‏הצגת רשומות עם תוויות ייִדישיזם. הצג את כל הרשומות
‏הצגת רשומות עם תוויות ייִדישיזם. הצג את כל הרשומות

יום שבת, דצמבר 26, 2009

דער באַלטימאָרער עקספּערימענט, באַשריבן אין פֿאָרווערטס

ווען אַ יונג פּאָרפֿאָלק, וואָס געהערט נישט צו די ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע קרײַזן, באַשליסט צו דערציִען די קינדער אויף ייִדיש, איז דער ענין, וווּ מע זאָל וווינען, אַ גאָר וויכטיקער. פֿאַרשטייט זיך, מע מוז אויסקלײַבן אַן אָרט, וווּ די עלטערן קענען ציִען חיונה. פֿון דעסטוועגן, גלוסט זיך אויך צו געפֿינען אַ שטאָט אָדער געגנט, וווּ די קינדער וועלן קאָנען הערן ייִדיש, געדערט מחוץ דער אייגענער משפּחה.

בײַ דרײַ ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות — בנימין און חנה מאָס, מאַרק און ברכה קאַפּלאַן, און שלום און סעלעסט בערגער — האָט דאָס מזל צוגעשפּילט אויף ביידע פֿראָנטן. אַלע דרײַ האָבן געקראָגן פּאָזיציעס בײַם "דזשאָנס האָפּקינס אוניווערסיטעט" אין באָלטימאָר, מערילאַנד, און צוליב דעם וואָס זייערע קינדער זענען פֿונעם זעלבן דור (דער ייִנגסטער איז אַלט 16 חדשים, און דער עלטסטער — 6 יאָר), האָט זיך געשאַפֿן אַ מעגלעכקייט אויפֿצובויען אַ שטיקל ייִדיש־רעדנדיקן ציבור.

לייען ווײַטער אין פארווערטס.

יום שישי, דצמבר 12, 2008

יוגנט.נעט

יוגנטרוף דערהײַנטיקט זיך אויפֿן עולם-הוועב.

יום ראשון, אוגוסט 31, 2008

די שבֿועה פֿון טשערנאָוויץ 2008, פֿון שיקל פֿישמאַן

ס’איז אונדזער אַחריות הײַנט צו בויען, צו באַנײַען און צו באַקרעפֿטיקן פּרצעס אויסרוף און שבֿועה פֿון 1908, דורך אונדזערס אַן אייגענער שבֿועה און אויסרוף פֿון 2008, דהײַנו:

מיר זענען קינדער פֿונעם זעלבן ייִדישן פֿאָלק און מיר זענען געקומען צוריק קיין טשערנאָוויץ, וווּ אייניקע פֿון אונדזערע חשובֿסטע פֿאָרגייערס זענען אין 1908 אויפֿגעשטאַנען צו פֿאַרטיידיקן און צו דערהייבן ייִדיש. מיר זאָגן זיך אָפּ מפֿקיר צו זײַן אַ לשון וואָס איז מיט אונדז מיטגעגאַנגען, אונדז געטרייסט, מיטגעליטן מיט אונדז אונדזערע אָפֿטע ליידן, אונדז דערפֿרייט בעת אונדזערע זעלטענע פֿריידן, אונדז מחנך געווען און אונדז דערהויבן אין משך פֿון הונדערטער יאָרן.

מיר באַשטעטיקן אָט די גוואַלדיקע דערגרייכן פֿון ייִדיש, אָן קיין שום שמץ פֿון נעגאַציע לגבי עבֿרית, לאַדינאָ, ציוניזם, וועלטלעכקייט, ייִדישקייט אָדער וואָסער עס איז ניט אַנדער אינטימען, שעפֿערישן און אויטענטישן ייִדישן יש און איבערצײַגונג. מיר זענען אויך ניט דווקא אַלע קיין ייִדישיסטן, פֿונעם מין וואָס זענען רק און בלויז איבערגעגעבן צו ייִדיש און נאָר צו ייִדיש. פֿאַרקערט, מיר זענען פֿון די פֿאַרשיידענע ייִדישע איבערצײַגונגען, "וואָס מיר זײַנען, זײַנען מיר, אָבער ייִדיש רעדן מיר" — און ייִדיש איז אונדזערס אַ בשותּפֿותדיק־אייגנס און אַ חשובֿער טייל פֿון אונדזער פֿאַראַנקערטקייט אין אַ חלק פֿון אונדזער אידענטיטעט, אין אונדזער עבֿר, און אין אַ חלק פֿון אונדזער עתיד, צו וועלכן מיר טראָגן אַן אַחריות און צו וועלכן מיר זענען זיך מתחייבֿ. פֿאַרוואָס?

כּדי צו פֿאַרזיכערן אַ בכּבֿודיק אָרט פֿאַר ייִדיש אינעם לעבן פֿון אונדזערע קינדער און אינעם לעבן פֿון אונדזער פֿאָלק. זאָלן אַלע וואָס וועלן זיכער קומען נאָך אונדז אַהער, קיין טשערנאָוויץ, צום 120סטן יובֿל פֿון דער קאָנפֿערענץ וואָס וועט פֿאָרקומען אין 2028, דאָס הייסט, בלויז אין אַ קנאַפּן דור אַרום, אונדז ניט נאָר דערמאָנען צום גוטן, נאָר אונדז מישפּטן בקוו־זכות, אַז מיר האָבן געטאָן אונדזער חובֿ בײַ אָט דער זעלטן־היסטאָרישער געלעגנהייט, דהײַנו, מיר האָבן זיך געקלאַמערט אינעם פֿאַרהייליקטן ייִדישן דרך פֿון קעמפֿן קעגן עצבֿות און ייִאוש, דרוך באַנײַען אונדזער צוזאָג, כּסדר צו שטאַרקן ייִדיש, פּונקט אַזוי ווי מיר טוען עס מיט אַלץ וואָס איז אונדז ליב און טײַער. מיר לעבן מיט דער פֿעסטער איבערצײַגונג, אַז אונדזערע יורשים וועלן אויך פּונקט אויף

אָט דעם דרך מיט אונדז מיטגיין.

מיר זענען אין גאַנצן מסכּים מיטן גרויסן דערציילער יצחק באַשעוויס־זינגער, אַז "די וועלט האָט נאָך פֿון ייִדיש ווײַט־ווײַט ניט געהערט דאָס לעצטע וואָרט!" עס קען גאָר קיין מאָל אַזא "לעצט וואָרט" ניט געהערט ווערן, כּל־זמן די ייִדישע גרויסקייט און עקשנות וועלן איבערלאָזן בלוטע צייכנס אויפֿן ווײַטערדיקן גאַנג פֿון אונדזער לעבן און פֿון אונדזער באַליבט לשון.
דאָס אייביקע פֿאָלק האָט דורך ייִדיש צובאַקומען אַ פֿריש הייליק לשון! און אָט דאָס איז אונדזער שבֿועה פֿון טשערנאָוויץ, 2008!

מיר שווערן! מיר שווערן! מיר שווערן! ניט צו פֿאַרלאָזן, נאָר אייביק, צו שטאַרקן, שטיצן און דערהייבן אונדזער באַליבט ייִדיש!
דאָס איז ניט נאָר אַ פֿרומער וווּנטש, נאָר אַ שבֿועה:

אַזאַ יאָר אויף מיר! אַזאַ יאָר אויף אײַך! אַזאַ יאָר אויף אונדז אַלעמען!

יום שני, אוגוסט 18, 2008

אַ פֿריילעכן יובֿל פֿון טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ!

צום באַדויערן וועל איך פֿאַרפֿעלן די רײַכע פּראָגראַם, נאָר כאַפּט אַ קוק.

מאַמע־לשון איז עד־היום אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך בײַ ייִדן...!

יום רביעי, מרץ 12, 2008

הקב"ה שעפּט נחת פֿון גאַבי ווײַנרײַך - און יוסף יעקבסאָן

דער רעדאַקטאָר פֿון אַלגעמיינער זשורנאַל האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַן עפֿנטלעכן בריוו צו גאַבי ווײַנרײַך, געבעטן ער זאָל ווידער איבערקערן דאָס רענדל, דאָס מאָל אויף דער ריכטיקער זײַט. ענטפֿערט ווײַנרײַך איצט:

צוליב דעם וואָס אייער אַרטיקל איז געווען אַזוי אויסערגעוויינלעך איידל, וועל איך אייך פּרואוון ענטפערן פּונקט אַזוי אויפריכטיק. יאָ, איך בין אַ קריסט, און דערצו אַן עפּיסקאָפּאַלישער גלח. ניט נאָר פאַרלייקן איך עס ניט, איך האָב אַפילו פאַרעפנטלעכט אַ בוך (איר דערמאָנט עס אין אייער אַרטיקל: “קאָנפעשאָנס אָוו אַ דזשואיש פּריסט”) וואָס איז ניט נאָר אַן אויטאָביאָגראַפיע נאָר א פּרואוו צו דערקלערן מיין לעבן און מיין אמונה פאַר אַ פאַראינטערעסירטן לייענער. אָבער קיין מיסיאָנער בין איך בפירוש ניט. מיין וועג איז אַ שווערער, פּונקט ווי אַיעדער אידנס וועג איז אַ שווערער; אָבער לפי דעתי בין איך אַ דינער פונעם זעלביקן איינציקן אמתן באשעפער וואָס איר, און איך גלויב באמונה שלמה אז הקב”ה שעפּט פּונקט אַזויפיל נחת פון אונדז ביידן.


יום שלישי, ספטמבר 18, 2007

ראָש-השנה-בקיצורס

כ'האָב הײַיאָר געהאַט דאָס געפֿיל אַז אַלץ וועט זײַן גוט. דאָס איז עפּעס ווייניקער ווי בטחון נאָר מע מאַכט שוין אַ פּעולה.

*

צוויי מנינים אין אונדזער שול: פֿון אויבן, דער גרויסער זאַל (וואָס מע וואָלט אפֿשר גערופֿן אין דער אַלטער היים "די קאַלטע שול"), מיט דער חזנטע, דעם כאָר, דעם שול-רבֿ, די פֿאַרוואַלטערס מיט זייערע "פּאָר ווערטער". דעם ערשטן טאָג האָב איך געדאַוונט דאָרט און געווען צופֿרידן מיטן דאַוונען. די חזנטע האָט אַ קול-נגינה נאָר דרייט זיך אַרויס פֿון זיך-פֿאַרגינערישן חזנות. זי באַרימט זיך ניט מיט איר קול. דאַכט זיך, אַז זי דאַוונט -- ווי אַ ייִד דאַוונט, לא-על-מנת-לקבל-אַפּלאָדיסמענטן -- און קהל איז פֿאַרבעטן מיטצודאַוונען.

דעם צווייטן טאָג האָב איך געדאַוונט אונטן, אין דעם אַזוי גערופֿענעם "קאָמיוניטי-מנין", בראָש מיט אַ רבֿה (אַ פֿרוי אַ רבֿ) וואָס איז פֿריִער געווען אַ געהילף-רבֿ בײַם שול און לערנט איצט בײַ אַ שעכטער-שול
אָפּטאַון. זי האָט געהאַלטן אַ פֿרײַנדלעכע און צוגענגלעכע דרשה וועגן דעם באַגריף "שבת". נאָר ניט על-פּי-הלכה, נאָר שבת פֿאַרן פּראָסטן ייִד, וואָס ווייסט ניט - און גלייבט מסתּמא ניט -- אין אַזעלכע זאַכן.
געגאַנגען איז די רייד, צוו"א, וועגן דעם איצטיקן געזעץ-פּראָיעקט אין כּנסת וואָס וואָלט רעוואָלוציאָניזירט די איצטיקע ישׂראלדיקע פֿרום-כּנגד-פֿרײַ קאָנצעפּטן פֿון שבת. דער געדאַנק איז אַזאַ: זונטיק וועט מען מאַכן פֿאַרן (צווייטן) רו-טאָג. שבת וועלן זײַן אָפֿן געוויסע אַנשטלטן און געשעפֿטן וואָס קענען זינען "שבתדיקע" (קריא: ניט-מיסחרדיקע) צילן, דהײַנו עפֿנטלעכער טראַנספּאָרט, קינאָען, רעסטאָראַנען, וכ'. דאָס איז לפֿי-עניות-דעתּי אַ געלונגענע פּשרה.

*

שבת-שובֿה בײַטאָג האָב איך ווונדערלעך פֿאַרבראַכט מיט יונתן באָיאַרין, און בשעת-מעשׂה געבלעטערט זײַנס אַ באַנד "פּוילישע ייִדן אין פּאַריז." דאָרט (אָנגעשריבן אין יאָר 1982) האָט ער צוו"א אויסגעדריקט דעם זאָרג, אַז די יונגע ייִדישיסטן אין פּאַריז (געמיינט אין חסידים פֿון אַזוי-גערופֿענע "געפֿי"ל" אָרגאַניזאַציע, בראָש מיט יצחק ניבאָרסקי, וועלן ניט מצליח זײַן באשר עס פֿעלן עלטערע ייִדן, וואָס רעדן ייִדיש פֿון דער היים, וואָס זאָלן זיך אינטערעסירן מיט זיי. נאָר דווקא די פֿראַנצייזישע ייִדישיסטן זײַנען גלענציק דערפֿאָלגרײַך (געמיינט אינסטיטוציאָנעל) בשעת מיר ניו-יאָרקער, געבענטשט מיט אַ סך אַרומיקע ייִדן וואָס רעדן ייִדיש פֿון דער היים, זײַנען נאָך אין מידבר שוין מער ווי פֿערציק יאָר. צי האָט עס צו טאָן מיט די חיסרונות פֿון יוגנטרוף צי מיט דעם, וואָס יוגנטרוף האָט זיך געשטעלט צו הויכע צילן אין דער היפּער-קאָנקורירערישן ייִדישער גאַס?