ערוך. צו דערצו, ווערט דערקענט אין דער הלכה אַן אונטערשייד צווישן אַראָפּנעמען אַ באַהאַנדלונג און ניט אָנהייבן אַ באַהאַנדלונג - מותּר איז (בדרך-כּלל) ניט אָנהיייבן אַן אָטעם-מאַשין, אָבער ניט אָפּשטעקן אַזאַ מאַשין.

די פּראָבלעם איז, וואָס אַזאַ אונטערשייד איז ניט צו פֿאַרטיידיקן. די צוויי כּמו מינים אַקטן פֿירן צום זעלבן עפֿעקט.

בין איך געבליבן אין אַ פֿאַרלעגנהייט ווי אַ פֿרומער ייִד, ווי זאָל איך אײַנפֿירן מײַן הלכהש לעבן אין דער מעדיצינישער עטיק ווען איר השקפֿה איז ניט איינשטימיק מיטן "האידנא"?

יום שלישי, אפריל 22, 2008

ונתנה תּוקף: דער געזונט-דעפּאַרטמענט גרייט זיך צו באַשליסן, ווער וועט לעבן און ווער וועט שטאַרבן

איך דערמאָן זיך אין מײַן ערשטער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט זיבן-אַכט יאָר צוריק. כ'בין אַרומגעגאַנגען אין אַ מצבֿ ערגעץ צווישן פּריטשמעליעט און באַוווּנדעריש. נאָר איין רעדנער, האָב איך געוווּסט, איז מער ווי אַ ביסל גערירט. ער שטייט בײַם שטענדער, גאַנץ ערנצט, און רעדט וועגן דער (בײַ אים) קאָנקרעטער מעגלעכקייט, אַז ביאָ-טעראָריסטן זאָלן פֿאַרכאַפּן און פֿאַרשפּרייטן מוסטערן פֿון טייטלעכע ווירוסן כּדי אַרויסצורופֿן אַ קאַטאַסאראָפֿע. ווי אויסטערליש האָט דאָס געקלונגען!

פֿאַרשטייט זיך, אַז יענע קאָנפֿערענץ האָט מען אָפּגעהאַלטן אין די נאַיִווע, רעלאַטיוו זאָרגלאָזע טעג פֿאַר "נײַן-עלעווען." און איך בין נאָך געווען אַ סופּער-נאַיִווער גראַדויִר-סטודענט.

איצט ווייסט יעדער אַז מאַסן-אומגליקן, זאָלן זײַן טעראָריסטישע צי סטיכישע, זײַנען אַ לעבנספֿאַקט, דאַרף מען שוין אין פֿאָרויס פּרוּוון אויספּלאַנירן ווי אַזוי די געזונט-אינסטאַנצן זאָלן זיך אָפּרופֿן אין אַזאַ פֿאַל. דער ניו-יאָרקער שטאַטישער געזונט-דעפּאַרטמענט האָט אין שײַכות דערמיט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ פּלאַן כּדי צו באַשטימען דעם אָפּרוףֿ אויף אַן אינפֿלוענצע-עפּידעמיע.

דאָ גייט די רייד ניט וועגן דעם געוויינטלעכן פֿלו וואָס ברענגט מיט אַ קאַפּעדיקער נאָז, אַ הוסט, און אַ פּאָר טעג אין דער היים לעבן דער טעלעוויזיע און אַ שיסל יויך. ווען מע פּאָרט שוין צוזאַמען די ווערטער "פֿלו" און "עפּידעמיע" (דאָס צווייטע איז נאָר חל אויף אַ ברייט-פֿאַרשפּרייטער קראַנקייט אין אַ געוויסע ראַיאָן) האָבן מיר צו טאָן מיט דעם אינפֿעקטיוון שרעקן פֿוּן הײַנטיקן יאָרצענדליק: דעם פֿייגלפֿלו, דעם אומבאַשטעלטן אימפּאָרט פֿון אַזיע.

לאָמיר לאָזן אין אַ זײַט דעם שמועס איבער דעם, צי אַזאַ פֿלו איז טאַקע אַ ממשתדיקע סכּנה. עס קען זײַן אַז ניט, באַזונדערש צוליב דעם, וואָס די צאָל פֿאַלן טייטלעכע פֿייגלפֿלו צווישן מענטשן פֿאַרקלענערט זיך יעדע יאָר זינט 2006, און דער "סופּערווירוס" וואָס האָט פֿריֵער אָנגעוואָרפֿן אַ שרעק אויף געזונט-פּראָפֿעסיאָנאַלן איז דאַכט זיך נאָך ניט אויפֿגעקומען.

דאָס הייסט ניט אָבער אַז מע מעג זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט. מע דאַרף פּלאַנירן. און צו זײַן אַ חכם - ניט דערנאָך, נאָר הײַנט, מיינט צו זײַן אַ רואה את הנולד, פֿאָרויסצוזען מעגלעכע פּראָבלעמען. די דאָזיקע פּראָבלעמען נעמען אַרײַן ניט נאָר מעדיציננישע נאָר אויך עטישע פֿראַגעס. אויב עס בושעוועט אַן עפּידעמישער פֿלו, ווערן טייל פֿון די ערשטע קרבנות די עלטערע און פֿריִערדיק קראַנקע וואָס וועלן לײַדן פֿון שווערע אָטעם-פּראָבלעמען. סײַ הײַנט, סײַ אין אַזאַ אומגליק ווי אַ פֿלו-עפּידעמיע וואָלט געפֿעלט גענוג אָטעם-מאַשינען, כּדי יעדער פּאַציענט וואָס דאַרף זיי האָבן זאָלן זיי באַקומען.

מיט איין וואָרט: מע וועט דאַרפֿן ראַציאָנירן. און ד"ר טיִאַ פּאַועל, אַ באַאַמטע פֿון דעם ניו-יאָרק שטאַטישן געזונט-אָפּטייל און אַ מומחה אין דער מעדיצינישער עטיק, האָט אָנגעהויבן טראַכטן וועגן דעם. ווי אַזוי טיילט מען אויס די דאָזיקע אַטעם-מאַשינען? ווער ועט מאַכן אַזוינע באַשלוסן? וואָס זײַנען די יסוד-פּרינציפּן?

אין אַן אַרטיקל אין ניו-יאָרק טײַמס ווערן אויסגערעכנט די ראָשי-פּרקים פֿון דער סטראַטעגיע, וואָס די מיטגלידער פֿון איר קאָמיטעט האָבן אויסגעאַרבעט. זיי זײַנען הלכה-למעשׂהדיקע פֿירלייגן פֿאַר אַ ניט-געוווּטשענעם נויטפֿאַל, וואָס מע וויל זיך בעסער ניט אַרײַנטראַכטן אין דעם.

דער שווערסטער פּונקט אויפֿצוהייבן איז אָט וואָס: די גרופּע לייגט פֿאָר אַז ס'וואָלט ניט געווען רעקאָמענדירלעך געבן אָטעם-מאַשינען די גאָר אַלטע און קראַנקע, ווײַל דווקא זיי וועלן מסתּמא ניט איבערלעבן דעם אויסבראך פֿון פֿלו-עפידעמיע .אין דעם פאל וואָלט געווען די גרעסטע עבֿירה צוצובינדן צו אן אָטעם-מאַשין אַ מענטש וואָס מע קען ניט אָפּבינדן ווײַל ער וואָלט דאָס ניט איבערגעלעבט. בקיצור, מוז מען ראַציאָנירן די אָטעם-מאַשינען, באַשליסן וועלכע קריטעריעס מע וועט ניצן צו באַשטימען מי יחיה ומי ימות.

מיט וועלכע קריטעריעס וואָלט מען געווען מעדיציניש ניט פּאַסיק געבונדן צו ווערן צו אַן אָטעם-מאַשין? לויט דער גרופּעס רעקאָמענדאַציעס: אָפֿטמאָליקע האַרץ-אָפּשטעלונגען, פֿאַרשפּרייטער ראַק, אָדער ערנצטע ברען-וווּנדן. דערעיקר אָבער (שטרייכט אוטער די גרופּע) איז ניט די רשימה קריטעריעס נאָר דער פּראָצעס פֿון דיסקוסיע וואָס דאַרף פֿאָרקומען אַרום דער דאָזיקער-פּלאַנירונג. צווישן אַנדערע דאַרף מען אַרומרעדן די דאָזיקע האַרבע קשיות: צווישן די וואָס זײַנען יאָ (לויט די אויבן דערמאָנטע קריטעריעס) פּסיק געבונדן צו ווערן צו אַן אָטעם-מאַשין אין פֿאַל פֿון אַ פֿלו-עפּידעמיע, ווער זײַנען בילכער - די ייִנגסטע צי די עלטסטע? די וואָס האָבן די מערסטע יאָרן אין דער צוקונפֿט, צי די, וואָס זײַנען מסתּמא די קרענקסטע און "דאַרפֿן" מער געראַטעוועט ווערן?

די דאָזיקע דיסקוסיע דערמאָנט אין די קלאַסישע ייִדישע מקורים וואָס רעדן אַרום ווי אַזוי אויסצוטיילן קנאַפּע מעדיצינישע רעסורסן (זע דעם אַרטיקל פון משה סאָקאָל אין דעם זשורנאַל פֿון פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע לימודים פֿון 1990). פֿאַראַן אָבער אַן אונטערשייד צווישן די קלאַסישע הלכהשע דיסקוסיעס און די דאָזיקע מעדיצינישע-עטישע פֿראַגעס: כאָאש די דאָזיקע מעשׂיות (למשל די באַרימטע אין בבֿא-מציאה וועגן איין וואַסערפֿלאַש פֿאַר צוויי מענטשן אין מדבר) האָבן צו טאָן מיט אַ רעסורס וואָס וועט באַשטימען לעבן אָדער טויט. אין דעם פֿאַל אָבער האָט מען צו טאָן מיטן אויסטיילן אָטעם-מאַשינען. דאָס באַשטימט ניט קליפּ און קלאָר לעבן אָדער טויט, נאָר די צאָל יאָרן וואָס מע וועט (אפֿשר) דערגרייכן. איז דאָס אַ ביסל מער קאָמפּליצירט ווי טיילן זיך מיט איין וואַסערפֿלש אָֿדער וועמען צו ראַטעווען פֿון געפֿעקנקעניש (ביידע סוגיות אין דער גמרא).

ביז די דאָזיקע קשיות ווערן ניט אײַנגעזעצט קען מען דערווײַל נאָר מסכּים זײַן מיט דער רעקאָמענדאַציע, אַז באַשטימען אין פֿאָרויס דאַרף מען ספּעציעלע מומחים, וואָס וועלן זיך אָפּגעבן (אין פֿאַל פֿון אַן אמתער פֿלו-עפּידעמיע) מיט די עטישע-ראַציאָנירונג-פֿראַגעס. און לאָמיר ניט האָבן אַזעלכע צרות

יום חמישי, פברואר 28, 2008

די עטיק פון נויטפאל-מעדיצין

ווען מעגן דאָקטוירים באַהאַנדלען אַ מענטש אָן זײַן הסכם?

לעצטנס האָט אַ סקאַנדאַל אויפגערודערט די וועלטן פון מעדיצין און ביאָ-עטיק. די מעשה האָט זיך פאַרלאָפן אין קאָרנעל-שפּיטאָל, איינעם פון די הויפּטצענטערס פון אַקאַדעמישער מעדיצין אין ניו-יאָרק, אין דעם נויטפאַל-אָפּטייל (עמערדזשענסי רום). און ווי אַזוי מע דערציילט די מעשה איז שטאַרק פאַרבונדן מיטן צוגאַנג וואָס מע האָט צום ענין גופא, דהיינו, ווען איז דעם פּאַציענטס הסכם נייטיק פאַר מעדיצינישער באַהאַנדלונג. דערציילט מען די מעשה אַזוי, נעמט מען דעם צד פון די דאָקטוירים - דערציילט מען אַנדערש, איז מען אויפן צד פון אָנקלאָגער. וועלן מיר סײַ ווי סײַ נעמען זיך צו דער מעשה.

דעם פּאַציענט האָט מען אַרײַנגעפירט אין נויטפאַל-אָפּטייל מיט אַ פּריוואַטן אויטאָ, נאָר די קרובים צי פרײַנד וואָס האָבן אים געבראַכט צו פירן זײַנען אַוועק. דער מענטש איז געווען פאַרמישט אין אַן אויטאָ-אַקצידענט און אין זײַן קאָפּ איז געווען אַ בלוטיקנדיקער וואונד. דער געטראָפענער האָט דאַכט זיך מסכים געווען אַז די דאָקטוירים זאָלן אַרײַננייען אַ פּאָר שטעך אין דעם וואונד כדי אים צו פאַרריכטן.

דאָ ווערט די מעשה קאָמפּליצירט, און עס בעט זיך אַן אַרײַנפיר צו דער אַרבעט פון טראַומאַ-דאָקטוירים, מעדיצינישע פּראָפעסיאָנאַלן וואָס אַרבעטן מיט קרבנות פון אַן אומגליק. לויט די כללים פוּן דער פאַך איז אָנגענומען אַז "אין יעדן לאָך שטעקט מען אַרײַן אַ פינגער" צו זען צי עפּעס איז ניט צעבראָכן אָדער צעבלוטיקט. אַז מע גיט אַרײַן אַ פינגער אין אָחור (רעקטום) קען מען זיך דערוויסן וועגן מצב פון בעקן (פּעלוויס בלע"ז), אינגעווייד, און נערוון-סיסטעם. איז דאָס אַ פּערפעקט מיטל וואָס מען קען דערמיט מוותּר זײַן אויף רענטגענס אָדער סי-טי-אימאַזשן? ניין, אָבער נוצלעך איז עס יאָ.

דער פּאַציענט האָט אָבער אין דעם פאַל געזאָגט אַז ער וויל ניט דעם רעקטום-אונוערזוך. ער האָט זיך געווערט, אַפילו בגוואַלד געפּרואווט אָפּשטעלן די אונטערזוכנדיקע דאָקטוירים. האָבן זיי אים אײַנגעצאַמט און - ווען דאָס האָט ניט אויסגעפּועלט - אײַנגעשלעפערט מיט מעדיקאַמענטן און "אײַנגעטרײַבלט" מיט אַ רערל דורכן האַלדז, כדי די אײַנשלעפערונג זאָל ניט דערדריקן זײַן אָטעמען.

ווי געזאָגט זײַנען די פּרטים אונטער אַ געוויסן פראגע-צייכן, און עס קען זײַן אַז די שפּעטערדיקע לעגאַלע אָפּרופן פוּן די צוויי צדדים ווען זײַן איבערגעטריבן. (דער פּאַציענט טענהט שוין אַז דער ניט-געבעטענער רעקום-אונטערזוך האָט בײַ אים גאָר אויסגערופן אַזאַ מין פּסיכאָלאָגישע טראַומע.) נאָר ניט געקוקט אויף דער געריכט-דראַמע שווימען אַרויף לפּחות צוויי עטישע שאלות פון דער גאַנצע מעשה:

1. אין וועלכע פאַלן קען מען אָננעמען אַז דער חולה איז מסכים - אָן צו באַקומען אַ בפירושן ענטפער? פאַראַן אומשטענדן אין מעדיצין, ווען מע קען ניט אָדער האָט ניט קיין צײַט צו בעטן דערלויבעניש בײַם פּאַציענט. איז דאָס געווען אַזאַ פאַל, צי האָט מען געדאַרפט מער בפירוש פעסטשטעלן אַז דער חולה איז מסכים? ווען איז חל די קאַטעגאָריע "נויטפאַל" און ווען מעג מען פאָרן ווײַטער לשם פּיקוח-נפש? ווען איז מען באַרעכטיקט ניט אָנצונעמען דעם פּאַציענטס אָפּזאָג, מיטן חשש אַז ער איז ניט בײַם פוּלן זינען?

2. וואָס הייסט "פּראָפעסיאָנעלע כללים"? ווער דעפינירט זיי? ווער באַשליסט ווען זיי זײַנען חל (אָדער ניט)? צי קען אַ פּאַציענט אַ מאָל ניט מסכים זײַן מיט די דאָקטוירים, אַפילו אין אַ נויטפאַל, ווען גענויע רוטינען זײַנען לעבנס-וויכטיק?

די דאָזיקע פראַגעס וועלן מסתּמא פאַרבלײַבן לאַנג נאָך דעם ווי דער דאָזיקער לעגאַלער פאַל איז באַשלאָסן און די אָפּקלאַנגען פוּן דער פּיקאַנטער מעשה שטילן זיך אײַן.

זיי ווערן נאָך מער קאָמפּליצירטער צו ענטפערן דערויף, ווען מע נעמט אין באַטראַכט די פיל-פּנימדיקע פּאַציענטן-באַפעלקערונג וואָס ניו-יאָרקער מעדיקער כל-המנים מוזן באַהאַנדלען. ניט נאָר שפּראַך פאַרשטעלט אַ מאָל די דאָקטער-פּאַציענט-באַציונג, נאָר סאָציאַלע און עקאָנאָמישע אַנדערשקייטן שאַפן אַ תּהום וואָס איז אַ מאָל אוממעגלעך איבערצושפּאַנען מיט בלויז ווערטער. אין די טעקסטביכער פון דער מעדיצישנער עטיק שרײַבט מען גלאַטיקע דעפיניציעס פון "פּאַציענטן-הסכם", נאָר יעדער וואָס האָט אַ מאָל געפּרואווט אַרומרעדן מיט אַ חולה אַ נייטיקע מעדיצינישע פּראָצעדור ווייסט אַז אָפטמאָל אָדער האָט דער פּאַציענט אַזאַ דרך-ארץ פאַרן דאָקטער, ממש ייראת-הכבוד, אַז זײַן הסכם איז באמת קיין פרײַער הסכם ניט - אָדער דער פּאַציענט און דער דאָקטער געפינען זיך ממש אין צוויי אַנדערע וועלטן, און ס'איז אוממעגלעך איבערצוגעבן יענעם די מיינונגען וואָס מע האָט אין קאָפּ.

צוריקגערעדט, ניט געקוקט אויף די שוועריקייטן, מוז יעדער דאָקטער ווי-ניט-איז (לשם עפעקטיווקייט און די שטאַרקע דרוקן פון אַרבעטס-טאָג) "אויסנעמען אַ הסכם" בײַם פּאַציענט, אָדער גאָרניט וועט אויפגעטאָן ווערן און די גאַנצע מאַשינעריע פון שפּיטאָל אָדער קליניק וועט בלײַבן שטעקן. זײַנען די צוויי עקן פוּן "הסכם-שטעקן" סותר איינער מיטן צווייטן, און יעדער דאָקטער פילט זיך צעריסן. אַרומרעדן יעדע זאַך מיט די פּאַציענט אַוודאי, אָדער די וואָס ווילן פאַרשטייען אָפטמאָל גאָרניט פון מעדיצינישן לשון, און די וואָס פאַרשטייען יאָ - ווילן אַ מאָל ניט.

אַן אויסוועג צו דעם פּראָבלעם (ווי קען אַ פּאַציענט באמת מסכים זײַן וועט ער פאַרשטייט ניט אַלע פּרטים פון דער מעדיצינישער תּורה? און ווי קען אַ דאָקטער פאַרשטיין דעם פּאַציענטס טענות, ווען ער איז אָפטמאָל אַרײַנגעטאָן אין זײַן אַרבעטס-וועלט?) קען מען אפשר געפינען אין דעם געדאַנק, אַז יעדער פּאַציענט מוז קלאָר מאַכן, נאָך איידער מע לאָזט אים אַרײַן אין שפּיטאָל, וואָסערע זאַכן ער וויל אָדער וויל ניט.

דעם זאָזיקן צוגאַנג איז אוממעגלעך אָנצונעמען ווען פּאַציענטן פאַלן אַרײַן אָן אַ פאַרבעטונג. וועלן אַלע מאָל זײַן אינצידענטן ווי דאָס, וואָס ס'איז פאָרגעקומען אין קאָרנעל, ווען אַ פּאַציענט כאַפּט זיך צו שפּעט אַז די פּראָצעדור איז ניט קיין גינציקע. זאָל מען פאַרזיכערן וואָס פריִער, וועמענס "ניט-הסכם"איז טאַקע פאַרלאָזלעך...