‏הצגת רשומות עם תוויות ייִדיש. הצג את כל הרשומות
‏הצגת רשומות עם תוויות ייִדיש. הצג את כל הרשומות

יום רביעי, נובמבר 17, 2010

גוט געזאָגט, שלום אַש

פֿאַרשטייט זיך, אַז ייִדיש איז מײַן שפּראַך. איך ווייס ניט, צי עס איז מיר נאָענט אָדער ווײַט, צי האָב איך עס ליב אָדער פֿײַנט — איך דענק ייִדיש, איך רעד ייִדיש, איך שרײַב ייִדיש; ווײַל אַלע מײַנע געדאַנקען און בילדער, אַלץ וואָס איך טראַכט און זע, טראַכט איך און זע דורך ייִדישע ווערטער. ווען איך גיי אויף דער גאַס און הער וועמען רעדן ייִדיש, ווייס איך, אַז איך האָב אין דער גאַס אַ ברידערלעכן מיטמענטש. אָבער דאָס הייסט ניט, אַז איך בין אַ פּאַטריאָט פֿון ייִדיש. איך בין, וואַרשײַנדלעך, אַ פּאַטריאָט פֿון מענטשן, וואָס דורך זײַן לשון גיט ער זיך מיר צו דערקענען, אַז מיר געהערן צו איין גורל. אָבער דאָס הייסט בשום-אופֿן ניט, אַז נאָר די מענטשן, וואָס רעדן ייִדיש, זײַנען מיר אַזוי נאָענט. אָפֿט מאָל איז מיר פֿיל נעענטער אַ מענטש, וואָס רעדט ענגליש, דײַטש, פּויליש, רוסיש אָדער העברעיִש, וואָס איך פֿאַרשטיי מער אָדער ווייניקער, און איך פֿיל זיך מיט אים פֿיל ברידערלעכער, ווי צו מאַנכע, וואָס רעדן ייִדיש.
 פֿון אַן אַרטיקל אַשעס אין פֿאָרװערטס די װאָך פֿאָרגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך.

יום שני, פברואר 16, 2009

"די איינציקע קולטור־פֿאַרבינדונג צווישן דער מדינה און די תּפֿוצות איז אַ רעליגיעזער פֿאָרמאַליזם"

די ווערטער צאַנינס פֿון אַן עסיי איבערגעדרוקט אין פֿאָרווערטס, וועגן דער באַציִונג צווישן ישׂראל און די תּפֿוצות, זײַנען נאָך גאַנץ אַקטועל:
אַוודאי איז די אויסווירקונג פֿון מדינת־ישׂראל אויף דער ייִדישער וועלט אַ קאָלאָסאַלע, אָבער די אויסווירקונג איז נאָר פֿון עמאָציאָנעלן כאַראַקטער. מדינת־ישׂראל גיט די ייִדן אין דער וועלט אַ נאַציאָנאַל אונטערבעטעכץ, זיי זאָלן זיך פֿילן נאָרמאַל, ווי עס פֿילן זיך אַנדערע מינדערהייטן אין די לענדער, הגם זיי זענען ווײַטער: דזשו, כודיִאָ, זשוּיִף. פֿאַר דעם דאָזיקן גוטן געפֿיל רעקאָפּענסירן די ייִדן אין דער וועלט דער מדינה מיט פֿינאַנציעלער און פּאָליטישער שטיצע. קיין דירעקטע קולטור־געמיינשאַפֿט מיט ישׂראל האָבן זיי נישט. זיי קענען נישט לייענען און לייענען נישט די העברעיִשע פּרעסע (אויב עס קומען אָן העברעיִשע צײַטונגען אין די ייִשובֿים זענען זיי פֿאַר די "יורדים" פֿון ישׂראל); די העברעיִשע ליטעראַטור לייענען זיי נישט און קענען זי נישט, העברעיִש טעאַטער קומט נישט צו זיי און די פֿײַערלעכקייטן פֿון דער מדינה ווערן אין די ייִדישע ייִשובֿים געפֿירט נישט אין ייִדיש, נישט אין העברעיִש, נאָר אין דער לאַנדשפּראַך. די איינציקע קולטור־פֿאַרבינדונג צווישן דער מדינה און די תּפֿוצות איז אַ רעליגיעזער פֿאָרמאַליזם, געפֿלעגט פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום. ווי אַ המשך פֿון דער "תודעה יהודית" — אין ישׂראל. די אַקטיווע רעליגיעזע טעטיקייט און חינוך אין די תּפֿוצות ווערט דאָמינירט דורך דער חב״ד־באַוועגונג, וואָס איר צענטער איז אין ברוקלין.

יום שישי, דצמבר 12, 2008

יוגנט.נעט

יוגנטרוף דערהײַנטיקט זיך אויפֿן עולם-הוועב.

יום שני, מאי 19, 2008

ניט אין דיקדוק נאָר אין סיגנון גייט עס

ס'איז אַלע מאָל גוט צו האָבן אַזוינע ווי קטלא קניא אויף מײַן זײַט. (מי ל-ווערטערביכער אלי!) נאָר אַפֿילו מיט מײַן רעספּעקטירטן קאָלעגע וועל איך זיך פֿונאַנדערגיין. ווי אַ סך מענטשן פֿאַרמישט ער די יוצרות. גראַמאַטיק איז דער אינערלעכער סטרוקטור פֿון אַ לשון. יעדער שפּראַך האָט אַ גראַמאַטיק אַזוי ווי יעדער קערפּער האָט ביינער - צו גיין און שטיין אָן דעם איז אוממעגלעך. אײַ, מע זאָגט אַז חסידים "רעדן אָן גראַמאַטיק" אָדער "מיט אַ פֿאַרגרײַזטן גראַמאַטיק"? דאָס איז פּשוט שטות פֿון אַ לינגוויסטישן שטאַנדפּונקט. וואָס מע וויל זאָגן דערמיט איז אפֿשר "די חסידים ניצן ניט די זעלבע כּללים פֿון דער ליטעראַרישער שפּראַך וואָס זײַנען אָנגענומען פֿון וועלטלעכע ליטעראַטן." דאָס איז אָבער ווײַט ניט די זעלבע זאַך פֿון גראַמאַטיק - ס'איז פּשוט וואָס די לערערס רופֿן גראַמאַטיק.

בקיצור: יעדער וואָס רעדט ייִדיש רעדט מיט אַ גראַמאַטיק.

סטיל איז עפּעס אַנדערש. ווי איך פֿאַרשטיי איז סטיל אויך שייך בײַ דער גערעדטער שפּראַך, נאָר מע פֿאַררופֿט זיך מער אויף דעם מער ווען עס גייט די רייד וועגן דער שרײַב-שפּראַך. סטיל איז נוסח, סיגנון, ווי אַזוי מע שרײַבט, מיט וועלכע ווערטער און אין וועלכן סדר. יעדער האָט במילא אַ גראַמאַטיק, נאָר שרײַבן קען מען גראַמאַטיש אָן אַ לעק סטיל.

ווען מע קוקט אַרײַן אין אַ ווערטערבוך (אויף וואָסער לשון זאָל ניט זײַן) ניט נאָר מע ברייטערט דאָס אייגענע ווערטער-וויסן, נאָר מע לערנט זיך ווי אַזוי אויסצודריקן זיך בעסער. מע שאַפֿט זיך בעסער געצײַג. וואָס "בעסער" הייסט . . . דאָס איז שוין אַ פֿראַגע וואָס מע קען אַרומרעדן שעהען לאַנג.

יום ראשון, מרץ 23, 2008

פֿאָק

דער בלאָג לענגועדדזש-העט (וואָס כ'לייען ממש יומם-ולילה) האָט לעצטנס איבערגעגעבן די בשׂורה-טובֿה אַז דאָס אָקספֿאָרדער ענגליש-ווערטערבוך האָט דערהײַנטיקט די עטימאָלאָגיע פֿאַרן באַרימטן "עף-וואָרט." שטעלט זיך די פֿראַגע: ווי זאָגט מען פֿאָק אויף מאַמע-לשון?

ראשית-חכמה דאַרף מען אַוודאי מאַכן פּינקטלעכער. וואָס מיינט עס טאַקע צו זאָגן "ווי זאָגט מען [אַ געוויס וואָרט]"? מע קען זוכן דאָס וואָרט וואָס דינט די זעלבע פֿונקציעס (נוצן) אויף דער געוווּנטשענער שפּראַך. פֿאַרן דאָזיקן וואָרט איז דאָס אָבער ניט גרינג, ווײַל (ווי ענגליש-רעדערס ווייסן) איז פֿאָק נוצלעך, און ווערט באַניצט, אין כּפֿל-שמונהדיקע קאָנטעקסטן. וועל איך זיך באַגרענעצן צו דער טעמע: וואָס ניצט מען אויף ייִדיש אין דעם קאָנטעקסט, ווען מע רופֿט אויס "פֿאָק!" אויף ענגליש?

איך רעד דאָ (פֿאַרשטייט זיך) בתּורת פּוק חזי, דאָס הייסט דעסקריפּטיוויסט, ניט נאָרמאַטיוויסט.

אויף העברעיֵש, למשל, איז מער ווייניקער קלאָר (פֿון דעם אָקספֿאָרדער העברעיִש-ענגליש-ווערטערבוך, ווי אויך דורך תּורת-גוגל) אַז דער עקוויוואַלענט איז "כּוס אמק", כאָטש דאָס דינט אַ ביסל אַ ברייטלעכן פֿעלד (דער טײַטש דערפֿון איז ניט . . הם . . . סאַלאָן-פֿעיִק), כאָטש טיילמאָל באַניצט מען זיך טאַקע מיטן אַמעריקאַנישן "פֿאָק". ("שיט" איז אויך ניט אומגעהערט בײַ דובֿרי-עבֿרית, כאָטש דאָס איז שווער צו גוגלען צוליבן פּלאָנטערניש מיט שַיָט, טײַטש "זעגלערײַ". "בולשיט" איז גרינגער צו געפֿינען, ווי די וועלט ווייסט.)

מיר דאַכט זיך, אַז דאָס וואָרט וואָס אַ ייִדיש-רעדער וואָלט אויסגערופֿן אין אַ פּאַסיקן קאָנטעקסט (צום בײַשפּיל, מע גיט אַ זעץ מיטן האַמער אויף דער גראָבער פֿינגער) איז טאַקע - פֿאָק.

נאָר וואָס זשע מיינט איר?

יום שישי, אוקטובר 26, 2007

בימים ההם - בזמן הזה

אויך דעמאָלט:

שיקל פֿישמאַן, אינטערוויויִרט אין די צוקונפֿט, געדענקט וואָס פֿאַר אַ זאַך ס'איז געוווען אויפֿצווואַקסן בײַ ייִדישיסטן אין פֿילאַדעלפֿיע אין די דרײַסיקער:
איך האָב געוווינט מיט די עלטערן אויפֿן צווייטן גאָרן פֿון אַ שפּײַזקראָם, האָב איך זיך אָפֿט אַראָפּגעלאָזן מיט די טרעפּ און באַשטעלן אין קרעמל, וואָס די מאַמע האָט געוואָלט. ווען דער קרעמער האָט געזען, אַז איך קום אַרײַן, פֿלעגט ער באַלד זאָגן די ייִדענעס: "ש-ש-שאַט!" - און פֿרעגן בײַ מיר: "וואָס ווילסטו, ייִנגעלע?" האָב איך אים געזאָגט: "אַ ברויט" -- אויף ייִדיש. האָבן אַלע אין דער קראָם זיך געקוויקט. ס'איז געווען אין די אָנהייב 1930ער און ס'איז שוין דעמאָלט געווען אַ זעלטענע זאַך.

יום שלישי, ספטמבר 18, 2007

ראָש-השנה-בקיצורס

כ'האָב הײַיאָר געהאַט דאָס געפֿיל אַז אַלץ וועט זײַן גוט. דאָס איז עפּעס ווייניקער ווי בטחון נאָר מע מאַכט שוין אַ פּעולה.

*

צוויי מנינים אין אונדזער שול: פֿון אויבן, דער גרויסער זאַל (וואָס מע וואָלט אפֿשר גערופֿן אין דער אַלטער היים "די קאַלטע שול"), מיט דער חזנטע, דעם כאָר, דעם שול-רבֿ, די פֿאַרוואַלטערס מיט זייערע "פּאָר ווערטער". דעם ערשטן טאָג האָב איך געדאַוונט דאָרט און געווען צופֿרידן מיטן דאַוונען. די חזנטע האָט אַ קול-נגינה נאָר דרייט זיך אַרויס פֿון זיך-פֿאַרגינערישן חזנות. זי באַרימט זיך ניט מיט איר קול. דאַכט זיך, אַז זי דאַוונט -- ווי אַ ייִד דאַוונט, לא-על-מנת-לקבל-אַפּלאָדיסמענטן -- און קהל איז פֿאַרבעטן מיטצודאַוונען.

דעם צווייטן טאָג האָב איך געדאַוונט אונטן, אין דעם אַזוי גערופֿענעם "קאָמיוניטי-מנין", בראָש מיט אַ רבֿה (אַ פֿרוי אַ רבֿ) וואָס איז פֿריִער געווען אַ געהילף-רבֿ בײַם שול און לערנט איצט בײַ אַ שעכטער-שול
אָפּטאַון. זי האָט געהאַלטן אַ פֿרײַנדלעכע און צוגענגלעכע דרשה וועגן דעם באַגריף "שבת". נאָר ניט על-פּי-הלכה, נאָר שבת פֿאַרן פּראָסטן ייִד, וואָס ווייסט ניט - און גלייבט מסתּמא ניט -- אין אַזעלכע זאַכן.
געגאַנגען איז די רייד, צוו"א, וועגן דעם איצטיקן געזעץ-פּראָיעקט אין כּנסת וואָס וואָלט רעוואָלוציאָניזירט די איצטיקע ישׂראלדיקע פֿרום-כּנגד-פֿרײַ קאָנצעפּטן פֿון שבת. דער געדאַנק איז אַזאַ: זונטיק וועט מען מאַכן פֿאַרן (צווייטן) רו-טאָג. שבת וועלן זײַן אָפֿן געוויסע אַנשטלטן און געשעפֿטן וואָס קענען זינען "שבתדיקע" (קריא: ניט-מיסחרדיקע) צילן, דהײַנו עפֿנטלעכער טראַנספּאָרט, קינאָען, רעסטאָראַנען, וכ'. דאָס איז לפֿי-עניות-דעתּי אַ געלונגענע פּשרה.

*

שבת-שובֿה בײַטאָג האָב איך ווונדערלעך פֿאַרבראַכט מיט יונתן באָיאַרין, און בשעת-מעשׂה געבלעטערט זײַנס אַ באַנד "פּוילישע ייִדן אין פּאַריז." דאָרט (אָנגעשריבן אין יאָר 1982) האָט ער צוו"א אויסגעדריקט דעם זאָרג, אַז די יונגע ייִדישיסטן אין פּאַריז (געמיינט אין חסידים פֿון אַזוי-גערופֿענע "געפֿי"ל" אָרגאַניזאַציע, בראָש מיט יצחק ניבאָרסקי, וועלן ניט מצליח זײַן באשר עס פֿעלן עלטערע ייִדן, וואָס רעדן ייִדיש פֿון דער היים, וואָס זאָלן זיך אינטערעסירן מיט זיי. נאָר דווקא די פֿראַנצייזישע ייִדישיסטן זײַנען גלענציק דערפֿאָלגרײַך (געמיינט אינסטיטוציאָנעל) בשעת מיר ניו-יאָרקער, געבענטשט מיט אַ סך אַרומיקע ייִדן וואָס רעדן ייִדיש פֿון דער היים, זײַנען נאָך אין מידבר שוין מער ווי פֿערציק יאָר. צי האָט עס צו טאָן מיט די חיסרונות פֿון יוגנטרוף צי מיט דעם, וואָס יוגנטרוף האָט זיך געשטעלט צו הויכע צילן אין דער היפּער-קאָנקורירערישן ייִדישער גאַס?

יום חמישי, אוגוסט 02, 2007

דערקענען פֿאַרצײַטישע פּנימער

אַן אָפּשאַצונג אין הײַנטיקן פֿאָרווערטס (אָן-לײַן) פֿון דעם באַנד.

פֿון אָנהייב דאַרף איך מודה-ומתוודה זײַן, אַז קיין עקספּערט אין דער ייִדישער ליאטעראַטור בין איך אַוודאי ניט, און וועגן דער אַלטער ליטעראַטור (קל-וחומר די גאָר אַלטע טעקסטן וואָס ווערן פֿאָרגעשטעלט אין דעם באַנד) בין איך אַ גאָלער עם-הארץ. וועל איך שרײַבן וועגן דעם אימפּאָזאַנטן בוך ניט ווי אַ קריטיקער אָדער אַ פּוסק מיט שטרענגע קריטעריעס און צוגעשליפֿענעם חלף, נאָר ווי אַ בחור וואָס האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ פֿרוי וואָס ער האָט ביז אַהער קיין מאָל ניט געזען מיט איר גאַנצער פּראַכט: די ייִדישער ליטעראַטר.

ווײַל איך האַב אַנגעהויבן לייענען דעם באַנד (אָדער, בעסער געזאָגט, שווימען ממש דערינען, ס'איז ניט קיין מאָגער ראָמאַן וואָס מע קען איבערלייענען אין ווייניקער פֿון הונדערט צוואַנציק יאָר) ניט מיטן צוגאַנג פֿונעם מחברס פּריאַיעקטירטן עולם, עקספּערטן אין די פֿעלדער פֿון ייִדישע לימודים: לינגוויסטיק, ליטעראַור, געשיכטע, אד"גל. איך האָב גיכער געוואָלט זען צי איך קען דערקענען עפּעס אַ פֿאָרבינדונג מיט ווײַטע מוחות און הערצער, מיט פֿאַרצײַטישע ייִדן פֿאָרגעשטעלט מיט פֿאַרצײַטישע טעקסטן. ווײַל -- אויב זייערע טעקסטן, ווי וואָכעדיק און ניט-עסטעטיש זייי זאָלן ניט האָבן געווען, וואַרפֿן איבער אַ בריק איבער די פֿאַרלאָפֿענע יאָרטויזנטער, איז דאָס (לויט מײַן אָרעמער מיינונג) אַ הצלחהדיקע ליעראַטור.

דאָס הייסט אַז כדי צו זײַן אַ מבין דאַרף מען פֿאַרברייטערן די אָנגענומענע דעפֿיניציע פֿון וואָס ס'הייסט ליטעראַטור. די ליטעראַטר כאַפּט אַרום ווײַט מערער ווי דאָס, וואָס מע קויפֿט אין אַ ביכערקראָם אָדער ווערט פּרעמירט פֿון די-וואָס-ווייסן. עס דאַרף דערגיין אַפֿילו צו די פּיצימאָניקסטע זכרס פֿון טאָג טעגלעכן לעבן, אײַנגעקריצט מיט ווערטער אויף די ווענט פֿון דער אײַזנבאַן פֿון אונדזער געשיכטע. אַ סוחר דערמאָנט אַ קונה אַז דעם פֿיש האָט ער ניט געשיקט בחינם, און ער וואַרט אויף אַן ענטפֿער: דאָס איז ליטעראַטור. אַ צעטל נעמען אויף אַ שיימע: ליטעראַטור.

דאָס איז צו זאָגן, ראשית-כל, אַז כאָטש די דאָזיקע טעקסטן זײַנען אַנדערש, פֿרעמד, און אַפילו (אין פֿיל פֿאַלן) מאָדנע, זײַנען זיי צו דערקענען. צי מיר קענען זיי אָפּשאַצן מיט אַ קריטישן קוק איז אַ גרויסער ספֿק (ווער קען וואַגן זיך צו זאָגן, אַז איינער אַ שרײַבער פֿוּן 12טן י"ה איז בעסער פֿון אַ צווייטן?). נאָר ניט אין דעם גייט עס הײַנט. מיר ווילן אַ איבערפֿירן די אויגן איבערן עולם, צי מיר דערזעען עפּעס אַ באַקאַנט פּנים אַפֿילו פֿון ווײַטן אַמאָל.

איז: וואָס לייענט זיך דאָ? ווי געזאָגט: אַלץ. מעדיצן, מעשיות, ליבע-געשיכטעס און תרגומים. האָסטו געוווסט, אַז אין דער זאַמלונג פֿון דער מעטראָפּאָלטאַנער קונסטמוזיי (אין ניו-יאָרק) געפֿינט זיך אַ בויגן פֿון מיטלעלטער - פּינקלעכער געזאָגט, פֿון יאָר 1460 פֿון דער קריסטלעכער צײַט-רעכענונג - מיט אַ ייִדישן אויפֿשריפֿט? דער בויגן האָט דאַכט זיך געהערט אולריך דעם פֿילגעליבטן הירש פֿון ווירטענבערג, און פֿיל ווערטלעך אויף פֿאַרשיידענע לשונות האָט ער געלאָזט אײַנגעקריצט ווערן אין זײַן כלי-זיין. צווישן אַנדערע די קומעדיקע צפֿנת-פּנעחדיקע ווערטער : :

האב גות ליעב הוב הערצע

שטעלט זיך די פֿראַגע: מע זאָגט אַז דאָס איז דער עלטער-עלטער-זיידע פֿון מאַמע-לשון? טערקיש איז דאָס! און דאָס איז איין רעזולטאַט פֿונעם רעדאַקטאָרס באַשלוס אויפֿצוהיטן דעם גענויעם אויסלייג מיטן וועלכן די עלטערע טעקסטן זײַנען פֿאַרשריבן געוואָרן. די שפּראַך קוקט אויס משונה-מאָדנע און אין פֿיל פֿאַלן - מיט אַ סך מעגלעכע טײַטשן. וואָס למשל מיינט דער אויבנדיקער אויפֿשריפֿ? איז דאָס "האָב גאָט ליב, האָב האַרץ"? אָדער גאָר "האָב גוט ליב, האַב האַרץ"?

אַפֿילו כדי אונטערצושיידן צווישן די מעגלעכע טײַטשן פֿון די מסטעריעזע ווערטער דאַרף מען מאַכן געוויסע אָננעמענישן אין פֿאָרויס. און דאָס איז די יסודותדיקע שוועריקייט וואָס שווימט אויף בײַם לייענען די דאָזיקע פֿאַרצײַטישע טעקסטן: דער תהום איז אַזוי גרויס, אַז כדי אַריבערצווואַרפֿן אַ בריק דאַרף מען שוין האָבן אַ ריכטונג אין זינען. מע דאַרף האָבן אַ פּנייה.

טייל טעקסטן אין דער זאַמלונג זײַנען אפֿשר מער פּשוט, צום ווייניקסטנס אין פֿלוג:

וואו זאל איך הין וואו זאל איך הער
וואו זאל איך/מיכש הין קירן:
איך בינש איין צינט
מיין הערץ/דאש ברענט.
איך קוינש ניט פרילך ווערן: /
דא שפֿט דיא הערץ אליר ליבשט מיין/
דיא איך האב אויף דיזר ערדן

ס'איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ ליבע-ליד, פֿון אַ מילאַנער כתב-יד פֿון פּירוש רשי וואָס דאַטירט פֿון 14טן י"ה. מע לייענט דאָס, און די אַלע תהומען וואָס האָבן זיך פֿאָרגעשטעלט אויבן ווערן פֿאַרשווונדן אין אַ כהרף-עין. דאָס האַרץ בלײַבט דאָס האַרץ, אין צײַט פֿון טעראָריזם אָדער פֿון קרײַצציגלער.

ווי דער רעצענזענט פֿיל איל זיך מחויב אונטערצוציִען אַ סך-הכל אונטער די צונויפֿגעזאַמלטע, פֿיל-זײַטיקע, טויזנט-קעפּיקע, אויסטערליש-יענוועלטישע טעקסטן אין דעם באַנד. נאָר אין תוך גענומען איז דאָס ווײַט פֿון יושרדיק. דאָס איז דאָך אַן אַנטאָלאָגיע, און ווי דער רעדאַקטאָר גיט אַליין צו וויסן אין זײַן הקדמה, איז ער אויסן אַ ברייטער רעפּרעזענטאַציע פֿון אַלץ וואָס מע האָט געשריבן אין יענע צײַטן. איך קען פּשוט זאָגן אַז כ'בין פּריטשמעליעט פֿון דער גאַנצער גאַמע, וויל אַ וועלט (אַ וועלט פֿון אַן אַנדער צײַט) האָט זיך מיר אויפֿגעעפֿנט פֿאַר די אויגן. אפֿשר וועל איך גאָר חלשן, און דאַרפֿן פֿאַר אַ רפֿואה אָנקומען צו אַ רעצעפּט פֿון 15טן-16טן י"ה:

ווער איין וורם אים וינגר היט אודער ווא ער אין הוט מאן זול נעמן הוניק אונ' אורפימינט אונ' מיש עש מיט איין אנדער אונ' ליג עש דרופא

גרייט צו נעמען דעם פֿאָרמל צום אַפּטייקער, כ'דאַרף נאָר פֿאַרשטיין דעם טײַטש. קען מען אַרויסקוקן אויפֿן צווייטן פֿלאַנירטן באַנד פֿרייקסעס, וואָס וועט אַרײַננעמען אָפּטײַטשן פֿון ווערטער. ביז דעמאָלט וועל איך ווײַטער זוכן באַקאַנטע פֿאַרצײַטישע פּנימער.