יום שני, יולי 27, 2009

געזונט-רעפֿאָרם, מעדיצינישע גרײַזן און דערװאַרטונגען

די אױסטראַלישע צײַטונגען האָבן לעצטנס איבערגעגעבן אַ באַריכט װעגן אַ קומעדיקן רעגירונג-רעפּאָרט, װאָס זאָגט אַז די מלוכישע געזונט-סיסטעם איז אַ קרבן פֿון אַרױסגעװאָרפֿענע געלט, אומעפֿעקטיװקײטן, און מעדיצינישע גרײַזן װאָס זײַנען אַמאָל פֿאַטאַל צו פּאַציִענטן.

געזונט-רעפֿאָרם, גרײַזן און דערװאַרטונגען אינטערעסאַנט איז, װאָס דאָס זײַנען פּונקט די זעלבע חסרונות פֿון װעלכע עס לײַדט די אַמעריקאַנער סיסטעם. װאָס לאָזט דאָס אונדז הערן? נישט װאָס די אוניװערסאַלע געזונט-פֿאַרזיכערונג (דער ציל פֿון איצטיקן אַמעריקאַנער געזונט-רעפֿאָרם) טױג נישט (אײַ, אַפֿילו אַ סיסטעם װי אױסטראַליעס איז נישט פֿרײַ פֿון גרײַזן?), נאָר װאָס מיר קענען נישט ריכטן זיך אַז די אוניװערסאַלע פֿאַרזיקעהרונג װעט תּיכּף לײזן אַלע פּראָבלעמען.

יום ראשון, יולי 19, 2009

שבתים אין מעלבורן

דעם ערשטן שבת האָבן מיר פֿאַרבראַכט בײַ אונדזערע פֿרײַנד דודי רינגעלבלום און רותּי באָלטמאַן, אַזאַ מין פּאָרפֿאָלק װוּ אײנער (דער מאַנצביל) איז על-פּי אידעאָלאָגיע אַ װעלטלעכער, אַ בונדיסט, און דערפֿאַר (אָדער כאָטש: װעדליק איר פֿאַרשטײט) איז די שטוב אַדורכגעדרונגען מיט אַזאַ װאַרעמער ייִדישקײט און הכנסת-אורחים. געדאַװנט האָבן מיר בײַ אַ מאָדערן-אָרטאָדאָקסישער שול אין דער איסט קאָלפֿילד געגנט װוּ אונדזערע חבֿרים װױנען. באמת אַ גענערישער פּלאַץ, כאָטש אַ פֿרײַנדלעכער און דער קינדערצימער האָט מײַן טעכטערל פֿאַרװײַלט.

דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת האָבן מיר געהאַט מער אַ געזינטערן שפּאַציר צו אַ רעפֿאָרם-שול אױף אַלמאַ סטריט, דװקא אינעם עירובֿ. טשיקאַװעסן פֿון דעם איבערלעבעניש: דער אָרגל (מע װײסט דאָך אַז אַמאָל האָט יעדער מאָדערנע שול, איבער דער גאַנצער גאַמע, זיך באַרימט מיטן אָרגל!), דאָס פֿירלײנען די הפֿטרה אױף ענגליש, און דאָס, װאָס דער ייִד אין די פֿערציקער װאָס איז בײַ מיר געזעסן האָט געזאָגט די תּפֿילות דװקא מיט אַן אַשכּנזישער הבֿרה!

יום ראשון, יולי 05, 2009

טורן פֿון היסטאָרישע ייִדישע שטעט

א: ניו־יאָרק

דאָס איז די שטאָט וווּ גלאָריע און פּראַכט טרעפֿן מיט פֿאַרשײַטקייטש און פּריצות, און קיין צד האָט ניט געוווּנען, נײַערט ביידע קאָמבינירן זיך אין אַ כּלאַיִם. יעדע זאַך אין דער שטאָט איז אַ געמישעכץ, אַ תּערובֿת פֿון באַשטאַנדטיילן וואָס פּאַסן זיך ניט. אפֿשר ניט אָסור לגמרי נאָר פּשוט ניט קיין גוטער געדאַנק. יעדער שיכט שטאָט כאַפּט אַרום אָנצאָליקע מיקראָסקאָפּישע סובשיכטן, יעדער בנין איז אָנגעפּיקעוועט מיט צעלן, יעדער אומגליק פֿאַרוויקלט קליינע גליקן.

לאָמיר אָפּכאַפּן דעם אָטעם, זיך אומקוקן. ווער זשע וווינט דאָ? פֿעלקער וואָס האַלטן אין ניט ווערן, פֿעלקער וואָס שיפֿלן זיך אַהער פֿון ווײַטע צעקריגטע, צעשאָכטענע לענדער און ווערן דאָ עפּעס אַנדערש, כינעזיש עסן וואָס איז ניט צו דערקענען פֿון די טעם־וואָצלען פֿון אַ ביידזשינגער, רוסישע ייִדן וואָס אַנטלויפֿן צו רוסיציזם אָנשטאָט זיך צו ספּראַווען מיט אַ געפֿערלעך ברייטער דעפֿיניציע ייִדישקייט.

איך בין דײַן וועגווײַזער, זיסקייט, און תּמעוואַטע פֿרעגסט וועגן די ייִדן. לאָמיר שוין לאָזן די ייִדן אין אַ זײַט, אָקיי, איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל? די גאַנצע שטאָט איז אַדורכגעדרונגען מיט ייִדישקייט אַז מע דאַרף ניט אָנקומען צו די ייִדן. מע קען זיך אַן עצה געבן מיט די גויים, זאָלן זיי לעבן און געזונט זײַן.

ס'איז אָבער שווער צו רעדן וועגן די גויים גרופּעסווײַז, ווײַל מע וויל חלילה קיינעם ניט באַליידיקן, ס'איז שוין אײַנגעקריצט שוין כּמה יאָרן אין דער אַמעריקאַנער פּסיכיע אַז פֿאַראַלגעמיינערונגען וועגן פֿעלקער אָדער ראַסן קען דערפֿירן צו ראַסיזם.

קען איך נאָר רעדן וועגן יחידים אין מײַן שטאָט פֿון מיליאָנען:

טעאָדאָראָ ק. טראָגט זיך אַרום טאָג־אײַן טאָג־אויס מיט דאגות און פּחדים. ער איז אַ קובאַנער פֿאַרוואָגלט אין דער קאַפּיטאַליסטישער מעטראָפּאָליע. זײַן טאָכטער פֿון 19 יאָר איז אַרויסגעפֿאַלן פֿון שול, זײַן זון סטראַשעט אים מיט אַ ביקס. און אַליין האָט ער מער ניט קיין שטעלע, די דרוקערײַ וווּ ער האָט געאַרבעט איז מער ניטאָ. ער זיצט גאַנצע טעג אין דײַנערס אין רעסטאָראַנען און לייענט די צײַטונגען. ער זוכט געלעגנהייטן אין די קלאַסיפֿײַדס כאָטש זעלטן ווער קויפֿט הײַנט דאָרט אַן עד.

שיינע וו. זוכט אַ מאַן פֿון לאַנג און וויל יעדן געבן צו וויסן, אַז זי דאַרף ניט האָבן קיין מאַן. דאָס איז אמת און ניט אמת. ווען זי זאָל בלײַבן אַליין, וואָלט זי געווען גליקלעך, נאָר זי וויל ניט בלײַבן אַליין. האַלבצײַטיק איז זי געפֿערלעך פֿעיִק און פּראָדוקטיוו און האַלבצײַטיק זיצט זי אין איר צימער, גריזשעט די נעגל, און פּרוּווט ניט קלינגען די מאַמע אין קליוולאַנד. שיינע איז 22 יאָר אַלט און וועט אין דרײַ יאָר אַרום ווערן פֿרום.

יו שיאַאָ, 58 יאָר אַלט, איז געקומען צו פֿאָרן מיט דרײַ חדשים צוריק פֿון פֿודזשיאַן־פּראָווינץ אין כינע. זי האָט שוין געטראָפֿן אַן אַרבעט און פֿאַר דעם איז זי דאַנקבאַר. זי פֿאָרט יעדע וואָך דרײַצן שעה מיט א קליינעם באָס צו טענעסי, וווּ זי אַרבעט אין א רעסטאָראַן וווּ דער בעל-הבית איז אַן אייגענער, אַ לאַנדסמאַן. ער שלאָגט ניט און לאָזט אַ מאָל פֿאַלן אַ וואַרעם וואָרט.

ווען דאָס וואָלט געווען אַן אנדער סאָרט מעשׂה וואָלטן אַלע די פּאַרשוינען געטראָפֿן זיך, מחמת איזה סיבה, אין אַ רעגנדיקער נאַכט אויף אַ פֿאַרגענסענעם ראָג, ערגעץ צווישן פּראָספּעקט פּאַרק און בענסאָנהערסט. ס'איז אָבער ניט געשטויגן ניט געפֿלויגן. ס'איז אַ שטאָט אַזאַ, וווּ יעדער ווייסט (אויף אַן אומקלאָרן אופֿן) אַז אַנדערע טיפּן מענטשן דרייען זיך אויף די זעלבע גאַסן, אָטעמען די זעלבע לופֿט, קומען אום פֿון די זעלבע אומגליקן און רצחענען זיך מיט די זעלבע פֿאַרווײַלערישע סמען - נאָר מע קען זיי ניט, מע זעט זיי ניט, מע רעדט מיט זיי ניט, ס'איז פּשוט אַ נסיון צו האַלטן דעם מוח אָפֿן, צו בלײַבן ניט אַליין אַפֿילו מע רעדט מיט קיינעם ניט און מע שלאָפֿט אײַן, נאַכט־אײַן נאַכט־אויס, איינער אַליין צום טאַקט פֿון פֿאַרבײַפֿאָרנדיקע מיסטאויטאָס האַרט לעבן פֿענצטער.

יום רביעי, יולי 01, 2009

...און איך פֿאַרלאָז ניו-יאָרק

...דאָס אַרבעט-זוכעניש איז געווען אַ קאַפּעלע מער אינטערעסאַנט ווי כ'האָב מתכּוון געווען. ניט געקוקט דעראויף האָב איך מיט מזל באַקומען אַ שטעלע אין קליניק פֿון דזשאָנס האָפּקינס אין ק"ק באַלטימאָר. מיר (איך מיט די בני-בית) זײַנען ממש באַגײַסטערט. איך קוק אַרויס זיך צו באַקענען מיט די דאָרטיקע פֿײַנע ייִדן, סײַ "ייִדישע ייִדן" סײַ סתּם.

און ס'וועט זײַן שווער (שווער ווי "דאָס אָפּרײַסן דאָס פֿינגערנאָגל פֿון פֿלייש", ווי דער שרײַבער פֿון על סיד האָט זיך אויסגעדריקט) זיך נעמען אָפּשייד פֿון ניו-יאָרק, די שטאָט וווּ דאָס לעבן איז צעגלידערט און אָפּגעשפּיגלט אין אַלע שאַטירונגען.

איך פֿאָר אין מעלבורן

עס וואָלט געווען אַ פֿאַרגעניגן זיך צו זען מיט חבֿרים און באַקאַנטע איצטיקע און נײַע. לאָז פֿון זיך הערן! איך קום צו פֿאָרן אי"ה דעם 6טן, מאָנטיק.

אַגבֿ דעם 12טן און דעם 26סטן (ביידע זונטיקן) דאַרף איך געבן שמועסן אויף ענגליש און ייִדיש בײַ דער קדימה-געזעלשאַפֿט וועגן די שײַכותן צווישן מעדיצין און ייִדישקייט. קומט און וואַרפֿט פּאָמידאָרן!

יום שלישי, מאי 19, 2009

דע בעל איז בראקען, רינג הארדער

אויף דער טיר האָט מען געהאַט צוגעקלעפּט אַ שילד מיטן אָנגעפּאַטשקעטן אויפֿשריפֿט: דע בעל איז בראָקען. רינג האַרדער.

אַ פּאַראַדאָקס, האָט זיך סעמי געטראַכט. אויב דער גלאָק איז קאַליע, וואָס איז דער שׂכל פֿון בכלל געבן אַ דריק דערויף? און אויב עס האָט יאָ אַ שׂכל צו דריקן שטארקער, ווי זשע קען מען זאָגן אַז דער גלאָק איז קאַליע?

סעמי און מירל לערנען בחברותא...אין א פרעמדן ארט.

יום ראשון, מאי 17, 2009

אַ יאָר שוין אויף דער וועלט

ייִנגעלע, אַ יאָר שוין ביסטו דאָ.
דײַן ווייכינקער גוף, ווי אַ צוקערקע
ליגט מיר אויף די הענט.
דײַן שמייכל שוועבט מיר פֿאַר די אויגן
אַפֿילו דורך די הײַנטיקע טונקעלע טונעלן
וווּ מײַן געמיט פֿאַרברענגט.
איך דערוואַרט נסים פֿון דיר.
דאָס איז אַ ברכה
און איך צי עס ניט צוריק
אויס מורא פֿאַר מליצה.
איך האַלט פֿון מליצה
און דו ווערסט אַ ליד.

יום חמישי, מאי 14, 2009

די פּראָפֿעסיע האָט נאָך נישט באַװיזן צו פֿאַרנעמען אַלע מײַנע חושים

איך בין אַ מיטלמעסיקער דאָקטער, אַ דאָקטער װי אַלע דאָקטױרים, װעלכע פּראַקטיצירן נישט לאַנג; מײַן פֿאַרשטאַנד און די קענטענישן זײַנען מיטלמעסיקע; איך שטרױכל אָן װידערשפּרעכונגען, איך בין נישט בכּוח צו לעזן פֿיל פֿראַגן, װאָס שטײען פֿאַר מיר און פֿאָדערן אַ באַלדיקע לעזונג.
מײַן אײנציקער פֿאָרצוג איז אָבער דװקא דאָס, װאָס איך בין נאָך אַ יונגער דאָקטער, און די פּראָפֿעסיע האָט נאָך נישט באַװיזן צו פֿאַרנעמען אַלע מײַנע חושים, און װאָס די אײַנדרוקן, צו װעלכע מ'װערט שפּעטער צוגעװױנט, שטײען פֿאַר מיר בולט, װי ערשט איבערגעלעבטע.
איך װעל דאָ שרײַבן, װאָס איך האָב געפֿילט, בשעת איך האָב מיך באַקאַנט מיט דער מעדיצין, װאָס איך האָב פֿון איר דערװאַרט און װאָס זי האָט מיר געגעבן.
איך װעל שרײַבן װעגן מײַנע ערשטע זעלבשטענדיקע טריט אַלס דאָקטער און װעגן די אײַנדרוקן, װעלכע איך האָב אױסגעטראָגן אין דער פּראַקטיק.
איך װעל מיך באַמיִען צו שרײַבן אַ ל ץ, נישט פֿאַרהױלן ג אָ ר נ י ש ט.
--אַ. װערסאַיעװ, "װידױ פֿון אַ דאָקטאָר." ייִדיש: אַ. צימערמאַן. װאַרשע: פֿאַרלאַג ש. גאָלדפֿאַרב, 1925. צו באַקומען בחינם דאָ פֿון לאַנסקיס גאָרטן פֿון צען טױזנט ביכער.

יום ראשון, מאי 03, 2009

געפערלעכע גרײזן װעגן חזיר-פלו

אין "דער אידישער װעלט" שרײבט מען אַז "די סוויין פלו (דבר אחר פלו) האט זיך שנעל צושפרייט אין לעצטע פאר טעג, בעיקר אין מעקסיקאו, וואו עס האט שוין אומגעברענגט איבער 100 מענטשען". 

אפשר זאָל מען אַ ביסל אױספאָרשן אַן ענין אײדער מע נעמט זיך שרײבן װעגן דעם? דער אמת איז נישט אַזױ סענסאַציאָנעל, גאָט צו דאַנקען.

צו פּאַראַפראַזירן װאָס כ'האָב אָנגעשריבן אױף מײן ענגלישן בלאָג:

1 . ביז אַהער איז נאָך נישט קלאָר װי שלעכט עס קען װערן. אָדער - אַנדערש געזאָגט - צי ס'װעט װערן שלעכט בכלל. קען זײן אַז מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט סתּם אַ פלו.

2 . די גרענעצן פון דער גענעטיק: כאָטש מע קען אָפּלאָדן די סעקװענצן פון דעם װירוס װײסן מיר גאָרנישט דערפון װעגן דעם װי אַזױ עס צעשפּרײט זיך און װײניק װעגן װי געפערלעך עס װעט װערן.

3 . דאָס אַלץ איז אַן אײזערנער בײשפּיל פון דעם, װי אַזױ מע טראַכט װעגן ריזיקעס. די דאָזיקע ריזיקע איז נאָענט און שרעקיק און דערפאַר צוגענגלעך צום מורא אױף אַן אפן װאָס װײניקער "צוגענגלעכע" ריזיקעס זײנען נישט (אױטאָ-עקצידענטן, מאַלאַריאַ).

צווייטער מאראטאן געווידמעט יידישער פאעזיע (דניאל גלאי)

צווייטער מאראטאן געווידמעט יידישער פאעזיע

תל-אביב 2009 

טייערע פריינד 

מיר פלאנירן דורכפירן אין תל-אביב דעם 24טן 25טן און 26טן דעצעמבער 2009, א מאראטאן געווידמעט יידישער פאעזיע,  וואס וועט באשטיין פון  יידישע לידער אין מקור און איבערזעצונגען "צו און פון" פארשיידענע שפראכן. 

אויב איר פלאנירט צו באזוכן ישראל אין אט דער תקופה, אדרבא קומט און נעמט אנטייל אין אונדזער פראיעקט. גיט אונדז צו וויסן וואס גיכער און דעמאלט קאנען מיר פרווון אייך אריינשטעלן אין פראגראם.

ביטע , פארשפרייט די ידיעה צווישן פריינד און פאראינטערעסירטע.

מיט חברשאפט

דניאל גלאי – פארזיצער

יום שבת, מאי 02, 2009

יום שני, אפריל 20, 2009

אַמאָליקע יום־טובֿים: פּסח, 1996

אין יענעם יאָר בין איך געווען אויף אַ רײַזע דורך אייראָפּע מיט דער שטיצע פֿון דער וואַטסאָן־פֿונדאַציע, מיטן ציל צו פֿאָרשן די מינאָריטעט־שפּראַכן פֿון שפּאַניע און פֿאַרגלײַכן זייערע סיטואַציעס צו ייִדיש אין מיזרח־אייראָפּע.

אין כּמעט יעדער שטאָט אין מזרח־אייראָפּע בין איך געלאָפֿן צו דער חב"ד־שול. מ'איז דאָרטן געווען פֿרײַנדלעך, כּשר, בריייטהאַרציק מיט דער אַכילה, און גרייט אָנצובאָטן (אָדער אויסצוזוכן) אַ נאַכט־געלעגער.

אין קיִעוו זײַנען די גאַסן געווען באַביימערטע, ניסנדיק־פֿילפֿאַרביק, באַפּוצט מיט אַלטע לײַכט־קאָלירטע בנינים, און מיט נעמען נאָך גענאָדיצישע שׂונאי־ישׂראל.

סוף־כּל־סוף האָב איך זיך דערשלאָגן צו אַ דירה, מיט צוויי טשודאַקישע מיטוווינערס. (און איך בין גלײַך מודה, אַז סך־הכּל איז די צאָל טשודאַקעס געווען...דרײַ.) איינער אַ דינער לאָקש, מיט קוים־געצוואָגענע, צעלאָזטע האָר, אַלע מאָל מיט אַ בייסבאָל־קאַשקעט ("מעטס") אויפֿן קאָפּ. אַלע מאָל מיטן "יחי" אויף די ליפּן.

דער צווייטער אַ פֿעטער ישיבֿה־בחור, אָדער - פּינקטלעכער געזאָגט - האָט געזאָלט לערנען אין ישיבֿה אין "ארץ־ישׂראל" (די טערמין "מדינה" הערט מען קוים־קוים אין געוויסע קרײַזן) נאָר צוליב איזה סיבה איז זײַן פּאַספּאָרט אויסגעגאַנען און אים איבערגעלאָזט אויף הפֿקר אין אוקראַיִנע.

גערעדט האָט ער נאָר וועגן דרײַ זאַכן. א. געלט; ב. צוריקפֿאָרן אין ישׂראל, סטראַטעגיעס פֿאַר; און ג. קאָכערײַ.

ער איז געווען אָבסעסירט מיט קאָכן, אינגרעדיענטן, קוואַליטעט, מויל־געפֿיל, געווירצן. ניט אויף אַ פֿײַנשמעקערישן, סאַלאָנישן אופֿן, נאָר ווי דער זון פֿון דער אוקראַיִנעטשקע וואָס האָט אים געבוירן. געווען איז ער אַ גר, און זײַן גומען האָט געלעכצט נאָר נאָך די היימישע טעמען פֿון קיִעוו. ניט איין מאָל האָב איך געפּרוּווט אים דערקלערן, אַז אונדזערע ייִדישע אָבֿות האָבן גענומען זייערע קאָכערײַ גראָד פֿון זעלבן באָדן.

ער איז געקומען מיט מיר אין גרויסן קיִעווער שטאָטמאַרק כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די מאַרק־פֿרויען זאָלן מיך ניט אָפּנאַרן.

אָנגעקומען פּסח, האָט ער מיך ניט געלאָזט אָנרירן אַ בעזעם אָדער אַ שמאַטע. ער האָט מורא געהאַט, אַז אַן אַמעריקאַנער ייִד וואָס לייענט טרייף־פּסול און דאַוונט זײַט בײַ זײַט מיט נשים קען נאָך פֿאַרחמצן זײַן דירה אויך. דאָס פּסכדיקע קאָכערײַ האָט ער מיר אויך ניט געלאָזט פֿאַרקאַליעשטשען.

איך געדענק ניט וואָס מיר האָבן געגעסן (ווי פּאַראַדאָקסאַל ס'זאָל ניט קלינגען) נאָר איך דערמאָן זיך אין דער נשמהדיקער צופֿרידנקייט וואָס האָט מיך אַרומגעכאַפּט נאָכן ערשטן ביס און מיך ניט פֿאַרלאָזט ביז הבֿדלה.

אויפֿן ערשטן סדר האָט זײַן מאַמע, די גויע, געבראַכט אַ ריזיקע אַרבוז. די ווײַן האָט ער זי ניט געלאָזט אָנרירן.

יום ראשון, אפריל 05, 2009

װי אַזױ לערנט מען חסד?

דערפֿאַר װעלן מיר אי"ה שיקן די קינדער אין די עפֿנטלעכע שולן, װײַל ס'איז כּמעט װי נישטאָ אַ ייִדישע שול אין מאַנהאַטן װוּ עס הערשט נישט די קליקע, די גאװה, די פֿאַרריסנקײט.
איך קען צו פֿיל קינדער װאָס באַקומען כּלפּי-חוץ אַן ערשט-קלאַסיקן חינוך נאָר זײערע נשמות זײַנען פֿאַרדאָרבן.

יום שישי, אפריל 03, 2009

יאגן זיך נאך מיידלעך

סעמי דער עילוי ווערט שטארק צוגעצויגן צו דער מאדנער תלמידת-חכם.

יום רביעי, מרץ 25, 2009

שעכטער־אַזכּרה: ווי באַניצט זיך אַ ייִדישיסט מיט דער תּורה־ירושה?

זונטיק בין איך בײַגעווען בײַ אַן אונטערנעמונג לזכר מרדכי שעכטער ע"ה צו זײַן צווייטן יאָרצײַט. כּדאַי איבערצוגעבן דעם תּמצית פֿון די רייד.

מער קאָנקרעט האָט גערעדט שׂרה־רחל שעכטער, אַ מיטאַרבעטערין אין פֿאָרווערטס, וואָס האָט איבערגעגעבן עטלעכע זכרונות פֿון טאַטן און זײַן ניט־פּשוטער באַציִונג צו טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט. איין מעשׂה וועט קענען דאָס באַלײַכטן. צו זיבעצן יאָר האָט שׂרה־רחל זיך אינטערעסירט אין רעליגיע, ווי אַ סך צענערלינגען, און איבערגעלייענט עטלעכע ביכער אויף דער טעמע. איז זי שפּעטער צוגעגאַנגען צום טאַטן און געפֿרעגט אים וואָס ער מיינט וועגן גאָט.

האָט ער אומגעדולדיק אַ זאָג געטאָן: "וואָס דרייט איר מיר אַ קאָפּ מיט די שאלות?! ווייסטו ניט אַז איך בין אַן אַטעיִסט?"

זי האָט דאָס ניט געוווּסט. "אויב אַזוי, טאַטע," האָט זי געפֿרעגט, "פֿאַר וואָס מאַכסט קידוש און המוציא יעדן פֿרײַטיק־נאַכטס?"

האָט ער געענטפֿערט: "צוליב אײַך!"

* * *

מער אַקאַדעמיש, נאָר ניט ווייניקער לעבעדיק, האָט גערעדט דוד־אליהו פֿישמאַן אויף דער טעמע "די פּראָבלעם פֿון רעליגיע און סעקולאַריזם בײַ וועלטלעכע ייִדישיסטן: אַ היסטאָרישן אַנאַליז." פֿאַר זײַן אויסגאַנגפּונקט האָט ער דערמאָנט אַ היסטאָרישע פֿאַרגלײַכונג צווישן די פֿאַרשיידענע שטראָמען פֿון ייִדישן נאַציאָנאַליזם. בשעת דער ציוניזם, כאָטש ניט על־פּי רובֿ אַ פֿרומע באַוועגונג, האָט געהאַט אַ פֿרומען פֿליגל (דער מזרחי) האָט דער ייִדישיזם קיין רבנישע צווײַג ניט געהאַט, פּשוט דערפֿאַר, וואָס פֿון דער שיטה האָבן זיך געפֿונען ווייניק אָפּקלאַנגען אין דער אַלטער טראַדיציאָנעלער ליטעראַטור.

די פֿראַגע איז אָבער, וואָס האָט דער ייִדישיזם געירשנט, אָדער געוואָלט ירשענען, פֿון דער רעליגיעזער קולטור. געקליבן ווי זײַן מוסטער האָט פֿישמאַן חיים זשיטלאָווסקי, וואָס האָט געמאַכט נע־ונד פֿון אידעאָלאָגיע צו אידעאָלאָגיע דורך זײַן גאַנץ לעבן. נאָר געבליבן איז ער כּסדר בײַ איין זאַך: כאָטש ער האַלט ניט פֿון דער טראַדיציאָנעלער רעליגיע (וואָס האָט אַרומגעכאַפּט אַ "פֿאַלשע וויסנשאַפֿט") און ער האָט ניט געגלייבט אין גאָט, האָט ער יאָ געהאַלטן פֿאַר נייטיק אָפּצושאַצן און דערקענען וווּ מע מעג אויסניצן די ירושה. "מיר מעגן אַלץ", האָט זשיטלאָווסקי געזאָגט. "מיר מעגן אַפֿילו טרויערן תּישעה־באָבֿ" און פּראַווען נאָך אַנדערע יום־טובֿים, אויב "מע געפֿינט אין זיי אַ מענטשלעכן געדאַנק." נאָר טייל זאַכן (למשל פּורים, וואָס ער האָט געהאַלטן פֿאַר "לײַכטזיניק") האָט ער געהאַלטן פֿאַר נייטיק אויסצוּוואָרצלען ווי דער גערטנער וואָס גייט אַדורך דעם גאָרטן פֿון דער טראַדיציאָנעלער רעליגיע כּדי אָפּצוטיילן סולת פֿון פּסולת.

אין דעם פּרט, האָט פֿישמאַן באַמערקט, איז זשיטלאָווסקי גאָר ענלעך צו יעדן מאָדערנעם ייִד, וואָס מוז אויסקלײַבן וואָס צו האַלטן, וואָס צוצופּאַסן, און וואָס צו פֿאַרלאָזן.

בײַם סוף האָט ער אָנגעצייכנט אַ פֿרוכטפּערדיקן קאָנטראַסט צווישן זשיטלאָווסקי און י.ל. פּרץ. בשעת זשיטלאָווסקי האָט דווקא געוואָלט אויסקלײַבן און ניט אויסגעמיטן האַרבע פּסקים, האָט פּרץ (טאַקע ווי דער ערשטער פֿאָרשלאָג אויף דער טשערנעוויצער קאָנפֿערענץ פֿון 1908) געוואָלט לאָזן איבערזעצן די הויפּטווערק פֿון דער רעליגיעזער ליטעראַטור פֿון לשון־קודש אויף ייִדיש, אָנהייבנדיק פֿון תּנך און מדרשים.

* * *

ס'איז מיר אויסגעקומען אַ שטיק געזונט צו זען ווי יוגנטרוף־מיטגלידער זײַנען אויך געווען אויף דער אַזכּרה. מע זאָגט, אַגבֿ, אַז דער ייִוואָ וועט אויפֿלאָדן דעם טעקסט פֿון די רעדנערס אויפֿן אינטערנעט.

יום שלישי, מרץ 24, 2009

משלוח-מחילות

מיין שול האט דעם מנהג פון בעטן די בעלי-בתים, זיי זאלן קויפן א חלק אין א געמיינזאמען שלח-מנות - יעדער באקומט א פעקל מיט א רשימה נעמען פון די, וואס האבן געגעבן. ניט מקיים איז מען דערמיט די מצווה, נאר מילא.

נוצלעך אבער וואלט געווען צו האבן בשותפותדיקע מחילה-פעקלעך ערב יום-כיפור (אדער תעניתים) - מע זאל קענען פארשרייבן זיך אויף א רשימה אונטערן קעפל "חטאתי עוויתי פשעתי". א שאד, וואס ניט יעדער אין שול וואלט געקענט עפנטלעך מודה זיין צו זייערע עוולות...

יום שלישי, מרץ 17, 2009

איך אַרבעט בײַ אַ פּראַקטישע שטעלע

ווייס פּונקט וואָס איך טו און פֿאַר וואָס.
יעדע צען מינוט אָבער
טרייסלט זיך די ערד אונטערן שרײַבטיש
און געפּגרטע פּאָעטן שטעקן די קעפּ אַרויס
פֿון אַ רויכיקן גרוב.

איך קום צו גיין
יעדן טאָג באַצײַטנס.
נאָר אויף דער וואַנט צווישן קאָמפּיוטער און רעסײַקלינג
הענגען די ידיים
פֿון אַ קײַכעדיקן שׂרף.

איך פֿאָלג אַלע באַווײַזן
פֿון אײַזערנער ממשות
און באָד זיך בדמיון
אין פּלעווע-ימען

יום שני, מרץ 09, 2009

גראַמען-טאַשן

אַ פֿריילעכן פּורים פֿון שלום, סעלעסט, מיכה-אליה און ביילע-נחמה!

עד דלא ידע
איז ּתורה צי מדע?
פירסומא ניסא
(מאידך גיסא)
איז ווי דער טאג קלאר
סיי אין חלום סיי וואר
א סיבה פון סיבות
און חיבה פון חיבות
פון דעם וואס לעבט אויבן
וואס פארצייטיקט די טרויבן
זיי זאלן זיך מערן
און לחיימלעך ווערן.

חג פורים שמח משלום, סלסט, מיכה-אליה וביילע-נחמה!

יש מצב גרוע בשושן הבירה,
נניח את התליה ונשתה בירה.

יום ראשון, מרץ 01, 2009

מוחל טובֿות, אָדער זאָל גאָט אָפּהיטן פֿון הײמישע רײד

אױף אַ חסידישן װעבזשורנאַל האָט מען פֿאַרטײַטשט שטיקער פֿון אַהרן לאַנסקיס אױטאָביִאָגראַפֿיע. (אָן קרעדיט. נאָר פֿאַר װאָס זײַן מעדקדק?) לסוף כאַפּט מען זיך אַז מע האָט אפֿשר אָפּגעמאָלט צו אַ ליכטיק בילד, און מע שליסט בזה הלשון:

היימיש גערעדט, האבן ערליכע אידן קיין טראפ הנאה פון דעם גאנצן צענטער. אדרבה דאס הארץ בלוטיגט צו זעהן וואסערע סארט ביכער עס פלעגן אמאל ארויסקומען אין אידיש. די אלע ליינער האבן געשטאמט פון ערליכע הייזער, נאר די טומאת אמעריקע האט זיי אראפגעברענגט לדיוטא התחתונה. רוב פון די ביכער זענען געשריבן געווארן דורך פרייע און סעקולערע שרייבער, כאטש אז די צענטער אנהאלט אויך היבש אסאך כשרע און היסטארישע ביכער.

עס ווייטאגט צו זעהן וויאזוי עס זענען געווען אמאל אזויפיל אידן וואס האבן נישט געהאלטן ביי גארנישט. נאכמער איז ווייטאגלעך ווען מען טראכט אריין און מען זעהט אז פון די אלע אידן איז קיין זכר נישט געבליבן. די קינדער זייערע זענען שוין אויפגעוואקסן אלס געהעריגע גוים, און די אייניקלעך ווייסן ניטאמאל אז זיי זענען אידן. די צענטער איז א ריכטיגע זכר לחורבן אמעריקע, און א מציבה שטיין פאר די דאזיגע דורות וואס זענען אינגאנצן אונטערגעגאנגען. היינטיגע צייטן וועט מען נאר טרעפן אידיש רעדענדע, ביי אונזער היימישע קרייזן. דארט טוט ב”ה אידיש ווייטער בליעהן און עס קומען צו יעדן טאג נייע ביכער און צייטונגען אויף די אידישע שפראך, אלעס אויסגעהאלטן על פי תורה, צו דערקוויקן ערליכע אידישע נשמות.

דער שול-נודניק

יעדער שול דאַרף האָבן אַ נודניק.
יעדן װאָס דאַװנט דאָרט פֿאַלט אַ מאָל אײַן: עס װאָלט געװען אַ ליכטיקע װעלט, פֿול מיט רעגנבױגנס און זונענשײַן, װען נישט דער דאָזיקער נודניק! מע װאָלט געדאַװנט און געשמועסט אומגעשטערט!
די זאַך איז אָבער װאָס די שול איז אוממעגלעך אָן דעם נודניק. די שול האָט אַ זכות-הקיום מיט דעם, װי אַזױ זי גיט זיך אַן עצה מיטן נודניק. נעמסט אַרױס דעם נודניק, נעמסט אַרױס דאָס האַרץ פֿון דער שול.