‏הצגת רשומות עם תוויות פּאָליטיק. הצג את כל הרשומות
‏הצגת רשומות עם תוויות פּאָליטיק. הצג את כל הרשומות

יום שני, נובמבר 17, 2008

איז געזונט-רעפֿאָרם אַן אײַנרעדעניש?

צו געזונט?
רעפֿאָרם אײַלט זיך ניט אין וואַשינגטאָן

די טעג דאַכט זיך מיר אַז כ'בין איינער פֿון די איינציקע געזונט-פּראָפֿעסיאָנאַלן אויף דער וועלט וואָס האָט ניט קיין היימיש-אויסגעטראַכטן פּלאַן צו רעפֿאָרמירן די צעבראָכענע געזונט-סיסטעם. דאָס איז אַוודאי אַליין אַ סימן, אַז יעדער ווייסט ס'איז צעבראָכן. דער געוויינטלעכער פּאַציענט האַלט ניט מיט מיט דער גאַנצער דיסקוסיע פֿון געזונט-רעפֿאָרם. איז וואָס קען מען דערוואַרטן פֿון די קומעדיקע פּאָליטישע איבערקערענישן? וועלן זיי דערפֿירן צו פֿאַרבעסערטע געזונט און קאָנטראָלירטע הוצאָות? לאָמיר זײַן אײַער וועגווײַזער דורכן רחבֿותדיקן וואַלד פֿון געזונט-פּאָליטיק.

פֿאַראַן אַ צאָל צוגאַנגען צום רעפֿאָרמירן די געגזונט-סיסטעם, נאָר יעדער פֿון זיי דאַרף זיך אָפּגעבן מיט צוויי מעגלעך פֿאַטאַלע פּראָבלעמען. עס פֿעלט געזונט-פֿאַרזיכערונג כּמעט פֿופֿציק מיליאָן אַמעריקאַנער, און די געזונט-הוצאָות האַלטן אין איין שטײַגן. צום באַדויערן, ניט געקוקט אויף וואָס טייל עקספּערטן (און קאַנדידאַטן) זאָגן, איז כּמעט אוממעגלעך צו לייזן ביידע פּראָבלעמען מיט אַ מאָל. גאַנץ פּשוט: דעקן מער מענטשן קאָסט געלט, און אַפֿילו ווען די איצטיקע סיסטעם וואַרפֿט אַרויס געלט אויף אַ ניט-עפֿעקטיווער, צעטרענצלערישער סיסטעם, איז דאָס אײַנגעשפּאָרטע געלט ניט גענוג נאָכצוקומען די באַדערפֿענישן פֿון די ניט פֿאַרזיכערטע.

און ווי אַ צוגאָב צו די צוויי אויבן דערמאָנטע פּראָבלעמען, אָפֿט אַרומגערעדטע אין דער פּרעסע, איז דאָ נאָך עפּעס אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד: די געזונט-סיסטעם בכלל איז אַרום און אַרום אַ צווייטקלאַסיקע. מיר צאָלן מער פּער מענטש ווי אַ סך אַנדערע לענדער און די פּועל-יוצאס דערפֿון זײַנען קלאָגעדיקע, פֿון די צייכנס פֿון אַ פֿונקציאָנירנדיקער געזונט-סיסטעם האָבן מיר צווישן די נידעריקסטע פֿון די רײַכערע לענדער.

וואָס טוט מען?

לייענט דעם המשך.

יום שלישי, נובמבר 04, 2008

ברוך הטובֿ והמטיבֿ

לאָמיר האָפֿן אַז די האָפֿענונגען פֿון אַמעריקאַנער וועלן מקוים ווערן.

יום ראשון, אוקטובר 26, 2008

אונדזער באַשוי מיט הילאַרי ק.


געשען איז עס אין אַ קילן אָקטאָבער-נאָכמיטאָג, באַלד נאָך די יום-טובֿים. אַ גרופּע אַלגעמיינע (פּרײַמיירי-קייר) דאָקטוירים, האָבן מיר נערווערהייט געוואַרטן אין דעם ענגן אויפֿנעם-זאַל פֿון דעם ייִנגערן סענאַטאָר פֿוּן ניו-יאָרק. צוויי ניט-סובטילע באַוואָפֿנטע געהיימדינסטניקעס האָבן אונדז חשדימדיק באַקוקט, זייערע גרויסע "אַרגומענטן" אויף די לענדן. אַרײַנגעפֿירט האָט מען אונדז אין אַ קאָנפֿערענץ-צימער, איז אונדזער נערוועזקייט נאָך גרעסער געוואָרן. שפּילקעס האָבן זיך צעוואַקסן אונדזער די ישבֿנים.

ווי קומט עס אַז אַ גרופּע דאָקטוירים, ניט פֿון די הויכע פֿענצטער, רעדן מיט דער באַרימטער הילאַרי ראָדדהאַם קלינטאָן (ד., נ"י) וועגן געזונט-פּאָליטיק?

הלמאַי זאָל איך לייקענען? איינע פֿוּן אונדז איז אַ יחסנטע, איר טאַטע אַ חשובֿער געלטשאַפֿער פֿאַר איידזש-אַר-סי. האָבן מיר פּראָטעקציע, און אַ געגאַרטע געלעגנהייט פֿאָרצושטעלן אונדזערע געדאַנקען איינער פֿון דעם סענאַטס געזונט-מומחים.

זײַנען מיר נתפּעל געוואָרן. אויפֿגענומען האָט זי אונדז אויף אַ וואַרעמען אופֿן, געגעבן קאָנקרעטע עצות ווי אַזוי מיר קענען צונויפֿזאַמען פּאָליטישע כּוחות צו שטיצן אונדזער אישו: שטיצע פֿאַר אַלגעמיינער מעדיצין ווי אַ פֿאַך און אַ צורך פֿאַר אַמעריקעס קראַנקע, אָרעמע-לײַט, עלטערע לײַט און אימיגראַנטן.

און מיר האָבן אַראָפּגענומען אַ בילד... איר זעט מיך?

יום שבת, פברואר 23, 2008

שפּיטאָלן, ישׂראל און פֿאַר וואָס אַמעריקאַנער זײַנען צו העפֿלעך

יצחק לודען, וואָס שרײַבט געוויינטלעך קלוג און קלאָר, זאָגט אין הײַנטיקן פֿאָרווערטס:
דער איצטיקער צושטאַנד אין מיטעלן מיזרח קאָן ווערן פֿאַרגליכן, להבֿדיל, צו די נישט זעלטענע פֿאַלן פֿון אָנווענדן כּוח קעגן דאָקטוירים און קראַנקנשוועסטער אין די שפּיטעלער: עס טרעפֿט אַלץ אָפֿטער, אַז גאַנצע כאַמולעס, קרובֿים פֿון אַ קראַנקן, נישט זײַענדיק צופֿרידן פֿון זײַן באַקומענער באַהאַנדלונג, רײַסן זיך אַרײַן מיט כּוח אין שפּיטאָל און לאָזן אויס זייער צאָרן אויף דעם מעדיצינישן פּערסאָנאַל.
אינטערעסאַנט איז, וואָס כ'האָב קיין מאָל ניט געלייענט וועגן אַזעלכע "ניט זעלטענע" אַרײַנברעכונגען אין אַמעריקאַנער שפּיטעלער. אין אַנדערע לענדער (בדרך-כּלל דריטוועלטיקע) - יאָ. און מע קען אָננעמען פֿון לודענס פֿאַררופֿן זיך אויף דעם, אָז אַזוינע געשעענישן זײַנען טאַקע פֿאַרלאָפֿן אין ישׂראל.

שטעלט זיך די פֿראַגע: וואָס טוט אַן אַמעריקאַנער וואָס ער באַקומט ניט דעם רעזולטאַט וואָס ער וויל פֿון די דאָקטוירים? ער קלאָגט זיי אָן אין געריכט. מע קען רעדן וועגן דעם, ווי אַזוי צו רעפֿאָרמירן דעם קאַליע-געוואָרענעם סיסטעם (אַטול גאַוואַנדע האָט עצות) נאָר אַרויסהייבן וויל איך אָט דאָס:

אַמעריקאַנער פֿאַרלאָזן זיך אויפֿן געריכט צו פּסקענען וועגן מעדיצינישע טעותן טיילווײַז צוליב דעם, ווײַל ס'איז (מער) ניט דערלויבט אין עפֿנטלעכן לעבן אַרויסווײַזן ניט-מסודרדיקע עמאָציעס. ניט מע טאָלערירט מהומות אויף די גאַסן, ניט מע לאָזט אַרײַן די אומצופֿרידענע מאַסן אין ווײַסן הויז אָדער אין סיטי-האַל-פּאַרק אָן אַ געחתמטער אַפּליקאַציע.

מײַקל וואַלצער, דער אַמעריקאַנער פּאָליטאָלאָג (און שרײַבער צומאָל וועגן די פּאָליטישע יסודות פֿון מדינת-ישׂראל) האָט געשריבן וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן civil society (דער בירגערלעכער געזעלשאַפֿט) און civility (העפֿלעכקייט אָדער איידלקייט). וואָס מער בירגערלעך ס'ווערט אַ געזעלשאַפֿט, דאָס הייסט וואָס מער געזעצן און כּללים און תּקנות ווערן אָנגענומען און פֿאַרצייכנט פֿון פֿאָלק, אַלץ ווייניקער "ווילד" ווערט די עפֿנטלעכע געזעלשאַפֿט. געווען אַ מאָל, למשל, ווען די וואַל-קאַמפּאַניעס פֿאַר די אַמעריקאַנער אַמטן זײַנען געווען ממש ראַיאָטן, מיט געשלעגן אויף די גאַסן און מאַסן-צוזאַמענשטויסן צווישן שטיצערס פֿון צווי צדדים. הײַנט אָבער איז דאָס אַלץ מער געזעצלעך, אָדער מער טרוקן - אײַנגעצאַמט פֿון תּקנות און תּקני-תּקנות. אַ געזעלשאַפֿט פֿון געזעצן איז ניט אַזוי לעבעדיק. על תּקרא חירות אלא חרות.

אפֿשר מיט טייל אישוס דאַרף זײַן אַלע ווײַלע אַן איבערמאַכונג פֿון די כּללים, אַ לויז-מאַכונג פֿון די געזעצן, כּדי די געזעלשאַפֿט זאָל ווידער אויסלאָזן איר פֿרוסטראַציע אויף אַ נײַעם און שעפֿערישן אופֿן.

יום שני, פברואר 04, 2008

אַ פּאָר ווערטער וואָס גראַמען מיט די נעמען פֿוּן די דעמאָקראַטישע קאַנדידאַטן, על-פּי סטוטשקאָוו

דאַמע
דראַמע
טעלעגראַמע
ליאַמע
מאַמע
פּאַנאָראַמע
פּראָגראַמע
רעקלאַמע
בבֿא קמא
געראַמע
מן הסתּמא
נחמה
שליאַמע
שמאי
לבֿן הארמי
מטמא
כּוח המדמה
ברה כּחמה
לקוי-חמה
על אַחת כּמה וכּמה
(אאז"וו)

כּנגד...

באַלקאָן
וואַגאָן
טאָן
טראָן
לעגיאָן
מיליאָן
פּערזאָן
שפּיאָן
פּאַשאָל וואָן!
דן
אויבן אָן
רחמנא לצלן
שבת חזון
(אאז"וו)