יום ראשון, ספטמבר 18, 2005

הײַנטיקע קינדער

כ´האָב לעצטנס (אַ ביסל פֿרי) געזונגען מיטן מיידעלע אַ באַליבט שׂימחת־תּורה־ליד, וואָס גייט אַזוי:

אַ פֿאָן, אַ פֿאָן
אַ פֿאָן מיט אַ ליכטל
אַ פֿאָן מיט אַ ליכטל און אַ רויטן עפּל
טאַנץ מיט דער תּורה, אַ געזונט אין קעפּל

און אַזוי ווײַטער. מסתּמא קענט איר דאָס. ס´מיידעלע האָט געזאָגט „נאָך! נאָך!“ און כ´האָב זיך געגעבן אַ פּאַטש אין בײַכל וואָס ס´וואַקסט אַזאַ ייִדיש קינד בײַ אונדז אין שטוב.

דערנאָך האָב איך זיך געכאַפּט אַז זי מיינט אַז מיט „פֿאָן“ בין איך אויסן אַ צעלפֿאָן, וואָס איז באמת איינע פֿון אירע באַליבטסע זאַכן אויף גאָר דער וועלט. נו, אײַל טייק וואַט אײַ קען געט.

3 תגובות:

  1. אנונימי11:51 PM

    וואס מאכט איר ר' שלום? צו וועלכע אימעיל קען מען דיר שיקן? און פון וואו דו וועסט צוריקשיקן...

    השבמחק
  2. שיק צו zackarysholemberger at gmail dot com

    השבמחק