יום ראשון, יולי 20, 2008

די פּיאַנע (אַ ליד פֿוּן יאָני פֿײַן)

מײַן שכן, דער באַרימטער פּיאַניסט,
האָט די לעצטע צוויי יאָר צוגעקרענקט,
זײַן גוף איז לאַנגזאַם אײַנגעשרומפּן געוואָרן
ווי ער וואָלט זיך פֿוּן דער וועלט אויסבאַהאַלטן
און מיט ציטערדיקע הענט ערגעץ
אין אַ פֿאַרבאָרגענעם
לעבנס-צענטער זיך אָנגעהאַלטן.

און דאַן, איין טאָג
האָט ער מיר די שליסלעך
פֿון זײַן דירה אָנפֿאַרטרויט.
ר'האָט געמוזט גיין אין שפּיטאָל
אויף אַן אָפּעראַציע.
און ר'האָט מיך געבעטן
כ'זאָל אויף די צוויי וואַזאָנען אין פֿענצטער
אַכטונג געבן.

-- כ'קען זיי צו מיר אַרײַנשטעלן --
האָב איך אים פֿאָרגעלייגט.

-- ניין, ניין -- האָט ער אויסגעשטאַמלט.
-- די פּיאַנע מוז מיט עמעצן לעבן. --
ר'האָט אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ.
און ווי פֿאַרשעמט צוגעגעבן,
-- און אויב איר האָט צײַט, וואָלט גוט געווען
איר זאָלט, איין מאָל אַ וואָך, אין אָוונט
לעבן דער פּיאַנע כאָטש אַ רגע זיצן.

(פֿון דער פֿינפֿטער זמן, פֿאַרלאַג ציקאָ, 2008.)

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה