יום רביעי, ינואר 26, 2011

נידער מיט דער דערװאַקסנשאַפֿט

נידער מיט דער דערװאַקסנשאַפֿט, האָט געשריגן דאָס ייִנגל מיטן ציכטיק-רײנעם פּענעמל. נידער! זײַן לשון איז געװען פּערפֿעקט. קײן פֿעלער נישט, קײן פּגם. װי פֿריש פֿון ביכל אַרױס. כ'האָב אים קױם קױם פֿאַרשטאַנען.

האָט אַ צװײטע ייִנגל אים גיך צורעכט געמאַכט און אָפּגעראַמט פֿון װעג. אַ דערשטיקט געשרײ האָט זיך פּלוצעם דערהערט, אַ כיק פֿון אַ דורכחלפֿטן העלדזל. איז אױסגעװאַקסן דאָס ייִנגל פֿאַר מיר אין װעג, און אַרױסגעשטרעקט אַ האַנט. אַ גוטן רב ייִד!

אַזױ כּסדר. אַ ייִנגל זיך פּאָיאַװעט, אַ ייִנגל אָפּגעראַמט. אַ ייִנגלשע באַגריסונג, אַ ייִנגלשע געװײן. און באַלד אַ גאַנצע רײ קערפּערלעך אױפֿן װעג, עלעהײ ברוקשטײנער, סאָװעטישע, איבערגעניצעװעטע מצבֿות.

װען איר זאָגט: מעלאָדראַמאַטיש, װאָלט איך צוגעשאָקלט. װען איר זאָגט: סענטימענטאַל, װאָלט איך צוגעבאָמקעט און אונטערגעברומט אַ ניגון דערצו. װען איר זאָגט: פֿאַלש װאָלט איך אָבער אופֿגעהױבן אַ האַנט און געזאָגט בפֿני נכתּבֿ, בפֿני נחתּם. מיט מײַן פּנים געזען, אױף מײַן לײַב אָנגעשריבן. אױף דעם װעג גײ איך. אױף דעם װעג טאַנץ איך. אױף דעם װעג צי איך זיך אױס װי אױפֿן צדיקס קבֿר און שלאָף זיך אױס - אַ מחיה - בשעת די װעלט שרײַט און װײנט מיט בערישע קלאַנגען.

יום שני, ינואר 17, 2011

אַ קליינער אויסצוג פֿון מאַרטין לוטער קינגס "איך האָב אַ טרוים"-רעדע

פֿון זײַן באַוווּסטער רעדע אָפּגעהאַלטן דעם 28סטן אויגוסט 1963 אין וואַשינגטאָן.

אייביק מוזן מיר פֿירן אונדזער קאַמף אויפֿן הויכן פּליין פֿון ערלעכקייט און דיסציפּלין. מיר טאָרן ניט דערלאָזן אַז אונדזער שעפֿערישער פּראָטעסט זאָל זיך דעגענערירן אין פֿיזישער רציחה. אָבער און ווידער מוזן מיר שטײַגן צו די דערהויבענע הייכן פֿון טרעפֿן פֿיזישן כּוח מיט נשמה-כּוח. דער וווּנדערלעכער נײַער מיליטאַנטישקייט וואָס האָט אײַנגעשלונגען די נעגער-גאַס טאָר ניט דערפֿירן צו אַן אומצוטרוי פֿון אַלע ווײַסע מענטשן, וואָרן אַ סך פֿון אונדזערע ווײַסע ברידער, ווי עס ווײַזט זיך אַרויס פֿון זייער הײַנטיקן בײַזײַן, זעען שוין אײַן אַז זייער גורל איז געקניפּט און געבונדן מיט אונדזער גורל. זיי זעען שוין אײַן אַז זייער פֿרײַהייט איז ניט אָפּצובינדן פֿון אונדזער פֿרײַהייט. מיר קענען ניט גיין אַליין....

...

און וועס דאָס פּאסירט, ווען מיר לאָזן פֿרײַהייט קלינגען, ווען מיר לאָזן זי קלינגען פֿון יעדן דערפֿל און שטעטל, פֿון יעדן שטאַט און יעדער שטאָט, וועלן מיר קענען פֿאַרגיכערן דעם טאָג ווען אַלע קינדער פֿון אייבערשטן, שוואַרצע און ווײַסע, ייִדן און גוייִם, פּראָטעסטאַנטן און קאַטויליקער, וועלן קענען געבן זיך די הענט און זינגען מיט די ווערטער פֿון יענעם אַלטן נעגער-זמר, דערלעבט די פֿרײַהייט, דערלעבט די פֿרײַהייט, אַ לויב זײַן ליבן נאָמען, דערלעבט די פֿרײַהייט!

יום שישי, ינואר 07, 2011

א פריילעכן ערב מארטין לוטער קינג טאג

טייערע חברים,

ניט יעדער איז דאכט זיך באקאנט מיט עלעמענטארע מאדערנע באגריפן פון ראסן-טאלעראנץ. איז אט - מיר זיינען אלע, "שווארצע, ווייסע, ברוינע, געלע" באשאפן געווארן בצלם אלוקים (אדער, אויב איר גלייבט ניט, גלייכע מענטשן מיט גלייכע רעכט). קיינער וויל ניט באשריבן ווערן ווי א שקלאף אויף די שפאלן פון א וויכטיקן יידישן בלאט.

איך ווייס אז קיינעם פון מיינע לייענערס קען מען ניט באצייכענען ווי א ראסיסט, נאר טאמער האט איר חברים אזעלכע, לערנט מיט זיי קמץ-אלף-א פון דער מענטשלעכקייט און יידישקייט. 

א גוטן שבת!

יום חמישי, ינואר 06, 2011

"וואָס קאָן מען טאָן איז תמיד גרינג צו זאָגן"

קוואַזי מוסר

ס'איז היינט אַ שוואַרצער טאָג
פון פעסט פאַרקלאַפּטע טירן
אַיעדערער פאַרשפּאַרט זיך
אין זיין שטאַל
און טאָמער וועט אין דרויסן
עמיץ טאָן אַ פאַל
וועט זעלטן ווער די הענט צעפירן
כאָטש מוסר־זאָגערס, עצה־געבער
האָט מען גאָר א שלל

נאָר קומען וועט דער טאָג
ווען הערצער ווערן אָפן
אי אינעווייניק
אי פון דרויסן
פון גרויסער ליכט באַשטראַלט
און טאָמער וועט דאַן עמיצער
די וואונדער־ליכט פאַרשלאָפן
פאַרפעלט ער ביידע וועלטן
איבעראַל

און דו, מיין ליבער פריינד, הער אויף
צו קלאָגן
אַ שיינע וועלט, אַ מיאוסע וועלט –
ס'איז אַלץ עגאַל
וואָס קאָן מען טאָן
איז תמיד גרינג צו זאָגן
נאָר ווייטער טאָן און זאָגן
בלייבט נאָך אַלץ
דער כלל