יום חמישי, ינואר 25, 2007
שונד און טשולנט
אין הײַנטיקן פֿאָרווערטס: גענאַדי עסטרײַך וועגן דער שפּראַך פֿון הײַנטיקע חסידישע ראָמאַנען ("שפּאַנענדיקע מעשיות"), און שרה-רחל שעכטער וועגן דעם "טשולנט-קלוב". מיינונגען?
יום רביעי, ינואר 24, 2007
מנין-המשונה
מײַן מנין -- דאָ אויף דער איסט-סײַד, אין איינעם פֿון די בנינים פֿון אונדזער דירות-קאָמפּלעקס -- געפֿעלט מיר שטאַרק. איר פֿרעגט פֿאַר וואָס. ווײַל יעדער פֿון די מתפּללים (וגם אַני בתוכם) איז אַ ביסל ניט-נאָרמאַל: די צוויי ישראלים מיט די גרויסע ווינטערדיקע באַלאַקלאַוואַ-היט, וואָס זײַנען הײַנט אַזוי ווי אויסגעוואַקסן פֿון אונטער די סאָפֿעס; די דרײַ-פֿיר מענער מיט ריזיקע, געלעכערטע פּראָסטעטישע פֿיס; די אַלטע ייִדן וואָס דאָס פּינטעלע ייִד (אָדער דער גבאי) האָט זיי אַהערגעפֿירט, כאָטש די שוואַרצע פּינטעלעך זײַנען זיי לחלוטין פֿרעמד; און איינער וואָס פּאַטשקעט וואַרטנדיק אין אַ ביכעלע, עלעהיי ער איז צו גוט צו שמועסן מיט יענעם.
די מאָדנעסטע פֿון אַלע, דאַכט זיך, איז מען ניט מצרף בכלל. ווײַל דאָס איז אַן אָרטאַדאָקסישער מנין -- את חטאי אני מזכיר היום.
אָבער אַרום און אַרום: ברוך משנה דאַווענערס.
די מאָדנעסטע פֿון אַלע, דאַכט זיך, איז מען ניט מצרף בכלל. ווײַל דאָס איז אַן אָרטאַדאָקסישער מנין -- את חטאי אני מזכיר היום.
אָבער אַרום און אַרום: ברוך משנה דאַווענערס.
הירשם ל-
רשומות (Atom)