יום שלישי, נובמבר 01, 2005

וואָס עס רעדן די חולים

אויף מײַן פּאַציענטן־רשימה זײַנען הײַנט פֿאַראַן

אַכט ענגליש־רעדערס;
איין ייִדענע, וואָס מע האָט מיר געזאָגט אַז די איז פֿאַררוקט אָדער עבֿר־בטל (דעמענטעד). ניט אמת! זי רעדט, און זי רעדט צו דער זאַך. זי איז שווער קראַנק, נאָר ניט יעדער שווער קראַנקע וואָס רעדט ניט קיין ענגליש, אָדער רעדט ענגליש מיט אַן אַקצענט, איז פֿאַררוקט;
איין ייִד וואָס, נעבעך, ווען ער וואָלט גערעדט, וואָלט ער גערעדט אויף ייִדיש;
איין פֿרוי וואָס רעדט רוסיש מיט אַ שטאַרקן אוקראַיִנישן אַקצענט (אָדער פֿאַרקערט, איך ווייס?);
איין פֿרוי וואָס רעדט רוסיש און וואָס ס´האָט הײַנט אָוונט ממש אויסגעקוקט ווי אַ גוסס. האָט מען זי איבערגעפֿירט אין אינטענסיוון אָפּטייל (אײַ־סי־יו).

דאָס איז איין אופֿן צו צעטיילן מײַנע חולים. אַזוי פֿיל קראַנקע, אַזוי פֿיל מעשׂיות. יעדער מעשׂה איז אַ וועלט פֿאַר זיך. אַן אומיושר זיי צו פּרוּוון צעטיילן אין קלאַסן און זגאַלן. אַזוי שרײַבט מען אָבער.

תגובה 1:

  1. אנונימי10:28 PM

    שלום טייערע, שרייבט שרייבט, מיר זענען דא, מיר ליינען מיט נייגער, מיר רופען זיך טאקע ניט אן אבער מיר ווארטן אייך אפ כסדר

    דער באמערקונג מיט די אידענע (ניט אמת!) איז הארץ רייסענד, מען ברויך האבן מער פון אייער סארט

    השבמחק