יום חמישי, אוקטובר 06, 2005

קופּת חולים אויף מאַמע־לשון

עס האָט מיר געשריבן אַ מעדיצין־סטודענט וואָס וואָלט געוואָלט סײַ פֿאַרברענגען אַ יאָר אין ישׂראל, סײַ האָבן צו טאָן דאָרטן מיט ייִדיש־רעדערס, סײַ אַנטוויקלען זײַנע מעדיצינישע קענטענישן און איבערלעבענישן. אים איז אײַנגעפֿאַלן, ער וואָלט געקענט אַרויסהעלפֿן אין אַ חרדישן קליניק. אַ פֿײַנער אײַנפֿאַל. צי האָט עמעצער אַ פֿאַרבינדונג מיט אַזאַ קליניק?

3 תגובות:

  1. אנונימי8:08 AM

    שלום, דו ביסט דאך אן אידישיסט. ניין? איך האב געקלערט פון דיר בשעתןן ליינען דער ארטיקל מיט קעפל ווער איז אן אידישיסט

    דער שרייבער האט אבער עפעס פאר איזהו סיבה נישט ליעב די נקודות'דיגער אידיש

    http://www.algemeiner.com/generic.asp?id=600
    א געמאר חאסימה טויווה

    השבמחק
  2. אנונימי11:50 AM

    ODA Clinic in Williamsburg
    Refuah in New Square
    Ezras Choilim in Kiryas Joel
    All are clinics who serve the Chasidic communities.
    Good luck,

    השבמחק
  3. . . . but not in Israel, as I specified in my post. Thanks, though.

    השבמחק