יום חמישי, מרץ 25, 2010

דיסקורס אויף מעדאָטיק

סטרוקטור
פֿרעסט מײַנע שמייכלען
מײַנע טרערן פּגרן
פֿון קהלשע לאַסקעס.

מאָרגן
גיי איך זיך אָפּזאָגן פֿון דער אַרבעט
איך וועל פֿאַרקויפֿן
מײַנע גרוי-ווײַסע האָלאָוועשקעס
פֿון חורבן-פּשטות.

דעליקאַט
די רעטענישן פֿון סוף וואָכנטאָג
איך לערן זיך שוין שטריקן
כאָטש מײַנע ליימענע פֿינגער שטעכן
מיר טיף אין האַלדז.

יום ראשון, מרץ 21, 2010

בויען אַ בריק צווישן דאָקטער און פּאַציענט

אָפֿט מאָל טרעפֿט זיך, אַז איר גייט צו אײַער דאָקטער און ער פֿאַרשטייט אײַך ניט, אָדער פֿאַרקערט — איר פֿאַרשטייט ניט אים. ס׳איז גלײַך ווי איר רעדט אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן. ווי אַזוי פֿאַרטײַטשט מען וואָס איר זאָגט אויף דער שפּראַך פֿון דאָקטער און פֿאַרקערט?

לייענט ווײַטער אין פֿאָרווערטס.

יום רביעי, מרץ 10, 2010

שטאַרבן איז גוט

שטאַרבן איז גוט
מיט געלט.
די תּכריכים וועל איך פֿאַרזעצן
אויף יענער וועלט.
נעם צוויי לוחות
און רוף מיך אין דער פֿרי --
דאָרט וועל איך זײַן מיוחס
אויב ניט דאָ הי.

יום רביעי, פברואר 24, 2010

יום חמישי, פברואר 18, 2010

נאָך ערגעץ צו לייענען מײַנע לידער

אויפֿן אויסטראַליער וועבזײַטל ייִדישע פּאָעזיע (אויף וויפֿל מע קען זאָגן אַז אַ וועבזײַטל האָט אַ פֿיזישן אַדרעס) קענט איר געפֿינען לידער מײַנע מיט איבערזעצונגען. רעקאָרדירונגען פֿון פֿירלייענונגען וועט מען אי"ה באַלד אויפֿלאָדן. אַ דאַנק ענדרו פֿײַערסטאָן פֿון מעלבורן (געשטיצט פֿון מאָנאַש-אוניווערסיטעט) פֿאַר דער אכסניא. לייענט און האָט הנאָה!

יום חמישי, פברואר 11, 2010

איבערזעצונג

יעדער זיצט און זעצט איבער
און מע פֿאַרשטייט ניט
דער ווינט פֿאַרבלאָזט די שפּורן
דער הונט שטייט ניט

אונטערן לאָמפּ זוכט דער שיכּור
זײַנע גלעזער
אפֿשר ווייסט איר ווער'ז דער זוכער
מײַנע לעזער

יום שני, פברואר 08, 2010

א דערקלערונג פאר דער איצטיקער באלטימארער זאווערוכע

ביים דאוונען האב איך געזאגט, "טאטעניו זיסער, לאמיר אנהייבן פון ס'ניי."

פון וואנען זאל איך וויסן אז דער רבש"ע איז א ליטוואק?

יום חמישי, פברואר 04, 2010

אַ ליד לזכר סוצקעווער ע"ה (אָנגעשריבן צו זײַן ווערן אַ בן-תּשעים)

אויף יענעמס מאַפּע

געזוכט האָב איך אַרום־אַרום סימבאָלן
אַזוי ווי יענער בעל־סיגנון, דער שרײַבער
וואָס בלוטיקט אין דער וועלט אַרײַן זײַן לײַב. ער
מאַכט אַלץ פֿאַר סינאָנימען פֿון זײַן נאָמען.

קען זײַן אַז ניט כּדאַי דער וועלט בכלל איז
אין איר אַרײַנטײַטשן מײַן יעדן אבֿר,
לאָפּעטעסווײַז אומקערן פֿרישן קבֿר
דעם באָדן וואָס פֿאַר ווײַנטרויבן און גאַל איז.

געטײַטש זײַנס אויף די וועגן איז מײַן מאַפּע
כאָטש זיך פֿאַרקערן מוז איך אין אַ ריכטונג
וואָס דורכצופֿאָרן איז בלויז דער אײַנריכטונג
וואָס הייסן הייסט עס איך.
איך וועל דערדראַפּען

ביז יענעם ברעג וווּ ס´טרעפֿן זיך די טײַכן
וואָס פֿליסן זיך באַזונדערש אין געלעגערס
ווי צוויי פֿאַרוואָגלטע־פֿאַרלאָדן טרעגערס.
איין וועג, צוויי מאַפּעס, כּפֿלטע פֿאַרגלײַכן.

יום שני, פברואר 01, 2010

די ישׁראל-רעגירונג טרויערט אויפֿן טויט פֿון סוצקעווער...ניט אַזוי שטאַרק

אויף דער לוויה, ווי עס גיט איבער יצחק לודען, האָט געפֿעלט וואָסער ניט איז רעפּרעזענטאַנט פֿון דער ישׂראל-רעגירונג, פֿון דער שטאָט תּל-אָבֿיבֿ, אָדער פֿון העבערישן שרײַבער-פֿאַראיין.
די "טרויערנדיקע" רעגירונג פֿון ישׂראל האָט זיך אָבער נישט צו שטאַרק — נאָר טאַקע אינגאַנצן נישט —איבערגענומען און זיך פֿון דעם צום האַרצן נישט גענומען. זי האָט זיך נישט גענייטיקט אין קיין מיטגעפֿיל, ווײַל זי האָט אין דעם ענין קיין געפֿיל נישט אַרויסגעוויזן. זי האָט אַפֿילו קיין נעקראָלאָג אין די צײַטונגען נישט פֿאַרעפֿנטלעכט, ווי עס פֿירט זיך, געוויינטלעך לגבי אַנדערע אנשי־ציבור אָדער קולטור־גיבורים, וואָס "זינדיקן נישט" מיט קיין ליבשאַפֿט צו ייִדיש.

יום ראשון, ינואר 31, 2010

אַ ליד וועגן אָפּזעץ

אַ ליד וועגן אָפּזעץ
(אויף דער מעלאָדיע פֿון "זי וועט קומען פֿון די בערג")

עס שאַפֿט זיך רעגן אין די וואָלקנס (אין די וואָלקנס)
עס שאַפֿט זי רעגן אין די וואָלקנס (אין די וואָלקנס)
עס שאַפֿט זיך רעגן אין די וואָלקנס
טראָפּלעך ווערן גרויסע טראָפּנס
עס שאַפֿט זיך רעגן אין די וואָלקנס אין די וואָלקנס

האָגל - ברד איז אַ מכּה (איז אַ מכּה)
האָגל - ברד איז אַ מכּה (איז אַ מכּה)
האָגל - ברד איז אַ מכּה
קען ווערן גרויס ווי עפּל טאַקע!
האָגל - ברד איז אַ מכּה איז אַ מכּה

שטיקלעך אײַז קענען פֿאַלן אויך געמישט מיט שניי
שטיקלעך אײַז קענען פֿאַלן אויך געמישט מיט שניי
שניי געמישט מיט שטיקלעך אײַז
וואַרפֿן וואָלט געווען אַ גרײַז
שטיקלעך אײַז קענען פֿאַלן אויך געמישט מיט שניי

וועגן שנייעלעך רעדן די לערערס אין די שולן
וועגן שנייעלעך רעדן די לערערס אין די שולן
זיי כאַפּן אַרום וויפֿל מאָלעקולן?
אַן איינס געפֿאָלגט פֿון נײַנצן נולן!
***(דערפֿאַר זײַנען צוויי שנייעלעך גאָרניט גלײַך!)
וועגן שנייעלעך רעדן די לערערס אין די שולן

פֿון דעם אַלעם ווערט מען נאַס ווערט מען נאַס
פֿון דעם אַלעם ווערט מען נאַס ווערט מען נאַס
לאָמיר טרינקען עפּל קוואַס
און מאַכן בילדער פֿון דער גאַס
פֿון דעם אַלעם ווערט מען נאַס ווערט מען נאַס

בואו עננים (אַ באַוווּסט רעגן־ליד אויף עבֿרית פֿון לאה גאָלדבערג, אויף יידיש

בואו עננים //לאה גולדברג

בואו עננים, הבו גשם לגנים

טיף, טיף, טיפותי,
גשם, גשם לשדותי.
לשיבולת לאילן,
ולפרח הקטן שבגן.

וואָלקנס וואָלקנס קומט שוין גיך, פֿאַר די גערטנער רעגן גיט
קאַפּעט טראָפּנס אָן אַ שיִער
רעגן פֿאַר די פֿעלדער מיר
פֿאַר די ביימער אומעטום
זאַנגען וואָס בליִען רונד אַרום
דער קלענסטער בלום


יום שבת, ינואר 30, 2010

אַ רעצענזיע פֿון טאַובס "וואָס שטילקייט האָט באַלויכטן"

דאָ ווײַטער ברענג איך אַ רעצענזיע אויף אַהרן טאַובס וואָס שטילקייט האָט באַלויכטן. די רעצענזיע איז לעצטנס אַרויס אין נײַעם נומער אויפֿן שוועל.

וואָס איבערזעצונג האָט באַלויכטן
אַהרן טאַובס איבערגעטײַטשטע פּאָעטישער צוגאַנג.

ס'איז נאָך אַלץ מעגלעך הײַנט צו שרײַבן אַ ליד אויף ייִדיש אָן אַן איבערזעצונג, נאָר איך וויל טענהן אַז אַזאַ ליד איז ווייניקער רײַך, ווייניקער אינטערעסאַנט ווי אַ ליד מיט אַן איבערזעצונג. אָ ראַיה האָב איך: די לידער פֿון ירמיהו אַהרן טאַוב, געזאַמלט אין זײַן נײַעם באַנד, וואָס שטילקייט האָט באַלויכטן.

טאַוב איז אַ ייִדישער "גיי"-פּאָעט וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין דער גאָר פֿרומער קהילה, און אַוועק דאַכט זיך סײַ צוליב זײַן "פֿריילעכקייט", סײַ צוליב אַנדערע אונטערשיידן. אָנהייבנדיק אין די צוואַנציקער האָט ער אָנגעהויבן לערנען זיך פֿאָרמעל שרײַבן און לייענען די ייִדישע ליטעראַטור, כאַטש (ווי ער זאָגט אין זײַן נאָכוואָרט) איז די לופֿט פֿוּן זײַנע קינדעריאָרן אײַנגעזאַפּט מיט ייִדיש-לשון. איך וועל ניט איבערחזרן די פֿאָר-געשיכטע פֿון זײַן דיכטערײַ וואָס ער גיט איבער, נאָר גרונטיק איז צו דערמאָנען, אַז בשעתן אַרויסשאַרן זיך פֿון דער חרדישע קהילה האָט טאַוב געאַרבעט ווי אַ קונסט-מאָדעל, "צווישן דער פֿרומער וועלט און דער עראָטישער (אונטער)וועלט וואָס כ'האָב אָנגעהויבן אויסצופֿאָרשן." באַזונדערש האָט אים פֿאַראינטערעסירט קראָקי, "אַ סעריע סקיצעס וואָס לערערס ניצן ווי אַ מין צוגרייטונג אויף די לענגערע געניטונגען." שפּעטער איז טאַובן אײַנגעפֿאַלן, אַז ער קען אַוועקשטעלן די סקיצעס אין סאַמע צענטער פֿון זײַן עסטעטישן אַני-מאמין, אַז קורצקייט און אַקוראַטקייט קענען אַרומצאַמען זײַן פּאָעטישן צוגאַנג.

דער פּועל-יוצא דערפֿון איז דער דאָזיקער באַנד, דאָס צווייטע ביכל לידער טאַובס. איך קען ניט שרײַבן ווי אַ טרוקענער, אומפּאַרטיייִשער רעצענזענט, ווײַל דער פּאָעט גיט מיר אָפּ אַ ברייטהאַרציקן דאַנקוואָרט, און סײַ ווײַל איך האָב זיך באַקענט פּערזענלעך מיטן פּאָעט בשעת זײַנע ניו-יאָרקער יאָרן בײַם יוגנטרוף-שרײַבקרײַז.

נאָר צוהערן זיך צו עטלעכע קירצערע פֿירגעלייענטע לידער צעזייט און צעשפּרייט איז אַנדערש ווי אײַנטיפֿן זיך אין אַ זאַמלונג. איצט פֿאַרשטיי איך וואָס דער מחבר איז אויסן און קען עס פּרוּוון באַרעכטיקן און (קיין חידוש ניט) רעקאָמענדירן דעם לייענער, ניט אָן באַוואָרענישן.

יעדער "קראָקי" (מײַן טערמין פֿאַר די קליינע לידער, ניט טאַובס) איז אַ פינף-שורותדיקע אויספֿאָרשונג אין דער דמיונשאַפֿט פֿון פּאָעט, אָפֿט מעשׂהדיק, אָפֿטער עראָטיש, ס'רובֿ מאָל עוואָקאַטיוו. דאָס ביכל האָט אַ סטרוקטור וואָס לייגט פֿאָר, כאַטש צווינגט ניט אַרויף, אַ סיפּור-מעשׂה, אַ בילדונגס-פּאָעזיע וואָס הייבט אָן מיטן נאַראַטאָרס פּליטה, געפֿינט אַ וועג דורכן זיכּרון, פֿאַרגייט אין סובטילן עקסטאַז פֿון איבערדערציילטן תּשמיש, און דערנאָך (אויב מע קען אַזוי פֿאַרטײַטשן) ווערט אויסגעלײַטערט אין גואלהדיקע טענער.

די טעכניק פֿון די לידער איז שווער פֿעסטצושטעלן בײַם ערשטן קוק, ווײַל דער רעגיסטער (דאָס הייסט די פֿאָרמאַליטעט פֿון לשון) איז אַנדערש פֿון ליד צו ליד - אַ מאָל פֿאַמיליעדיק, ווי אין די שורות:

וואָס פֿאַר אַ נסיעה!
נעם אַרויס דאָס ברויט.
גיי איצט אַרויף, נעם די פֿלוימען מיט.
איך וועל אויסטאָן דאָס שייטל ... אָט בין איך.
טאַטעלע, דו מוזט זײַן שטיל.

און אַ מאָל פּרטים-פֿאַרפֿלאָכטן:

מײַן לעצטע נאַכט מיט דזשאַקאָמאָ גלאַנצט גרין אין מײַנע חלומות:
זײַנע אויגן האָבן באַלויכטן דעם פֿרוכט-באַלאָדענעם טיש און דעם אויסשפּרייט פֿילאָסאָפֿיע בענדער.
ער האָט מיך געטראָגן צו זײַן נאַכט-געלעגער, מחיהדיק צו קליין פֿאַר אונדזער קאָרטשען זיך.
זײַן שמייכל, געקרוינט מיט מילגרוימזאַפֿט, האָט מיך ווײַטער אויפֿגעהויבן.
איך פּוץ אָפּ די סצענע פֿאַר טאָג: נאָך אַלץ אין כּעס, נאָך אַלץ דאַנקבאַר די אַלע יאָרן.

ֿדי צוויי טענער פֿון די אויבן ציטירטע לידער ראַמען אײַן די גאַמע וואָס טאַוב פּרוּווט באַהערשן אין דער קאָלעקציע. ס'איז אַוודאי אַ היפּשע דיסטאַנץ, נאָר די פּראָבירונגען זײַנען געלונגענע. די קלענערע אומפֿאָרמעלע פֿינף-שורותן זײַנען רמזימדיק, ווי רײַזעבילדער אויפֿגעשריבן אויף אַ פֿאָרנדיקן וואַגאָן, בשעת ווידער די קאָמפּליצירטע, שלענגלדיקע זײַנען אָנגעפּיקעוועט מיט מערקווירדיקע אימאַזשן און פֿילטײַטשיקע באַגעגענישן. טאַובס וועלט ווערט באַפֿעלקערט מיט פֿינקלענדיקע צאַרינעס, ליבנדיקע מאָנאַכן, פֿאַרווערנדיקע טאַטעס, זיך-צעקושנדיקע פּאָרלעך, און אַנטלויפֿנדיקע אַרמייען.

מיט אַזעלכע קאָמפּליצירטע לידער, וווּ פֿיל ווערטער און זיך-בײַטנדיקע סענטימענטן ווערן אײַנגעפּאַקט אין געציילטע שורות, קומט אָן שווער דעם קריטיקער אָנצוצייכענען אַן אַלגעמיינע בילד. וועל איך דאָס איבערלאָזן פֿאַר אַנדערע, נאָר איך וויל פּרוּוון ענטפֿערן אויף דער תּמעוואַטער פֿראַגע: אין וועלכע אַנדערע ייִדיש-פּאָעטן דערמאָנען מיר די לידער טאַובס? אין וועלכער ריכטונג קענען מיר ציִען די ליניעס פֿון השפּעה?

דער אָנרחמנתדיקער ענטפֿער איז אונדז אַלעמען צו גוט באַקאַנט, ס'איז אַ קללה און אַ ברכה אין איינעם. די ליניעס פֿון פּאָעטישער ירושה אין ייִדיש זײַנען שוין לאַנג איבערגעריסן געוואָרן פֿון חורבן און רדיפֿות. געבליבן איז הײַנט דער ייִדיש-פּאָעט אין אַ הערלעכן סאָד פֿון פֿרעמדן צוויט, צווישן די דיכטערס פֿון אַנדערע שפּראַכן וואָס נאַשן פֿון די בענעפֿיטן פֿון וואָסער ניט איז מאַיאָריטעט-קולטור. טאַובס ייִדיש-לידער זײַנען נאָוואַטאָריש און וועלן אײַנשפּריצן חידוש אין אונדזער דיכטערײַ. דאָס אַלץ אָבער נעמט זיך ניט פֿון קיין ייִדיש-פּאָעטישע פֿירגייער, כאָטש ניט דירעקט, נאָר פֿון דער הײַנטיקער פּאָעזיע אויף ענגליש.

דאָס איז קלאָר ווי דער טאָג ווען מע לייענט מיט קאָפּ די לידער אין דעם באַנד, אַז אָן איבערזעצן וואָלטן די ייִדיש-לידער ניט געווען מעגלעך. אין דעם איז ניט קיין פּגם. מיר פֿירן שוין אַן איבערגעזעצט לעבן און פּראַקטיצירן אַן איבערגעזעצטע קולטור, פֿאַר וואָס וואָלט די פּאָעזיע געווען אַנדערש?

איז געבליבן די האָפֿענונג אַז די ייִדיש-לידער טאַובס וועלן דינען ווי אַ בריק צו דער באַנײַטער שאַפֿונג וואָס מיר ייִדיש-פּאָעטן פּרוּוון הײַנט אויסשמידן. ס'איז אַן אינספּיראַציע אַז דער וועג איז יאָ אָפֿן. אײַ, די לידער זײַנען ניט אַלע מאָל נאַטירלעך אויף מאַמע-לשון און טראָגן דעם חותם פֿון ווערטער-אוצר? אַפֿילו אָדם-הראשון (לויט די מיטלעלטערלעכע קינסטלערס) האָט געהאַט אַ פּופּיק.


יום שישי, ינואר 29, 2010

די יום-טובֿים און די קרובֿים

די יום-טובֿים און די קרובֿים

עס פֿאַלן אונדז אַרײַן די קרובֿים
פֿאַר שבתים און יום-טובֿים.
װײַל זײ האָבן אונדז שטאַרק ליב
קומען זײ צו אונדז אין שטיב.
יעדע װאָך - דער ליבער שבת
קומען אונדז צו גאַסט די באַבעס.
זיסע חלות פֿריש געבאַקען -
אָדער גיך געקױפֿט - פֿון טאַטן.
און עס פֿלאַקערן-אויף די פֿלאַמען
װאָס שרעקן אָפּ די ליבע מאַמען:
"זאָל מען אױסלעשן אײנס צװײ!"
נאָר עס הערט זיך אַ געשרײ:
װער זשע לױפֿט אַזױ? די באַבעס
װאָס זײ שפּרינגען װי די זשאַבעס
און סטראַשען מיט די גומי-שיך:
נישט טשעפּען אונדז די שבת-ליכט!
מאַכט די מאַמע מיט געװײן
קידוש אױף אַ בעכער װײַן.
פֿילן זיך די קינדער שלאַף
װײַל מע װאַרט אױף טרױבנזאַפֿט.

אַן אַנדער מעשׂה װידער פּסח.
אױסגעטראַכט װער האָט עס? װײס איך.
איר מײנט עס פֿעלן אונדז די פֿרײדן?
הערט מען הײַנט פֿון יעדן זײדן
װאָס ער ברענגט אונדז קאַסטנס שמורה
װאָס צו עסן דאַרף מען גבֿורה
נאָר דער טאַטע קומט צו לױפֿן
װײַל מיט זײדעס קומט דער בראָנפֿן.
זאָגט מען שעהען לאַנג בײַם סדר
העברעיִש װי מע טוט אין חדר.
חד גדיא אַלע מאָל געפֿעלט
און אױך דאָס אַפֿיקומן-געלט.

עס גײט אַ רעגן! כאַפּט אַ שירעם.
גיט אַ גאָס אונדז קרובֿים, פּורים.
מיר הערן פֿון די ברידער-שװעסטער
װאָס האָבן נישט געהערט פֿון אסתּר
נאָר געהערט פֿון המן-טאַשן
און האָבן ליב זײ באַלד צו נאַשן.
פֿאַרשטעלן מיר זיך װי די סטאַרס,
הוליען בחורים אין די באַרס
און מע הערט טײלװײַז מגילה
(בעת מיר זשומען װי די גרילן).

געבליבן זײַנען די תּעניתים
װען מיר פֿילן זיך װי מתים
און די קרובֿים װאָס מיר קענען
װי פֿערדס-פֿוס-פּאָדקעװעס אַן אײדעם.
ראש-השנה אין איר מאַנטל
איז תּוקע אַלטע טאַנטע
און כּל-נדרי איז דער פֿעטער
זיך גיך װידער מתּיר-נדר.
אַבי מע זעט זיך, זאָגט די מאַמע,
אַבי מע זעצט זיך צו צוזאַמען,
אַבי מע קריגט זיך איבער כּלים
און װער קאַרטאָפֿל שױן װעט שײלן,
אַבי מע שלינגט אַראָפּ די תּפֿילה
כּדי נישט האַקן שװערע עבֿרי.

אַלע בלעטערן די חומשים
בעת די ייִדישע חדשים
און עס דרײט זיך אונדזער לוח
נישט פּאַמעלעך, נישט צו גיך.

יום שני, ינואר 25, 2010

נאָטיצן וועגן דער ליטעראַטור

ס´איז אַוודאי אמת אַז מיכאל קרוטיקאָוו איז דער בעסטער קריטיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור וואָס שרײַבט הײַנט אויף ייִדיש. ניט וואָס קיין סך שרײַבערס פֿאַרמעסטן זיך אויף יענעם פּרײַז.

* * *

איך טרויער נאָך דער פּטירה פֿון סוצקעווער. די ייִדישע ליטעראַטור איז אויף צורות אויף כּפֿל-כּפֿלים אופֿנים, נאָר אייער פֿון זיי איז דער דוחק אין אמתער קריטיק אָדער קריטישע אויסגאַבעס פֿון די גרויסע שרײַבערס. און ווער רעדט נאָך וועגן ביאָגראַפֿיעס. קיין אמתע ביאָגראַפֿיע פֿון שלום עליכם האָבן מיר ניט! איז פֿון סוצקעווער - ווער ווייסט ווער ס´וואָלט דאָס אונטערגענומען. כ´דאַרף דאָס צוגעבן צו מײַן רשימה פֿאַנטאַזיע-פּראָיעקטן פֿאַר די פּענסיע-יאָרן...

יום שישי, ינואר 22, 2010

defriend?

אין דעם רוסיש-ייִדיש ווערטערבוך שטייט אָפּחבֿרן זיך. אַלטערנאַטיוון?

דאַכט זיך אַז אַזאַ באַגריף ווערט גאַנץ פּאָפּולער.

יום רביעי, ינואר 13, 2010

תּפֿילין (אַ ליד פֿון יונה וואַלאַך)

תּפֿילין

קום צו מיר
לאָז מיר ניט טאָן גאָרניט
טו עס פֿאַר מיר
טו אַלץ פֿאַר מיר
יעדער זאַך וואָס איך הייב נאָר אָן צו טאָן
טו פֿאַר מיר
איך וועל לייגן תּפֿילין
איך וועל דאַוונען
לייג מיר אויך די תּפֿילין אויף מיר
וויקל זיי אַרום מיר אויף די הענט
שפּיל זיי אויף מיר
פֿיר זיי מיט זיסקייט אויף מײַן קערפּער
רײַב זיי אין מיר שטאַרק
רייץ מיך אומעטום
מאַך מיר חלשן מיט סענסאַציעס
פֿיר זיי איבער מײַן קליטאָריס
בינדט מיר מיט זיי די לענדן
כ'זאָל קומען גיכער
שפּיל זיי אויף מיר
בינד מיר די הענט און פֿיס
טו מיר זאַכן
קעגן מײַן ווילן
דריי מיר אויפֿן בויך
לייג מיר די תּפֿילין אויפֿן מויל
אַ צוים לייצעס
רײַט מיך כ'בין אַ פֿערד
צי מײַן קאָפּ אויף צוריק
ביז איך שרײַ פֿון ווייטיק
און דו האָסט דערפֿון פֿאַרגעניגן
דערנאָך וועל איך זיי איבערפֿירן אויף דײַן גוף
מיט אַ ניט-באַהאַלטענער כּוונה
אוי ווי אַכזריותדיק וועט זײַן מײַן פּנים
איך וועל זיי פֿירן לאַנגזאַם איבער דײַן גוף
לאַנגזאַם לאַנגזאַם לאַנגזאַם
איך וועל זיי אַרומפֿירן עטלעכע מאָל אַרום דײַן האַלדז, פֿון איין זײַט
און פֿון דער צווייטער זײַט וועל איך זיי צובינדן צו עפּעס פֿעסט
באַזונדערש שווער אפֿשר צונויפֿגעדרייט
איך וועל שלעפּן און שלעפּן
ביז דײַן נשמה גייט אַרויס
ביז איך דערוואַרג דיך
לגמרי מיט די תּפֿילין
וואָס ציִען זיך לענג אויס די בינע
און צווישן דעם געפּלעפֿטן עולם.

ייִדיש: ש. בערגער

יום שלישי, ינואר 12, 2010

אַמעריקע גנבֿ

געבענטשט זאָל זײַן די ניו־יאָרקער ייִדישע פּרעסע! נאָר אין פֿאָווערטס קען מען רעצענזירן אַ בוך נאָך איידער מע קען עס אין ערגעץ קויפֿן. נו, מע האָט שוין געפּסקנט, וואָס טויג מיר דאָס לייענען?

יום ראשון, ינואר 10, 2010

שיר־השכחה

לאַנג שוין אַ פֿאַרקאָכטער אין אַל דעם פֿאַרגעסענעם
זינג איך און זאָג איך די רייד פֿון אַ לאַנד
וואָס אַ קרבן געווען איז פֿון שחיטה און בראַנד.
דאָך הער איך זיך אײַן אין די רייד פֿון די גאַסן.

כ'בין אונטערגעגעבן דעם אמת פֿון ווייטיק
די ספֿקות פֿון לײַדן, דעם גליק פֿון געדענקען
נאָר פֿון אַלע מאָמענטן ווערט זכּרון פֿאַרפּענטעט.
איך רעד כאָטש איך ווייס אַז עס שווײַגט זיך מער נייטיק.

איך הער וואָס ס'איז זיס און בין טועם דעם גאַל.
דערמאָנט מיר די נעמען פֿון אַלץ וואָס בלײַבט ליידיק.
זיי וואָלטן געוועזן סײַ שולדיק סײַ פֿריידיק.
קומט אַרײַן. אײַערע זיצפּלעצער וואַרטן אין זאַל.

ווי זאָגט מען "דגדגן" אויף ייִדיש (אָדער: אַן איבערזעצערס דילעמע)

בײַ צאַנין שטייט "רייץ־גלעקעלע" וואָס איז (א) לעכערלעך און (ב) בלי־ספֿק אַ קאַלקע אויפֿן גריכישן אָריגינאַל וואָס איז טײַטש "גלעקעלע", צוגעווירצט מיטן "רייץ" וואָס דאַרף אָפּשפּיגלען "דגדג".

איך קען זיך פֿאָרשטעלן כּלערליי שפּילעוודיקע טערמינען וואָס פּאָרלעך באַניצן בײַ אַ שעת־הכּושר, נאָר מיר איז פּלוצעם אײַנגעפֿאַלן אַ המצאה, דהיינו דער עקוויוואַלענט אויף ענגליש וואָס איז דאָך אויך ברייט און באַוווּסט באַניצט.

זײַט מוחל פֿאַרן לשון סגי־נהור, חבֿרה, נאָר אָן אַ שיִער נעבס באַזוכן דעם בלאָג מיינענדיק אַז ס'איז אַ לאָקאַל פֿאַר דבֿרי־זנות.

יום ראשון, ינואר 03, 2010

פֿאַר וואָס האָט מען אַוועקגענומען מײַן מאַמאָגראַם?!

לעצטנס האָבן טויזנטער אַמעריקאַנער פֿרויען זיך אויפֿגעכאַפּט צו דער אומגעריכטער נײַעס, אַז אַן אָנגעזעענע גרופּע דאָקטוירים רעקאָמענדירט מע זאָל מער ניט באַקומען מאַמאָגראַמען (בריסט-רענטגענס) אַזוי אָפֿט ווי פֿריִער. דאָס האָט אַרויסגערופֿן אַ ויצעקו. טייל דאָקטוירים האָבן ניט מסכּים געווען מיט די געענדערטע רעקאָמענדאַציעס און אַ צאָל פֿרויען האָבן ניט פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס אַ טעסט, וואָס ס׳איז נעכטן געווען געוווּנטשן איז פּלוצעם ניט כּדאַי. וואָס איז געשען?

לייענט ווײַטער אין פֿאָרווערטס.

יום שבת, דצמבר 26, 2009

דער באַלטימאָרער עקספּערימענט, באַשריבן אין פֿאָרווערטס

ווען אַ יונג פּאָרפֿאָלק, וואָס געהערט נישט צו די ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע קרײַזן, באַשליסט צו דערציִען די קינדער אויף ייִדיש, איז דער ענין, וווּ מע זאָל וווינען, אַ גאָר וויכטיקער. פֿאַרשטייט זיך, מע מוז אויסקלײַבן אַן אָרט, וווּ די עלטערן קענען ציִען חיונה. פֿון דעסטוועגן, גלוסט זיך אויך צו געפֿינען אַ שטאָט אָדער געגנט, וווּ די קינדער וועלן קאָנען הערן ייִדיש, געדערט מחוץ דער אייגענער משפּחה.

בײַ דרײַ ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות — בנימין און חנה מאָס, מאַרק און ברכה קאַפּלאַן, און שלום און סעלעסט בערגער — האָט דאָס מזל צוגעשפּילט אויף ביידע פֿראָנטן. אַלע דרײַ האָבן געקראָגן פּאָזיציעס בײַם "דזשאָנס האָפּקינס אוניווערסיטעט" אין באָלטימאָר, מערילאַנד, און צוליב דעם וואָס זייערע קינדער זענען פֿונעם זעלבן דור (דער ייִנגסטער איז אַלט 16 חדשים, און דער עלטסטער — 6 יאָר), האָט זיך געשאַפֿן אַ מעגלעכקייט אויפֿצובויען אַ שטיקל ייִדיש־רעדנדיקן ציבור.

לייען ווײַטער אין פארווערטס.

יום שלישי, דצמבר 15, 2009

באַריכט פֿון דער ליידיקער שטאָט

איך בין געווען אין דער ליידיקער שטאט. עס רעדט זיך אַזוי ליידיק. באמת איז די שטאָט פֿול מיט מענטשן נאָר זיי זײַנען אָרעמע לײַט, ליידיקגייערס בלית ברירה ווײַל עס פֿעלט ערשטקלאַסיקע סאָציאַלע פֿאַרזאָרג. דאָס הייסט אַז ניט די מענטשן זײַנען שולדיק, נאָר די געזעלשאַפֿט. חוץ די פֿאַרברעכערס מיט די מאָגערס מיט די פֿאַרגוואַלדיקערס מיט די מערדערס. די יענע זײַנען רשעים און אויסוווּרפֿן נאָר אַלע אַנדערע אָרעמע-לײַט זײַנען וווילע חברה-לײַט וואָס מע קען מיט זיי מאַכן אַ תּיקון.

איך בין געווען אין דער ליידיקער שטאָט און אַ שילד האָט מיר געגעבן אָנצוהערן פֿון דער פֿינצטערניש אַז מע וועט מיך שיין אויפֿנעמען. ניט וויסנדיק וואָס געפֿינט זיך אינעווייניק האָב זיך זיך אונטערגעגאַרטלט און אַ טענטאַטיוון שטויס געגעבן די טיר.

זי האָט זיך ניט גערירט פֿון אָרט. כ'האָב אַרײַנגעקוקט אינעווייניק און געזען אַן אומקלאָרע בילד: אָדער אַ ליכט ברענט, אָדער כ'זע די אָפּשפּיגלונג פֿון די גאַסנליכט, אָדער דאָרט איז גאָרניט דאָ, איך רעד זיך אײַן אַ קינד אין בויך און אַ וואַרעמע נאַכט־חבֿרה.

אַ קינד עפֿנט אויף די טיר. כ'בין דערשטוינט. "קים אַרײַן, וואָס שטײַסטי דאָרט ווי אַ לײַמענע גאָלעם?"

"?" האָב איך געפֿרעגט מיטן האַלב באַלויכטענעם פּנים.

"איר זאַט ניט אַלײַן אין דער שטוט. די שטוט איז ניט לײַדיק. קײַנער וואַרט ניט אויף ענק, נור טומער ווילט איר מער ניט אַוועקוואַרפֿן דוס לייבן זאַנען מיר דו פֿאַר ענק."

בין איך אַרײַנגעגאַנען.

די טיר האָט זיך צוגעמאַכט נאָך מיר.

דער זאַל איז ליידיק. אַלץ איז שוין טונקל. דאָס קינד איז נעלם געוואָרן.

אויף אַ טאַבורעטל אין מיטן זאַל -- ווי פֿון אַ באַר -- ליגט אַ האַנט־געשריבענע צעטל. די ווערטער לייענען זיך גרינג:

"דער זאַל איז ליידיק ווײַל איר זײַט ליידיק. גייט און פֿילט זיך אָן."

יום שני, דצמבר 07, 2009

לאָמיר אויפֿראַמען דעם בית-המקדש

לאָמיר אויפֿראַמען דעם בית-המקדש
און אָפּטאן עס אויף גיך.
באַפרײַען דאַרפֿן מיר א פּלאַץ
פֿאַר די אורים - מנורה-ליכט.

אַוועקלייגן די שפּילצײַג
וואָס די געטשקעס האָבן געניצט
און אָפּקערן דאָס וואַסער
וואָס פֿון מזבח גיסט.

וווּ איז דער שמן-זית
פֿאַרן בית-המקדש-לאָמפּ?
פֿון דער מעשׂה אַליין באַקומט ער זיך.
מע עפֿנט זי בלויז אויף

און איין טאָג ווערט אונדז אַכט
אַ טומאה ווערט אַ ריינקייט
און מיר זײַנען גרייט צו פֿלאַמען-פֿרייד
מיט שׂימחה און מיט שיינקייט.

יום חמישי, דצמבר 03, 2009

אין עוד מלבֿדו: "אַלץ איז גאָט" - אויב שוין יאָ, וואָס זשע ביסטו?

כ'האָב געקויפֿט און איבערגעלייענט (מערסטנס פֿון) "גאָד איז עוועריטינג" (גאָט איז אַלץ: דער ראַדיקאַלער וועג פֿון ניט־צוויייִקער יהדות). בקיצור האַנדלט זיך אין אַ צוגענגלעכער, גוט־אָנגעשריבענער, און געלערנטער אַרײַנפֿיר און אַרײַנקלער אין דער השׂגה "אין עוד מלבֿדו" ווי עס געפֿינט זיך אין דער קבלה בכלל און אין אַנדערע מיסטישע טראַדיציעס -- און ווי אַזוי מע קען ווידער פֿאַרמאַכן דעם קרײַז און "אַהיימברענגען" די מיסטישע טעכניק און קבלהסטישע כּוונות כּדי צו ברענגען צו תּיקון־מידות און תּיקון־עולם.

איך זאָג ניט אַז דאָס בוך איז ניט כּדאַי איבערצולייענען. כ'בין ווײַט ניט קיין מקובל, און קיין געלערנטער אין קבלה־ספֿרים בין איך אויך ניט. צוליב דער סיבה אַליין האָט דער חיבור מיר אויפֿגעעפֿנט די צו־מתנגדישע אויגן. און די פּאַראַלעלן צווישן די קבלה און אַנדערע גלויבנס זײַנען באַלערנדיק.

נאָר איין עטישע קשיא קען אָפּפֿרעגן דעם גאַנצן בנין, און דער בעל־מחבר (דזשיי מײַקלסאָן) פֿרעגט אים ניט אָפּ, דהײַנו:

אויב אַלץ איז גאָט, ווער זשע איז דער מיט־מענטש? פֿאַר וואָס זאָל מיר אָנגיין יענעמס עגמת־נפֿש אויב "דאָס גאַנצע לעבן איז נאָר כוואַליעס אין ים"? אויב יעדער פֿענאָמען איז נאָר טייל פֿון די ספֿירות, פֿאַר וואָס זאָל מיר אויסמאַכן דײַן הונגער יסורים?

צוליב דעם מוז מען אָנגערקענען די מציאות ־ די חשיבֿות ־ פֿון אונטערשיידן צווישן מענטש און מענטש און מענטש און גאָט. ווײַל בן־אָדם־לחבֿרו איז אויך (און אייביק) אַן ענין.

יום שלישי, דצמבר 01, 2009

ס'דרימלט א קו

ס'דרימלט א קו
עמיל קאלין

די קו דרימלט אין גראז
בײם ווייניק אפגעטרעטן שטראז
ר'פליג דרייט זיך אין דער לופטן
און לענדט ווידער
פונקט אויף איר הינטן
איך בעט אײַך איבער

א פאטש מיט דער קאָדע
אויף רעכטס
זיצט ער אויף דער לינקער זייט יעצט
א פאטש מיט דער קאָדע
אויף לינקס
ער קען שוין אלדינגס

זעצט ער זיך אויף איר אויער
לאז מיך דאס שטיקל ברויט פארדינען
שוין געהערט אזוינס?
א חוצפה פון א יידן!

יום רביעי, נובמבר 25, 2009

דער פֿאַרברעכן פֿון טראָגן אַ טלית: נופֿרתּ פֿרנקל אין אירע אייגענע ווערטער

אַרעסטירט צוליב אַ מצווה
נופֿרתּ פֿרנקל
ייִדיש: שלום בערגער

יעדן אין דער פֿרי, זינט כ'בין געװען 15 יאָר אַלט, טראָג איך אַ טלית אין דער הײם בײַ שחרית. בשעת מײַן צה"ל-דינסט האָב איך געדאַרפֿט פֿאַרשלינגען פֿיל נעגאַטיװע באַמערקונגען פֿון אַנדערע סאָלדאַטן װאָס דאַװענען אין די צה"ל-שולן. טײל דערפֿון האָבן אַפֿילו נישט קײן עזרת-נשים, װײַל די סאָלדאַטקעס שטעלן נישט אַרײַן אַהין קײן פֿוס.

נאָכן אַװעקגײן פֿון צה"ל האָב איך אָנגעהױבן באַזוכן דעם כּותל יעדן ראָש-חודש. דער אַטמאָספֿער בײַם כּותל, דאָס געפֿיל אַז די אַלע פֿרױען װאָס דאַװענען אַרום מיר קערן זיך צום אײבערשטן און גיסן זיך אים אױס דאָס האַרץ, אינספּירירט מיך מיט דער פֿרײד מיט ייִדישער ברידערשאַפֿט. דאָ איז אײן אָרט װוּ אַלע הערצער - אַקסל צו אַקסל - רופֿן צום אײבערשטן.

דאָס דאַװענען בײַם כּותל איז אַזױ אַנדערש װי דאַװנען ביחידות אין דער הײם, אָדער תּפֿילה בציבור בײַם בית-כּנסת. דאָס איז אַ געשמישטע באַשאַפֿונג. איך בין ברשות-הרבים, מיט אַ סך מתפּללים, נאָר אַפֿילו קײן אײן קול הערט זיך נישט. בלויז אַ װײכע מורמלעניש, אַ פֿאַרשטיקטע געװײן, אַ שטילע געבעט.

אין תּהילים שטײט "אלוהים נצבֿ בעדת אל." דאַכט זיך אָבער אַז אין דעם מקום-קודש איז נישט נאָר דאָ דער אײבערשטער. פֿאַראַן אױך שׂינאה און ביטול, קינאה און קינטור. לכל-הפּחות איז דאָס געװען מײַן איבערלעבונג װען איך האָב געדאַװנט בײַם עזרת-נשים טראָגנדיק מײַן טלית.

די אָפּרופֿן פֿון די "נשים צדקניות פֿון כּותל" אױף מײַן אָנטאָן זיך דעם טלית האָבן זיך קײן מאָל נישט פֿאַרזאַמט. יעדן ראָש חודש קען איך דערװאַרטן אַן אַנדער "ברכה." זידלװערטער אױף העברעיִש און ייִדיש, סמיקע באַהאַנדלונג לגבי מיר מיט מײַן טלית, און ספּעקולאַציעס װעגן מײַן מין און רעליגיע. "אַ מאַן אין עזרת-נשים!" "ער איז אַפֿילו נישט קײן ייִד!" "אפֿשר איז צי פֿאַרשטעלט פֿאַר פּורים?"

איך האָב געפּרוּװט נישט הערן. איך האָב געפּרוּװט דאַװנען מיט כּװנה און תּפֿילה טאָן צום אײבערשטן וואָס איז מברך עמו ישׂראל בשלום, ער זאָל בענטשן זײַן פֿאָלק מיט דער ליבשאַפֿט פֿון מענטש צום מיטמענטש. װי קען איך דאַװנען פֿאַרן בנין-בית-המקדש װען דאָס פֿאָלק איז דערויף נישט גרײט? װען אײנע װאָס איז מקײם אַ מיצװה-דאורײתא װערט אַראָפּגעריסן און אָפּגעלאַכט?

אײן ראָש-חודש, נאָכן אָפּדאַװנען, אַרױסגײענדיק פֿון תּפֿילה-אָפּטײל, האָב איך פּלוצעם געזען װי אַ גרופּע פֿרױען, טראָגנדיקע טליתים, שטײען און דאַװנען צוזאַמען. ס'איז מײַן ערשטע באַגעגעניש מיט די נשות הכּותל - קאָנסערװאַטיװע, רעפֿאָרם, און אָרטאָדאָקסישע פֿרױען װאָס קומען זיך צונױף צו דאַװנען יעדן ראָש-חודש שױן 21 יאָר. טײל טראָגן אַ טלית, תּפֿילין, צי אַ יאַרמולקע, טײל נישט. יעדע לױט איר השקפֿה. מיר האָט זיך תּיכּף געדאַכט, אַז מײַן אָרט איז מיט זײ.

יעדן חודש לײַדן מיר פֿון רציחהדיקע רײד. די פּאָליצײ קוקט זיך צו מיט געלעכטער. דאָס העכסטע געריכט האָט באַשלאָסן אַז גװאַלד-טאַטן און צװינגעניש זײַנען באַרעכטיקטע גרונטן, די פּאָליצײ זאָל אַקטן אױצומײַדן "אַ באַלײדיקונג צו דער עפֿנטלעכער סענסיטיווקייט." מע האָט אונדז פֿאַרװערט צו דאַװנען װײַטער מיט תּשמישי-קדושה, פֿאַרװערט צו לײענען פֿון דער תּורה בײַם עזרת-נשים . אונדז האָט מען צוגײעלט אַן אַנדער אָרט, אַװעק פֿון כּותל, אַן אָרט פֿאַר צװײטראַנגיקע בירגער, װוּ מיר זאָלן קענען דאַװנען אָן חלילה צװינגען דעם "באַלײדיקטן פּובליקום" אױסגעשטעלט װערן אױף דער ברוטאַלער זעונג פֿון פֿרױען װאָס זײַנען מקײם די מיצװות פֿון ציצית פֿון קריאת-התּורה.

דער פֿרימאָרגן פֿון ראָש-חודש כּסלו, דעם 18טן נאָװעמבער, איז געװען אַ קאַלטער ירושלימער פֿרימאָרגן. מיר זײַנען געשטאַנען, 42 נשות הכּותל, און געדאַװנט בײַם עזרת-נשים. אונדזערע טליתים האָבן מיר באַהאַלטן אונטער די מאַנטלען, דער ספֿר-תּורה איז געלעגן אין זײַן מאַנטל. ס'איז נישט געװען קײן פֿײַפֿעניש, קײן שטופּעניש, קײן געשרײ. מיר זײַנען געװען איבערראַשט װאָס מע האָט אָפּגעדאַװנט אומגעשטערט, און מיר האָבן געמײנט אַז ס'קען זײַן אַז מע האָט זיך שױן צוגעװױנט צו אונדזער בײַזײַן, אַז מע קען אַפֿילו לײענען פֿון דער תּורה אַקעגן די כּותל-שטײנער. דעמאָלט, בלױז אַ מינוט נאָך דעם װי מיר האָבן אַרױסגענומען דעם ספֿר-תּורה פֿון מאַנטל, זײַנען אַרײַן צװײ מענער אין עזרת-נשים און אָנגעהױבן אונדז אױסזידלען. מיר האָבן נאָר געװאָלט רויִק אָפּדאַװנען, האָבן מיר באַשלאָסן מװתּר זײַן אױפֿן תּורה-לײענען און אַװעקגײן, װי אין יעדן ראָש-קודש, לײענען בײַם אַלטערנאַטיװן אָרט. בשעת מיר גײען אַװעק, איך טראָגנדיקערהייט די תּורה, איז אונדז אַנטקעגנגעגאַנגען אַ פּאָליציִאַנט און מיר גענומען צושטופּען מיט כּוח צו דער דערבײַיִקער פּאָליצײ-סטאַנציע. אונדזער געבעטן און דערקלערונגען אַז מיר זײַנען אונטערװעגס צום אַלטערנאַטיװן אָרט זײַנען געװען אומזיסט. מע האָט מיך איבערגעפֿירט אױף פֿאַרהערונג בײַ דער סטאַנציע בײַם מצודת-דוד. בײַ מיר האָב איך נאָר געהאַט מײַן טלית, מײַן סידור און דעם ספֿר-תּורה.

בײַ דער פֿאַרהערונג האָט מען מיך געפֿרעגט פֿאַר װאָס איך דאַװן מיט אַ טלית װען איך װײס אַז דאָס איז קעגן געזעץ פֿון די הײליקע ערטער. איך בין אַ צה"ל -אָפֿיציר, אַ געזעצלעכער בירגער, אַ װאָלונטיר פֿאַר דער ציװילער גװאַרדיע, קײן פּאַרקיר-שטראָף האָב איך אַפֿילו נישט פֿאַרדינט - און דער געדאַנק אַז איך האָב געבראָכן דאָס געזעץ דריקט מיר זייער. פֿונדעסטװעגן קען איך נישט דערלױבן אַז מײַן תּוך-רעכט צו פֿרײַהײט פֿון רעליגיעזע גאָטס-דינסט זאָל מען צעטרעטן צוליב אַ פּסק-דין אַרױסגעטראָגן מיט יאָרן צוריק.

ס'איז אַ גרױסער ספֿק אַז מע װאָלט הײַנט אָנגענומען אַזאַ פּסק. אין די נאָכטריט פֿון די קאָנסערװאַטיװע און רעפֿאָרמירטע באַװעגונגען, במשך די לעצטע 10 יאָר, איז מען געקומען צו פֿאַרשטײן אין דער אָרטאָדאָקסישער װעלט אַז דאָס אָרט פֿון דער פֿרױ איז מער נישט באַגרענעצט צו דער קיך. די פֿעמיניסטישע אָרטאָדאָקסישע פֿרױען פֿאָדערן צו נעמען אַן אַקטיװן אָנטײל אין ייִדישן לעבן. עגאַליטאַרישע אָרטאָדאָקסישע שולן, װוּ פֿרױען טוען אָן טליתים און פֿירן אָן מיטן דאַװענען, קומען אוף װי שװאָמען נאָכן רעגן. די "סענסיטיװקײט פֿון פּובליקום" האָט זיך געביטן.

דער כּותל געהערט דעם גאַנצן פֿאָלק ישׂראל. דער כּותל איז נישט קײן חרדישער בית-כּנסת, און די נשות-הכּותל װעלן נישט דערלױבן ער זאָל אַזױ װערן.

מע האָט מיך פֿאַרװערט צו באַזוכן דעם כּותל אױף צװײ װאָכן, און אַ קרימינאַלע טעקע האָט מען געעפֿנט קעגן מיר. איך האָף אַז די טעקע װעט מען פֿאַרמאַכן, בפֿרט כּדי מע זאָל נישט שטעלן אין געפֿאַר מײַנע מעדיצינישע שטודיעס. אפֿשר, מיט דער הילף פֿון אײבערשטן, װעט דאָס טרױעריקע געשעעניש אופֿװעקן די קעגנערשאַפֿט פֿון דער עפֿנטלעכקײט, דאָס העכסטע געריכט זאָל װידער אָפּשאַצן זײַן פּסק און אים בטל מאַכן.

ירושלים איז די שטאָט פֿון הײליקײט און גערעכטיקײט פֿאַר דער גאַנצער מענטשהײט. פֿון ציון זאָל מען הערן דאָס קול פֿון גלײַכקײט, אומבאַגרענעצטער ליבשאַפֿט, און אַ בעסערן פֿאַרשטײעניש צװישן מעטנשן. ירושלים איז שױן אײן מאָל חרובֿ געװאָרן צוליב שׂינאת-חינם. לאָמיר האָפֿן אַז דאָס װעט מער קיין מאָל װידער נישט געשען.

נופֿרתּ פֿרנקל איז אַ פֿינפֿט-יאָריקער מעדיצין-סטודענקע אין ישׂראל און אַן אַקטיװער מיטגליד פֿון דער מסורתּי-קהילה אין כּפֿר-סבא. דאָס האָב איך איבערגעזעצט פֿון אַן ענגלישער װערסיע אין פֿאָרװערד.

יום ראשון, נובמבר 22, 2009

אז מען איז מיד

אז מען איז מיד
פֿון פּנחס גלאַובער
דער מחבר איז אַ ריל-עסטייט־אַפּרייסער וואָס שרײַבט לידער יעדן דרײַצן אַזייגער.

אז מען איז מיד, קוקט מען אויפ'ן ארום ווי פון א נעפל. אז מען איז מיד, פונקציאנירט דער מוח פאמעליך, בעת דאס מויל ארבעט ווי געהעריג. רעדט מען טאקע ווערטער צו וואס דער מוח איז כלל נישט מסכים.
אז מען איז מיד, ווערט אלעס וואס טונקעלער פון שניי געזען ווי שווארץ, און א ניי קאליר טונקל-ווייס ווערט באשאפן.
אז מען איז מיד, ווערן פארשווינדן די גרעניצן צווישן פאנטאזיע און רעאליטעט; טראכט מען מיט'ן הארץ און שפירט מען מיט'ן מוח.
אז מען איז מיד, ווערן רינגען פארפּלאַטשיגט און פירקאַנטן נעמען אָן נישט-עקזיסטירנדע דימענסיעס.
אז מען איז מיד, שניידט די שווערד ווי די שטימפיגע זייט פון אן אפגענוצטן מעסער, און די שארף-שפיז בלאנזשעט אין פּוטער.
אז מען איז מיד, איז דאס היטל א פּראַכט-באַן משא, און די שיך – בערמודאַ-דרייעק מאַגנעטן.



יום חמישי, נובמבר 19, 2009

מיידל, בראָנפֿן, רײַכטום, איינזאַמקייט, בראָנפֿן, עפּל, ליבשאַפֿט

איך וועל קויפֿן אַ שטיבל
משה לעמסטער
פֿון פֿאָרווערטס, נאָוו' 19-13, 2009

איך וועל קויפֿן אַ שטיבל
אין מײַן ייִדישן שטעטל,
דאָרט אַ מיידל בײַם פֿענצטער
וועט זיצן פֿאַרטראַכט.

איך וועל גיין מיט אַ לידל
פֿון יאַנקעלעס שענקל
זיך אין מיידל פֿאַרליבן
ביז צום דנאָ פֿון מײַן האַרץ.

ס'וועט די מאַמע איר זאָגן,
וואָס דאַרפֿסטו דעם בחור,
ער האָט ליב צו הולטײַען --
זאָל ער ווערן אַ לײַט.

אין שטעט און אין לענדער
מײַן גורל כ'וועל זוכן,
פֿיל אוצרות פֿאַרדינען
זײַן מיט אַנדערע גלײַך.

צוריק וועל איך קומען
מיט רײַכטום און כּבֿוד,
נאָר וווּ איז דאָס שטיבל?
דאָס מיידל ניטאָ --

וועל איך גיין אין אַ שענקל,
יעדן אָנגיסן בראָנפֿן
טרינקען ביטערע טראָפּנס
ביזן העלן פֿאַרטאָג.

אין שלמהלעס גאָרטן
וועל איך אָנרײַסן עפּל...
ס'האָט זיך דאָס מיידל
אויף מיר ניט דערוואַרט --

נאָר איך וועל קויפֿן אַ שטיבל
אין מײַן ייִדישן שטעטל,
כ'וועל זיך ווידער פֿאַרליבן
ביז צום דנאָ פֿון מײַן האַרץ...

זומער, 2009




יום שלישי, נובמבר 17, 2009

לידער פֿון דער ווײַטנס

דניאל גלאי גיט מיר צו וויסן אַז אויף די תּל־אָבֿיבֿער פּאָעזיע־טעג (פֿון בית־לייוויק) וועט רבֿקה באַסמאַן - בן־חיים לייענען מײַנע אַ פּאָר לידער. מײַנע געדיכטן דערגייען צו ארץ קדשינו!

יום חמישי, נובמבר 12, 2009

אַ שטראַלכל ליכט

מײַן שטוב האָט צו פֿיל פֿענצטערס
האָב איך זיי פֿאַרקלאַפּט
אומעטום דער ייִאוש
טיילצײַטיק די נאַכט

אַרײַנגעכאַפּט אַ שטראַלכל
ליכטיקייט צו מיר
האָב איך לשם זיכערהייט
אויך פֿאַרקלאַפּט די טיר

יום רביעי, אוקטובר 28, 2009

שאָסיי

אַ דורכפֿאַל האָט דער מענטש
אײַנגעקריצט אין די טריט.
ס'איז אַ צופֿאַל אַ ריינער
וואָס שלימזל פֿאָרט מיט.

יעדן אָוונט און טאָג
עס איך ביינער און פֿלייש
ווײַל צום מאָגן, אַ ראָג,
פֿירט דער שפּײַזרער־שאָסיי.

יום ראשון, אוקטובר 25, 2009

דער באַלטימאָרער עקספּערימענט, טייל צוויי

איך קען ניט זאָגן אַז דאָס איז געווען די בעסטע וואָך. דער שפּיץ איז געקומען צום סאַמע סוף, ווען איך בין אַראָפּגעגאַנגען פֿון דעם שאָטל וואָס פֿאָרט פֿון מעדיצינישן צום אוניווערסיטעטישן קאַמפּוס. אַ שיינע טאָג געווען, ערבֿ־שבת, זיך אײַנגעשאַפֿן אַ פֿלאַש ווײַן בײַם קאָרעיִשן ווײַנגעשעפֿט (וווּ מע דאַרף דיך אַרײַנקלינגען ווײַל די טירן זײַנען שטענדיקן פֿאַרשלאָסן). טאַקע אויף דעם בלאָק וווּ מיר וווינען איז צו מיר זײַטיק אונטערגעקומען אַ חבֿרה דרײַ מענטשן (וואָס צוליב מײַן שוואַכער ראיה און אַלגעמיינער נאַיִווקייט כ'האָב ניט באַמערקט). איינער האָט אַ זאָג געטאָן: אײַ וואַנט סאָמינג פֿראָם יו, און כ'האָב געפֿרגט "וואַט?" האָט ער זיך אָפּגעשטעלט פּונקט פֿאַר מיר אין די אויגן, און אַרויסגעברומט: יור וואַלעט, קאָז! [דײַן בײַטל, ברודערקע!] האָב איך אָן אַ וואָרט איבערגעגעבן. דערנאָך: "אײַם נאָ פֿול! יור סעלפֿאָן טו!" דאָס האָב איך אויך מכבד געווען דעם פֿײַנעם יונגערמאַן.

איך ווייס ניט וואָס אָפּצולערנען דערפֿון. דער בלאָק איז אַ געפֿערלעכער? קען זײַן אַז מיר זײַנען אויפֿן ראַנד פֿון אַ ניט־פּאַסיקן געגנט, נאָר אויף דער בלאָק וווינען משפּחות אויך. דער דינגמאַרק אין באַלטימאָר, פֿון די שטיבער וואָס זײַנען אונדז פּאַסיק (וווּ איך קען צוגיין צום שאָטל, צוליב מײַן ניט־שאָפֿערישקייט) און מע קען צוגיין צו די געשעפֿטן און אין שול אַרײַן, איז ניט דער ברייטסטער.

ס'איז מער דער שאָטן וואָס יענע געשעעניש האָט אויף אונדז אַראָפּגענידערט, וואָס כ'האָף וועט באַלד אויסוועפּן און איבערלאָזן מיך מיטן זעלבן פֿריד ווי פֿריִער. דערווײַל אָבער דאַרף איך זיך אַרומטראָגן מיט מײַן פֿייק־בײַטל און מײַן פֿייק־סעלפֿאָן, צוזאַמען מיט די אמתדיקע, מע זאָל האָבן וואָס מקריבֿ צו זײַן די גזלנים.

יום רביעי, אוקטובר 21, 2009

אַמאָליקע יום־טובֿים: ניטל, בילבאַאָ, 1998

(אָפּגעדרוקט אין פֿאָרווערטס פֿון אָקט' 9, 2009)

איך האָב פֿאַבראַכט אַ יאָר אין אויסלאַנד כּדי אויסצופֿאָרשן די גורלות און צוקונפֿט פֿון מינאָריטעט־שפּראַכן אין אייראָפּע (ספּעציפֿיש שפּאַניע) אין פֿאַרגלײַך מיט ייִדיש אין דער הײַנטיקער מזרח־אייראָפּע. איך בין געפֿאָרן אין צפֿון־שפּאַניע,אין די לענדער וואָס האָבן הנאָה פֿון אַ געוויסער מאָס קולטורעלער אויטאָנאָמיע כּדי צו פּרוּוון פֿאַרשפּרייטן און באַשיצן זייער שפּראַך. ס'איז געקומען צו גיין די חגא ניטל און איך בין פֿאַרפֿאָרן אין בילבאַו, די קרוינשטאָט פֿון האַלב־אומאָפּהענגיקן פּראָוינץ עוסקאַדי (דאָס באַסקיש לאַנד) מיט אַ שם פֿאַר אַ טעראָריסטישע נורע. פֿאַר חבֿרים האָב איך זיך אויסגעגעבן אַז אַן אמתע אַוואַנטורעניק, וואָס לאָזט זיך ניט שפּײַען אין קאַשע, נאָר דעם אמת זאָגנדיק האָב איך לעפּיש געמאָסטן די גאַסן פֿון דער בילבאַוער באַרן-געגנט, אַרײַנגעקוקט דורך די האַלב־אָפֿענע טירן פֿון וואַנען עס האָט אַ שלאָג געטאָן מיט פֿריילעכער חגא־מוזיק און ווײַן, און געבענקט נאָך אַ פֿרײַנדלעכן פּנים.

דאָס פּנים האָט מיך געפֿונען און ניט פֿאַרקערט. אַ בלאָנדע, מיט צעשויבערטע האָר און שמאַלצעװאַטע וואָנצעס, האָר גלאַנציקע מיט סאַלאָן־פּראָדוקט. הייסן הייסט ער לעאָן און ער שטאַמט פֿון בעלגיע. ער האָט פֿײַנט דעם טאַראַראַם פֿון ניטל און וויל אַ חבֿר זיך אַוועקזעצן ערגעץ זאַלבעצווייט און פֿאַרטרינקען די פֿאַרבענקטקייט אַהיים מיט ביר. אָ, און צי קען איך עפּעס שיינע אַמעריקאַנער מיידלעך וואָס דערלאַנגען מער ווי זיי פֿאָדערן? איך זאָל קיין פֿאַראיבל ניט האָבן. ער איז אַן אמתער אַנטי-סעקסיסט נאָר איך ווייס אַליין ווי איינזאַם מע קען ווערן.

אַליין האָב איך געוווּסט, אָדער בעסער געזאָגט געשפּירט. אַן אַוואַנטוריסט בין איך אין קיין פֿעלד ניט געווען, פֿון מיידלעך על-אַחת-כּמה-וכּמה. טאַקע אַן אַנדער בלאָנדער זגאַל האָט זיך געהאַט פֿריִער צוגעכאַפּט צו מיר, דאָס מאָל אַ בלאָנדינקע, פֿון דער שווייץ. אין אונדזער פּאַנסיאָן (באמת אַ הקדש מיט האַלב אויפֿגעשרויפֿענע טירן, אָפּגעריבענע וואַנטפּאַפּיר און אַ בעל-הבית וואָס האָט אַ פּנים פֿון אַן איבערגעגעבענער פּליאַזשניק, כּולו רונצל און זשמורע) האָט זי אין אַ צעמישנדיקן אָוונט געוויזן די אָפֿענע טיר פֿון איר שלאָפֿצימער."דאָס," האָט זי איבעריק אַ זאָג געטאָן, "איז מײַן צימער."

דאָס איז געווען ניט דער ערשטער פֿאַל ווען דער פֿאַקט אַליין איז ניט געווען דער ציל פֿונעם זאָג.

אַוועקגעפֿאָרן דאָס מיידל (זי האָט זיך אַרײַנגעגאָסן צו מיר אין די אָרעמס אין איין פֿרימאָרגן, אומגעריכטערהייט, בשעת איך פּוץ די ציין און קוק זיך אָן אין דעם שפּיגל וואָס הענגט קרומלעך אויף דער צעריבענער וואַנט) האָב איך איין מאָל אין אַ זוניקן זונטיק באקומען אַ טעלעפֿאָן-קלונג פֿון אַ מיידלשן קול. טאַקע יענע מיידל וואָס האָט דאַכט זיך געוואָלט ווײַזן אַז קיין נאַר איז זי ניט און זי פֿאַרשטייט וווּ איר שלאָפֿצימער איז. איך האָב אַוודאי פֿאַרשטאַנען אַז ניט יעדן טאָג באַקומט מען אַ פֿרײַנדלעכן קלונג פֿון אַ מיידל מיט וועמען מע האָט צופֿעליק געהאַט געטיילט אַ פֿערטראַנגיקן פּאַנסיאָן, נאָר כ'בין דעמאָלט געווען צו נאַיִוו צו זײַן אַ מבֿין אויף די מעגלעכקייטן וואָס דאָס קען צושטעלן. שפּעטער, מיט דער גערעכטקייט וואָס גייט מיר אַזוי אויף די נערוון ביזן הײַנטיקן טאָג, האָט די מאַמע אַ זאָג געטאָן: "זי איז אינטערעסירט אין דיר." ("אין מיר?" האָב איך אויסגערופֿן, אַ צענערלינג וואָס ווייסט אַז די ערד איז רונד און אַז עלטערן פֿאַרשטייען גאָרניט."וואָס רעדסטו?")

פּונקט ווי כ'האָב ניט אָפּגעשאַצט די אַלע שיכטן פֿון יענעם שמועס, דעם פּשט/דרש/רמזים, האָב איך אויך ניט פֿאַרשטאַנען וואָס עס מיינט דער איצטיקער שמועס מיט מײַן נײַעם בעלגישן באַקאַנטן. מיר זײַנען געזעסן בײַ איין מעטאַלענעם טיש און געטרונקען די גאָרניט־שלעכטע באַסקישע ביר. מיר האָבן געשמועסט וועגן אונדזערע היימלענדער און וועגן דעם, ווי נישטיק און ניט שייך אונדז איז די חגא וואָס די היגע פּראַווען מיט התלהבֿות. נאָר איך האָב געוואָלט זײַן מיט עמעצן (כ'האָב שוין פֿאַרבראַכט גענוג צײַט ערבֿ חגא לעבן די געשעפֿטן וווּ מאָדיש-באַקליידטע מיידלעך האָבן געקויפֿט טוראָנעס - פֿרוכטקוכנס - פֿאַר זייערע משפּחות, און געוואָלט נעמען סײַ דעם קוכן סײַ דאָס מיידל אין דער האַנט אַרײַן).

איך האָב ניט געוווּסט וואָס דער בעלגיער וויל. ער איז געווען (און בלײַבט עד־היום אין זכּרון) אַזאַ מין פֿיגור, וואָס נאָר זײַן גשמיות האָט מיר איבערגעלאָזט אַ שפּור אין מוח, ווי אַ פֿרוי וואָס מאַנצבילן אָביעקטיפֿיצירן. ער איז געווען אַ בלאָנדער, אַ מיטלוווּקסיקער, אַ פֿרײַנדלעכער, אַ בירטרינקער, און . . .

פּלוצעם גיב איך אַ בליק אַרײַן צו זיך אין זכּרון, און כ'בין צעטומלט צו געפֿינען אַז דאָס אַלץ, מײַן גאַנצע בילבאָער און באַסקער איבערלעבעניש, איז אויסגערונען ווי אַ זאַמדשלאָס פֿון ברעג ים. געבליבן איז ניט גאָרניט, נאָר די קאָנטורן פֿון וואָס ס'איז דאָרט ערשט געווען. מײַן זכּרון איז פֿול מיט אַזעלכע קאָנטורן, און כ'ווייס ניט ווי זיי אָנצופֿילן שפּעטער מיט ממשותדיקע, פֿיזישע מאַטעריאַלן, צו פֿאַראייביקן דאָס דערווײַליקע.

מיר זײַנען געזעסן און געטרונקען, און כ'ווייס ניט וואָס איז געשען דערנאָכדעם. כ'ווייס נאָר (פֿון מײַן אויפֿגעהיטענע צײַטפּלענער) אַז כ'בין דעמאָלט געפֿאָרן אין דער שיינער און מער ייִדישלעכער קאַטאַלוניאַ. דאָרט איז די גראָז עמעראַלד-גרין, די שלעסער צעפֿאַלענע און מיטלעלטערלעכע, און דער גײַסט פֿון רמבן אַ שטענדיק שװעבנדיקע איבערן אַלטן ייִדישן קוואַרטאַל. נאָר קיין מיידלעך האָב איך ניט געזען און קיין ביר האָב איך ניט געטרונקען. אין וועלכער שטאָט האָב איך ריכטיק געכאַפּט דעם עיקר?

יום שלישי, אוקטובר 13, 2009

פֿיר לידער פֿאַרן פּרײַז פֿון דרײַ

1.

ווען איך װאָלט געפֿלױגן װי אַ פֿליגער
וואָלט איך געװען שנעלער אָבער גאָרנישט קליגער.

2.

איך האָב אַ חבֿר אַ גרױסער בחור.
ער איז שױן נײַן יאָר אַלט.
ער גײט נאָר דזשינסן מיט אַן אונטערהעמד
און אים איז גאָרנישט קאַלט!

3.

זי האָט אַ ספּעציִעלן קאַקטוס.
זי װאַרפֿט װאָס זי װיל און ער כאַפּט עס.

4.

מיר האָבן חבֿרים אין תל־אָבֿיבֿ
וואָס ענטפֿערן קײן מאָל נישט אױף בריװ.

אונדזערע פֿרײַנד אין ירושלים
שרײַבן צוריק אין אַחת־ושתּים.

די אַנאַטאָמיע פֿון טרפֿות

אין משנה חולין ג:א שטייט געשריבן (עס גייט די רייד וועגן די פֿאַלן ווען פֿאַרשיידענע בעלי־חיים ווערן טרייף):

הראה שנקבה ושחסרה. רבי שמעון אומר, עד שתנקב לבית הסמפונות.

פּיעטרושקאַ פֿאַרייִדישט אַזוי:

אויב די לונג איז געלעכערט אָדער עס פֿעלט [אַ שטיק פֿון איר איז די בהמה טרייף]. ר' שמעון זאָגט, אַז (די בהמה איז טריפֿה) נאָר ווען זי (די לונג) איז געלעכערט אַרײַן אין דער גרויסער לופֿט־רער.

דאָ אין פּיעטרושקאַ גייט אַ פֿאַרכאַפּנדיקע דיסקוסיע וועגן די לאַפּן (טיילן) פֿון די לונגען, און וועגן דעם קליינעם לאַפּן פֿון דער רעכטער לונג, וואָס הייסט אויף לשון־קודש ענוניתא און וואָס (דאַכט זיך) קצבֿס פֿלעגן רופֿן "דער גנבֿ." (און ניט נאָר קצבֿס, זע דעם בלאַט פֿון ספֿר זבֿחי צדק וווּ דער בעל־מחבר זאָגט אַז דאָס איז דער געוויינטלעכער נאָמען. אויף לשון־הדאָקטוירים איז מער קיצלדיק: לינגולאַ, ד"ה "צינגעלע.")

ניט דאָס אָבער בין איך אויסן. מיך אינטערעסירט וואָס דער ברטנורא האָט געשריבן וועגן "בית סמפונות", די בראָנכן. בקיצור האָט ער געשריבן אַז קלענער פֿון די סמפונות זײַנען דאָ אויך קליינע "קנוקנות" וואָס שפּרייטן זיך אַדורך די לונגען. וואָס מיינט ער דערמיט? איז ער אויסן די קלענסטע לופֿט־רערעלעך, די בראָנכיאַלן? מסתּמא, ווײַל קנוקנות זײַנען קליינע רערעלעך (הײַנט ניצט מען דעם טערמין אין באָטאַניק, דאַכט זיך.)

צי מיינט ער אפֿשר די קלענסטע קעמערלעך פֿון לונג, די אַלוועאָלן (לופֿטבלעזלעך)? שווער צו וויסן, ווײַל אַז מע זעט אַ לונג אין דורכשניט זעען אויס די אַלוועאָלן ווי רערעלעך. איך וואָלט געוואָלט וויסן, צי מע האָט אַ נאָמען פֿאַר די לופֿט־בלעזלעך אין רבנישן לשון, דאָס הייסט אין רבנישע ספֿרים. איך בין ניט בקי אין הילכות כּשרות, האָט עמעצער אַ דעה?

אינטערעסאַנט, אַז אין עבֿרית איז סמפונות עד־היום אַ גאַנץ גיייִקער טערמין (דלקת סמפונות = בראָנכיט). אויפֿן הײַנטיקן העברעיֵש איז "אַלוועאָלן/לופֿטבלעזלעך" "נאדיות", ד"ה "קליינע קריגעלעך" אָדער גאָר "רערעלעך" (צאַנין גיט ביידע טײַטשן פֿאַר "נאד").

יום רביעי, ספטמבר 30, 2009

מײַן השקפֿה, ווידער, אָדער: ווי קען מען זײַן אַ פֿרומער וויסנשאַפֿטלער?

לעצטנס איז געגאַנגען די רייד אויף אַן אָנלײַן ייִדיש־פֿאָרום וועגן גלייביקייט, און ווי אַזוי מענטשן פֿון אַ וויסנשאַפֿטלעכער נטיה קענען אויך זײַן פֿרומע. האָב איך זיך מטריח און געענטפֿערט. כ'ווייס אַז דאָס איז ניט דאָס ערשטע מאָל וואָס כ'בין מאריך־ימים־ושנים וועגן מײַן השקפֿה, נאָר אפֿשר וועט עס טייל אינטערעסירן.

אַרום און אַרום, דאַכט זיך מיר אַז דו האָסט אַ נטיה צו אידעאָלאָגישקײט און שטרענגע סטאַנדאַרדן, און דאָס איז אַװדאי אַ גוטע זאַך. נאָר די װעלט איז נישט גאָר אָדער גאָרנישט. אַפֿילו (בפֿרט?) די װיסנשאַפֿט, און דאָס "אױסגעפֿינען" (אױסטראַכטן? באַשאַפֿן?) װיסנשאַפֿטלעכע געזעצן און טעאָריִעס, איז געקניפּט און געבונדן מיט מענטשלעכע עמאָציעס, פּניות, פּריװאַטע איבערלעבענישן, און דאָס גלײַכן. ס'איז נישט אָפּצושײדן דער אײַנשטיין פֿון זײַן װיסנשאַפֿלעכע װעלטבאַנעם. און איך מײן דערמיט *נישט* אַז די וועלטישע װיסנשאַפֿט איז אומפּערפֿעקט, און אַזאַ פּלאַטאָנישע װיסנשאַפֿט װאָלט נישט געװען פֿאַרבונדן מיט די עמאָציעס - פּונקט פֿאַרקערט. איך מײן אַז יעדער מוח-אַקװיטעט פֿונעם מין מענטש איז אַזאַ תּערובֿת.

(דרך-אַגבֿ איז דאָס אױך אמת װעגן פֿרומע ייִדן און רעליגיעזע מענטשן ביכלאַל. אײַ, טײל - אַ סך - פֿרומע ייִדן זײַנען פּאַסקודניאַקעס? דאָס איז נישט קײן נײַע אָבסערװאַציע, די קאַטעגאָריע פֿון נבֿל ברשות התּורה איז געװען גילטיק מיט הונדערטער יאָרן צוריק. נאָר דאָס פֿרעגט נישט אָפּ די װערט פֿון רעליגיע. אײַ, טײל - אַ סך - ציִוניסטן זײַנען ראַסיסטיש און די ייִדישע מדינה איז באַגאַנגען שרעקלעכע עװלות קעגן די פּאַלעסטינער? דאָס פֿרעגט נישט אָפּ די װיכטיקײט אָדער די װערט פֿון דער ייִדישער מדינה.)

אַ פֿילאָסאָפֿיע פֿון רעליגיע איז אַװדאי שװער איבערצוגעבן אַל רגל אַחת, נאָר בקיצור נימרץ װעל איך זאָגן אַז איך בין אַ גלײביקער. דאָס איז (װי אַ סך האָבן געזאָגט פֿאַר מיר אױף אַן עלעגאַנטערן אױפֿן) מער אַן עמאָציע װי אַ פֿאַקט, מער אַן עסטעטיק װאָס מע נעמט אָן װי אַ טעאָריע װאָס מע װײַזט אויף. וויטגענשטיינס משל איז דאָ שײך: ס'איז װי אַ פֿליג װאָס זשומעט אַרום אין אַ פֿלאַש זאָל פּרוּװן איבערגעבן דעם פֿליג אין דרױסן, װאָס דאָס איז אַזױנס צו זײַן אין אַ פֿלאַש. אָדער (ניצנדיק נאַגעלס אַ משל) איז דאָס אַזױ װי פּרוּװן איבערגעבן װאָס פֿאַר אַ זאַך ס'איז צו זײַן אַ פֿלעדערמױז.

דערפֿאַר איז כּמעט אוממעגלעך, אפֿשר אַפֿילו װילד אומפּאַסיק, צו פּרוּװן ענטפֿערן אויף דײַנע כּמו װיסנשאַפֿטלעך אױסגעפֿורעמטע שאלות. אַ "העכערע אינטעליגענץ" שמעקט מיט דער רעליגיעזער פֿילאָסאָפֿיע פֿון 19טן יאָרהונדערט. (דאָס איז נאָך עפּעס װעגן די הײַנטיקע מאָדע אױף אַנטי-רעליגיזם: ער איז גאָרנישט מחדש און פּאַטשט זיך אין בײַכל, אַז זײַנע טענות קעגן די פֿרומע זײַנען כּלומרשט נישט אָפּצופֿרעגן, אַפֿילו מע כאַזערט זײ איבער שױן טױזנט יאָר...)

און װאָס איז שײך צו זאָגן "װיפֿל פּראָצענט" מע גלײבט אין גאָט? שױן זשע זאָגט מען דאָס אין טאָג טעגלעכן לעבן? "איך גלײב 50% אין דער דעמאָקראַטיע"? "יענער גלײבט 30% אַז די פּובליק אָפּשן איז נײטיק פֿאַר העלטקעיר רעפֿאָרם"?

דאָס זעלבע איז חל אױף דער פֿראַגע, צי די געשעענישן פֿון תּנך זײַנען "באמת" געשען. װאָס איז דאָס טײַטש? אַפֿילו איך זאָג יאָ (װאָס, װען דו צװינגסט מיר, איך װאָלט יאָ געזאָגט), איז דער תּנך נישט קײן געשיכטע-ביכל און מײַן דעפֿיניציע פֿון משה רבינו ע"הס עקזיסטענס איז מסתּמא װײַט אַנדערש פֿון דײַנס. איך האַלט אַז דער תּנך איז אַ מיטאָס, און מיט "מיטאָס" בין איך אױסן דער פּינקטלעכער זין פֿון װאָרט, װי אַ פֿונדאַמענט, אַ בראשית-מעשׂה װאָס מע קען זיך אָן דעם נישט באַגײן. און דערפֿאַר טאַקע איז די תּורה אמת.

און (לסוף!) װיל איך זאָגןֹ אַז נישט אַלע פֿרומע זײַנען פֿון אײן טײג געקנאָטן. דאָס איז נאָך אַ זאַך װאָס די היטשענסן און די דאָוקינסן פֿאַרקוקן כּסדר. זײ קעמפֿן זיך מיט די װינטמילן פֿון 17טן יאָרהונדערט. הײַנט איז רעליגיע (װי יעדע זאַך) צעשפּאָלטן אין טױזנטער שטיבעלעך און כּתּימלעך. (דאָס ערגסטע װאָלט געװען צו זאָגן אַז די װאָס גלײבן אין אַ ליבעראַלער רעליגיע, װי איך, זײַנען כּלומרשט נישט "באמת" רעליגיעז, עלעהײ ס'איז סאַטמער אָדער יום-כּיפּור-בעלער.)
דאַכט זיך אַז מײַן "אױף אײן פֿוס" איז געװאָרן אַ צענטיפּעדע. אָדער אפֿשר הינערשע פֿיסלעך... אַ
גוט קװיטל! .

יום שלישי, ספטמבר 22, 2009

יום שלישי, ספטמבר 15, 2009

די וואך אין פאטאס

אזוי האבן מיר פארבראכט די זומער-וואקאציע.

יום רביעי, ספטמבר 09, 2009

אני לדודי ודודי לי

אני לדודי ודודי לי
איך לויף. וואו לויפסטו?
אונדזער לעבן, ווייניק ליבעראל
אייבערשטער: למאי ולמה לא?
אוי, ליבע, ווייטער לענדער.

תורה, שארף, רוי, יונג.
תזמורת, שפיל ראק, יא.
תעודה: שלעכטע רייז יאגורט.
תודה, שיינע ריחות, יאזמין.

יום שלישי, ספטמבר 08, 2009

װאָס איז אַ װערטער-אוצר?

אַ לײענער פֿון אַן אַנומלטיקן בלאָגפּאָסט פֿרעגט:

איך כאפ נישט גענוי וואס מען קען טון אין דעם לינק. עס איז געשריבן "זוך ווערטער". וואס זוכט מען, און וויאזוי???

אַ װערטער-אוצר איז אַ זאַמלונג װערטער, װאָס דער ציל איז צו פֿאַרברײטערן און פֿאַררײַכערן די סעלעקציע װערטער װאָס מ'איז דערמיט באַקאַנט. פֿאַרשטײט זיך, אַז אַ װערטער-אוצר איז טײלװײַז ענלעך צו אַ װערטערבוך. נאָר בשעת אַ װערטערבוך צילעװעט דעראױף, מע זאָל דעפֿינירן אַ װאָרט, דאָס הײסט, מאַכן אַז דער לײענער זאָל קענען דאָס װאָרט (װאָס דאָס זאָל נישט הײסן, דערװײַלע איז מיר נישט קלאָר), איז דער ציל פֿון אַ װערטער-אוצר אַז מע זאָל זיך באַקענען מיט אַ װאָרטס (אַזױ צו זאָגן) געגנט. װאָסערע װערטער זײַנען קרובֿ צום װאָרט? װאָסערע זײַנען װײַט? װאָסערע װערטער שטײען אין קעגנזאַץ צום װאָרט? װאָסערע װערטער מײנען מער װײניקער דאָס זעלבע, נאָר זײַנען פּראָסט? עלעגאַנט? לומדיש? קלעזמער-לאָשנדיק? פּױליש? און אַזױ װײַטער.

נאָר װער איז געװען נחום סטוטשקאָװ?

איך ברענג דאָס שטיקל פֿון דעם װעבזײַטל (פֿאַרייִדישט האָב איך):

אַ געבױרענער אין בראָק, פּױלן, אין 1893, האָט נחום סטוטשקאָװ זיך פֿרי אױסגעציעכנט מיט זײַן אױער פֿאַר שפּראַכן. נאָך פֿאַר ער האָט זיך געלערנט העברעיִש אין תּלמוד תּורה האָט ער באַהערשט (חוץ מאַמע-לשון) פּױליש און רוסיש. צו 16 יאָר איז ער אַראָפּ פֿון רעליגיִעזן דרך און געװאָרן אַקטיװ אין טעאַטער.

אין 1923 איז ער געפֿאָרן אין אַמעריקע און אַראָפּ מיט צװײ װאָכן שפּעטער שױן אַן ענגליש-רעדנדיקער, האָבנדיק איבערגעלײענט שעקספּיר, טװײן, און די ענציקלאָפּעדיִאַ בריטאַניקאַ אױפֿן װעג. זײַן גרעסטע ליב איז אָבער געװען די ייִדישע שפּראַך. זײַן ייִדישער גראַמען-לעקסיקאָן, אַרױס אין 1931, האָט אים קונה-שם געװען בײַ דראַמאַטורגן, אינטעליגענטן, און דעם גרױסן ייִדיש-רעדנדיקן עולם.

האַרט נאָכן אַרױסקום פֿון גראַמען-לעקסיקאָן, האָט סטוטשקאָװ זיך גענומען צום אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך, אַ ריזיקער אופֿטו װאָס ער האָט אָפּגעגעבן אַלץ מער צײַט און כּוח, בשעת אָנשרײַבן, רעזשיסירן, און שפּילן אין אַכט ראַדיִאָ-פּראָגראַמען אַ װאָך. בײַם שאַפֿן דעם שאַצקאַמער פֿון 12 יאָרהונדערטער ייִדיש לעבן און שאַפֿן, האָט סטוטשקאָװ געלײנט שיִער נישט אַלץ װאָס מע האָט אַרױסגעגעבן אױף ייִדיש: ספֿרים, ליטעראַרישע װערק, און טאָגבלעטער. אַלץ האָט ער קאַטאַלאָגירט אױף אינדעקס-קאַרטלעך, װאָס זײַנע קינדער דערמאָנען זיך װי זײ פֿלעגן אים אַרױסשטאַרצן פֿון בוזעם-קעשענע.

אַרױס אין 1950 האָט דער אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך אַרײַנגענומען 933 זײַטן פֿון דער ייִדישער קוטלורס יעדן אױסדרוק, פֿון למדישע פֿאַררופֿן ביז פּיקאַנטע װוּלגאַריזמען. 392 סינאָנימען פֿאַר "זעץ", 100 װערטער און אױסדרוקן פֿאַר "חוצפּה." און זיבן זײַטן קללו. קײן מאָל פֿריִער אין דער געשיכטע האָט אײן מענטש אַדורכגעפֿירט אַזאַ קאָלאָסאַלע לעקסיקאָגראַפֿישע באַשאַפֿונג. דער װערטער-אוצר איז אַ גרױסער תּם-ונשלם צום רײַכטום פֿון מאַמע-לשון, אין דעם סאַמע מאָמענט װען די שפּראַך האָט אױסגעהױכט די נשמה אין די װעלטלעכע קרײַזן. נאָכן אַרױסענדיקן דעם װערטער-אוצר האָט זיך סטוטשקאָװ תּיכּף גענומען צו זײַן פֿינאַלער לעקסיקאָגראַפֿישער אונטערנעמונג, אַ העברעיִשער װערטער-אוצר. קורץ נאָכן אופֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה, האָט ער מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ װיכטיקן מאָמענט אין דער מאָדערניזירונג פֿון דער העברעיִשער שפּראַך.

יום חמישי, ספטמבר 03, 2009

איך בין אַ גרױסער אַרבוז

װאָס קײַקלט זיך אין די גאַסן.
כ'האָב נישט מורא פֿאַר עקספּלאָסיע
נאָר פֿאַר קלײנקײט.

יום ראשון, אוגוסט 23, 2009

דער גרויסער עקספערימענט: באלטימאר?!

וועמען וואלט איינגעפאלן אנצורופן באלטימאר א גרויסער עקספערימענט? נאר אזוי איז עס געווארן פאר אונדזער משפחהלע. היי-יאר האב איך געדארפט זוכן א שטעלע ווי א דאקטער, און צוליב דער קלאגעדיקער עקאנאמיע האט זיך מיר ניט איינגעגעבן ביז דער סאמע לעצטער מינוט, ממש די לעצטע וואכן פון רעזידענץ.

האבן מיר געקענט באלטימאר פריער? זיכער. שווער און שוויגער זיינען דארטן געבוירן געווארן און יונגווייז געמאכט ויברח קיין סאן פראנציסקא, טיילווייז כדי צו אנטלויפן פון זייער צו טראדיציאנעלער קהילה. דאס רעדל האט זיך איבערגעדרייט, און זייער טאכטער (מיט איר צו-פרומען יידיש-רעדנדיקן מאן) קערן זיך אום, השבינו נאזאד.

געקענט האבן מיר אויך פריער דאס קליין הייפעלע יידישיסטישע חברים וואס וווינען דארט. איך זאג א קליין הייפעלע נאר אז עס מאכט זיך היינט צו טאג א גרופקעלע פאמיליעס מיט קינדער, ניט-חרדים (כאטש זיכער יידישע יידן און צום טייל פרום ביז א געוויסער מאס, ווי ביי וועמען), איז דאס שוין א קאלאסאלער אויפטו. אקעגן די חסידים אוודאי פיצימאניק, נאר זה (ביי אונדז) מה יש.

שפעטער וועל איך אפשר אי"ה איבערגעבן מער פרטים וועגן מיינע חברים, זייערע אקאדעמישע אינטערעסן, און זייערע קינדער. נאר אויף איין פוס: מיר וועלן שטארק בענקען נאך ניו-יארק, זיינע יידן, און זיינע פיל-מיניקע מענטשן סיי יידן סיי אומות-העולם. נאר עס פאלט מיר איצט איין: וואלטן מיר אין באלטימאר (סך-הכל 3 משפחות!) געקענט אויפבויען א היינטצייטיקע רעפראדוקציע פון בראנקסער "ביינברידזשעווקע" (מיט משפחות פישמאן, שעכטער און גאטעסמאן, א שם-דבר אויף דער יידישיסטישער גאס)? מיר וועלן זען. מיר פרייען זיך שטארק צו זען ווי צאן קדושים שפילט זיך אויף לשון-קדושים...

קומט צו אונדז צו גאסט אין ק"ק באלטימאר!

יום חמישי, אוגוסט 13, 2009

א פריילעכן ספק!

א פריילעכן ספק!
אוואו איך גיי וויל איך ניט וויסן פינקטלעך.
זאל יעדער גרענעץ זיין צעשוואומען.
ווער זאגט אז יעדער הלך ילכט?
שפיל א פריילעכס, דופק.

היינטיקס יאר איז אייביק א קשיא.
כ'האב געזען אז אן אייזנבאן פארט ניט גלייך.
כ'האב איר פארצווייפלונג פארנומען.
פאסאזשירן הינטער שויבן ווי ביבערס אין א טייך
אנגעפעלצט און אנגעפאשעט.

הערסט מיינע רייד?
דער גורל איז א שיכור מיט א קאר
וואס ווייסט ניט וואו מע פארט און וואו מען
שטייט. דערבארעמדיקער האר
וואס האסטו אונדז אנגעברייט?

יום חמישי, אוגוסט 06, 2009

טראָט בײַ טראָט: הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּאָעזיע


שױן צײַט זיך צו באַקענען פֿון דער נאָענט מיט דײַן נײַעם חבֿר: אַ פֿריש געבאַקענע צװײ-שפּראַכיקע אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער פּאָעזיע (מיט ענגלישע איבערזעצונגען) פֿון די װאָס לעבן און שאַפֿן הײַנט. מער בקרובֿ. נאָר קױפֿט שױן דאָ.