יום שלישי, אוגוסט 30, 2005

איסרו־ייִדיש־וואָך

צוריקגעקומען פֿון דער ייִדיש־וואָך איז מען פֿול מיט התלהבֿות און שעפֿערישקייט, די אויערן אָנגעגאָסן מיטן באַטעמטן קלאַנג פֿון יונגע ייִדיש־קולכלעך. געטראָפֿן זיך מיט מענטשן וואָס זײַנען אַזוי ווי זיך נאָר אין דער זעלבער צײַט – אַנדערש. די שפּראַך, די יהדות האָט מען בשותּפֿות נאָר לאַוו־דווקא יעדן פּרט. און דאָס איז געזונט, פֿריש, און – ייִדישלעך.

3 תגובות:

  1. שלום עליכם. איר זאָלט האָבן געפועלט אַלעס גוטס. ס´זענען דאָרט געווען שטרײַמלעך אָדער סתם חרדים? אפשר ווילט איר דערציילן דער סאָרט קיבוץ וואָס פאָרט אַהין.

    השבמחק
  2. אנונימי12:18 AM

    וואס איז טייטש: "מענטשן וואָס זײַנען אַזוי ווי זיך נאָר אין דער זעלבער צײַט – אַנדערש" אויב איר קענט, ביטע, ערקלערן בלשון בני-אדם

    השבמחק
  3. מיט אַנדערע ווערטער ־ מענטשן וואָס זײַנען אַזוי ווי איך נאָר אַ ביסל אַנדערש. פֿרומע ייִדן נאָר פֿרום אויף אַן אַנדער אופֿן, ייִדישיסטן, אָדער סתּם עמך ייִדיש־רעדערס, נאָר אַן אַנדער מין ייִדיש, און אַזוי ווײַטער. אויף דײַן אָנפֿרעג, קטלא, וועל איך זיך אי"ה אָפּרופֿן שפּעטער אַ ביסל. אַ גוטע וואָך!

    השבמחק