יום חמישי, מרץ 31, 2011

ניט אַ הײַנטצײַטיקער מדרש



צווישן פֿענצטער, וווּ איך זיץ, און גאַס, וואָס איך באַקוק, באַקומט זיך אַ רעגן וואָס הייבט זיך אָן מיט איין טראָפּ. ווי אַן
אָרקעסטער מיט אַן איינציקן טאָן.

דער טראָפּ האָט זיך געשלאָגן מיט דער דעה אויף מײַן שויב און שטיל אַ פֿרעג געטאָן - נו, חבֿרהמאַן, וואָס ווײַטער?

האָב איך פּונקט אַזוי שטיל, נאָר צוויי מאָל אַנטשלאָסן, אָפּגעפֿרעגט דעם שאַבלאָן וואָס די נאַטור איז עפּעס אַ משל און דער נימשל - די מענטשלעכע עמאָציעס.

כ´האָב זיך אַ קער געטאָן צו אַ חבֿר וואָס זיצט מיט מיר אין דעם צימער.

נו, ברודערקע”-סתּם אַזוי אַ זאָג געטאָן - “נודנע. עס רעגנט”.

האָט אַ בליץ כּהרף-עין אַ שפּליטער געטאָן דעם שויב און אונדז ביידן צעשמאָלצן די פּנימער אויפֿן אָרט.

איצט פֿאַרדינען מיר טאַשנגעלט ווי זאָמביס. און דער רעגן, דער בעסטער שפּיגל וואָס די וועלט האָט ביז אַהער דערפֿונדען, לאַכט און לאַכט אין די גלעזערנע פֿויסטן פֿון דער ציוויליזאַציעס גלאָזשטיקער.

יום חמישי, מרץ 24, 2011

דער ערוך-השולחן אויף שבת, פסח און שבת-הגדול


צוגעבן דארף מען, אז שבת איז באמת אפהענגיק אין פסח, און פסח אין שבת. ווייל שבת איז דער צייכן פון וועלטס-באנייונג, און פסח איז דער צייכן פון השגחה און ליבשאפט צו ישראל. און איינער אן דעם צווייטן - איז גארניט, אוודאי. דערפאר האט דער אייבערשטער באלד נאך יציאת מצרים געגעבן אונדז שבת, און ניט געווארט אויף מתן-תורה. ווייל פסח נייטיקט אין שבת, און שבת נייטיקט אין פסח. דערפאר רופט מען דעם שבת "הגדול", ווייל אין דעם איז הקודש ברוך הוא פארגרעסערט געווארן, ווייל בלויז דורך וועלטס-באנייונג ווערט אויסגעקלארט זיין השגחה, געבענטשט זאל ער זיין. און מיר אויך זיינען פארגרעסערט געווארן, ווייל ער האט אונדז אויסגעקליבן פון אלע פעלקער. צוליב דעם טאקע רופט מען אים "גדול."

א שפראכיקע באמערונג וועגן טרייענגל-פייער

אז איר גיט א קוק אויפן נייעס-קאפ אין פארווערטס פון דעם גורלדיקן אומגליקס-טאג, וועט איר זען, אויפגעשריבן אויף קידוש-לבנה-אותיות, אט וואס:
ניט קיין סיבה, נאר א ווילדער מאסענמארד איז דאס געווען.
א מאל, הייסט עס, און דאכט זיך מער ניט, האט מען געזאגט "סיבה" פאר "אומגליק/עקצידענט". גענוג פארשפרייט אז דער פארווערטס האט דאס געקענט ניצן פארן ברייטן עולם.


יום רביעי, מרץ 23, 2011

אַ מעשׂה

אויסזאָגן וועל איך דיר
אַ סאָד.
ערגעץ וואַרטן עפּל
מחוצן שטיקל
פּאַפּיר.
עסטו ניט,
וואַקסן זיי
ווײַטער.
עסטו יאָ,
ווערסטו
זאַטער.
עפּעס וועט דערפֿון
אַרויס.
איז די מעשׂה
גאָרניט
אויס.

יום שישי, מרץ 18, 2011

ווען די באבע וואלט געהאט...

ווען איר וואלט געוווינט אין שושן-הבירה, וואסער העלד פון דער פורים-מגילה וואלט איר געווען? איך, מסתמא, איינער פון די פשוטע פרעסערס-און-זויפערס ביים גרויסן "דינער" אחשוורושעס. 

סיי ווי סיי - א פריילעכן פורים!

יום חמישי, מרץ 17, 2011

השבת-אבדה?

חברה, כ'פלעג האבן א בלאג ביי ישראבלאג אונטערן נומער 5801, אונטערן נאמען (אוודאי) "שלום בערגער". דאכט זיך אבער אז א סך לינקס מיינע אויף דעם בלאג צו יענער אלטער סחורה זיינען שוין ל"ע טויט. האט עמעצער אן עצה ווי אפצוראטעווען די שרייבעכץ?

אַ ליד לזכר דעם טרײַענגל-פֿײַער

מזל-טובֿ לייזער בורקאָ צום געווינען די פּאָעזיע-פּריז בײַם פֿאָרווערטס לזכר דעם טרײַענגל-פֿײַער. איך קוק אַרויס צו זען דאָס ליד! דאָ ווײַטער גייט מײַן פּרוּוו. (מײַן ענגליש ליד קען מען זען דאָ.)


געשפּרונגען

באַלעבאַטים -- ייִדן, נאָר מע קען אױסקומען.
פיידע ניט שלעכט, כאָטש טויב קען מען ווערן.
יונגע חבֿרה, פֿאַרסאַזשעטע פֿענצטער.
איין מאָל מיט אַ שוועבל - אַ קוויטל באַקומען.

מיט דער פֿאַמיליע אין עטלעכע רומס.
אַ גאַנצן טאָג די קאַקאַמײַקעס הערן.
אַזוי בגנבֿה: “האָסט אַ פֿײַער?” “גערן.”
משוגע נאָך אַ טענצל מיט די בחורים.

איך הער שוין: עס שפּרינגען אונטער ווענט.
דער פֿלאָר איז הייס ווי - ניין, געוואָרן פֿײַער.
אין דער היים אַ באַלרום קלייד, געדונגען.

דער טעלעפֿאָן. נאָר לויפֿן ניט געקענט.
טאַנצן - זאָגט סיידי - זיך לערנעןן איז גאָר ניט טײַער.
זיך פֿאָרגעשטעלט אַ טאַנצסאַלאָן. געשפּרונגען.

יום חמישי, מרץ 03, 2011

"אינדרויסן איז גארנישט בעסער און מזעהט טאקע ביי די פרייע וועלט אז זייער הארץ ווערט גיכער צובראכן ווי ביי די פרומע וועלט"

װי אָפֿט מאָל איז דער פּירוש אינטערעסאַנטער װי דער פּסוק. אַן אױסצוג:
אויך דא דאס וואס דו ביזט פרום איז די זעלבע זאך ווי דו וועסט זיין פריי סהארט קיינעם נישט און אויך נישט דיינע עלטערן ווען דו וואלסט געווען מסודר אויף א אנדער סיסטעם די גאנצע פראבלעם וואס אויבט זיך אן איז ווייל דו גייסט ארויס אויף דער וועלט מיט פארמאכטע אויגן דו קלערסט נאר אז סוועט דיר זיין בעסער.. און דאס וועט צורייסן אלעמען ארום דיר דיין רעבעצן און דער עיקר דיינע עלטערן... סאיז פונקט אזוי ווי ווען אונז זענען געווען קינדער און מהאט פארמאכט די אויגן ווען מאיז געפארן אויף די באס און מהאט זיך געפילט אויף א עראפלאן..אבער ווען מהאט געעפנט די אויגן צוריק האט מען געזען אז מזיצט אויף דעם זעלבן באס..
זיכער קען דאָס האַרץ צעברעכן זיך אַזױ גיך בײַ אַ פֿרײַען װי אַ פֿרומען. שולדיק זײַנען מסתּמא די אַזיִאַטישע.

דערהיינטיקונג: מסתמא האט איר שוין געלייענט די ווונדערלעכע אפרופן קטלאס, נאר טאמער ניט...לויפט אהין.