יום שישי, אפריל 08, 2011

אַרױס אַ ליד מײַנס אין אַ פֿריש-געבאַקענעם זשורנאַל...אונטערן אױפֿזיכט פֿון יאָשקע?!


אַ מעשׂה

אויסזאָגן וועל איך דיר
אַ סאָד.
ערגעץ וואַרטן עפּל
מחוצן שטיקל
פּאַפּיר.
עסטו ניט,
וואַקסן זיי
ווײַטער.
עסטו יאָ,
ווערסטו
זאַטער.
עפּעס וועט דערפֿון
אַרויס.
איז די מעשׂה
גאָרניט
אויס.

יום חמישי, אפריל 07, 2011

אויפגעציטערט

היינט געדאוונט מנחה מיטן מנין אין שפיטאל. זאגט איינער, "געהערט וועגן נייעם ערדציטערניש אין יאפאן?"

זאגט דער רב - "אונטיל דעי לעט דאז בויס אוט".

"דאז בויז" זיינען די נארקא-שליחים וואס זיצן איצט אין א יאפאנישער טורמע. מע האט זיי כשר אריינגעישבנט.

זאגט א צווייטער, "דער ר"ן זאגט אז דער שטראף ווערט אראפגעשיקט דארט וואו ס'ליגט די רישעות."

"צוליב דעם," האב איך א פרעג געטאן, "האבן געדארפט אומקומען טויזנטער יאפאנער?"

ווי ר' דוד ווייס-הלבני האט געזאגט, "כ'קען ניט דאוונען מיט וועמען כ'רעד, און כ'קען ניט רעדן מיט וועמען כ'דאוון."

יום שני, אפריל 04, 2011

דער ייִדישער לערער-סעמינאַר

עס װעט אױך הײַיאָר געשען אונטערן חותם יוגנטרופֿס. נאָך פּרטים דאָ.