יום ראשון, יוני 29, 2008

יום שני, יוני 23, 2008

עצות

עצות פּלייצעס
עצי זיתים
האַלט די לייצעס
מיט די ביצים.

עוזר דלים
העלף מיר גיכער.
גבֿר דאלים
זײַ ניט פּישער.

קינדער וויינען
פֿעלט מיר טישוס.
זײַ מיר לייזונג
פֿאַר מײַנע אישוס.

יום ראשון, יוני 22, 2008

אָבער...אָבער איך בין דאָך אַ ייִדישער יענקי!

יענער אייב-קאַהאַניזם [...] האָט סיסטעמאַטיש אײַנגעוואָרצלט געשמאַקלאָזיקייט, געמאַכט אַ קולט פֿון רעפּאָרטאַזש, געשטעלט פֿאַר אַ מוסטער דעם דרעקיקסטן רעאַליזם, צוגערויבט בײַם אַמעריקאַנישן ייִד זײַן לשון פֿון דער אַלטער היים און דורכגעפֿאָרסירט אַ באַרבאַרישן קוידערוועלש, אַן אמתן זשאַרגאָן, מוקצה מחמת פּאַסקודסטווע, הפֿקרדיק און פֿינצטער ווי די איבערגעדרייטע נשמה פֿון אַ ייִדישן יענקי.
-אַהרן צייטלין, אין אַ בריוו צו יוסף אָפּאַטאָשו דאַטירט נאָוועמבער 12, 1930
פֿון ברשות-הרבים און ברשות-היחיד, אַהרן צייטלין און די ייִדישע ליטעראַטור, יחיאל שיינטוך, רעד'

יום שבת, יוני 21, 2008

אַנדערע שפּיטעלער אין פֿאַרגלײַך מיט מײַמאָנידעס: צרת רבים חצי נחמה

ווען איך האב געלייענט די פרטימדיק און העכסט אינטערעסאנט ארטיקל אין צייטשריפט פ' במדבר וועגן מיימאנידעס שפיטאל, זיינע דורכפאלן און שטרעבונגען, האב איך זיך געזאגט "איך קען דעם שפיטאל." שלעכטע איבערלעבונגען מיט די נוירסעס, דאקטוירים וואס זיינען צו פאריאגט קעיר צו נעמען אויף א ריכטיגן אופן, אן עמערדזשענסי רום פול געפאקט מיט מענטשן - דאס זיינען מיר גוט באקאנט.

דער אונטערשייד איז, וואס איך האב קיין מאל ניט געארבעט אלס דאקטער ביי מיימאנידעס. ניין, איך ארבעט ביי ען-וויי-יו, דווקא איינער פון די שפיטעלער וואס מע האט אנגעגעבן ווי א קאנטראסט, א "בעסערער שפיטאל פון מאנהעטן" אקעגן דעם היימישן, כאטש צווייט-ראנגיקן מיימאנידעס.

נאר ניט געקוקט אויף דעם וואס כ'ארבעט ניט אין מיימאנידעס, קען מיין איבערלעבונג ביי ען-וויי-יו ווארפן א געוויסע ליכט אויף די פראבלעמען פון שפיטעלער היינטצוטאג, און ווי אזוי מע קען זיי מתקן זיין. .לאמיר זיך פארשטעלן: כאטש איך בין ניט קיין היימישער איד כ'בין יא שומר מצוות מיט דרך-ארץ פאר און פריינדלעכע באציונגען מיט א סך היימישע אידן. כידוע זיינען א צאל היימישע פאציענטן ביי ען-וויי-יו און כ'האב אפטמאל געהאט די זכ' זיי צו באהאנדלען.

כדי א ביסל מלמד-זכות זיין אויף א שפיטאל לאמיר פרואוון איבערגעבן פון א דאקטערס שטאדנפונקט די פראבלעמען וואס שטייען פאר אים יומם-ולילה. אז מ'איז "אָן קאַל" (אויף משמרת) ביי עמערדזשענדי רום איז א פרייע רגע און א ווינקל וואו אפצואטעמען ממש א יקר-המציאות. כסדר שטראמען זיי אריין, מיט וויי-געשרייען, פארבלוטיקטע קעפ, פרעמדע לשונות - טייל שיכור, טייל פארטויבט פון דראגס, און רוב מאל אן אינשורענס. דער דאקטער איז איבערגעלאדן, אויסגעשלאגן, און - מיט איין מאל - מחויב צו זיין קאמפעטענט, סענסיטיוו, געדאנקלעך.

אין מיטן דערינען, די פאמיליעס וואס שטייען אויף דער וואך. זיי גיבן אכטונג, זיי זיינען גאטספארכטיקע אידן, נאר טייל מאל - איר זאלט מיר מוחל זיין - פלאנטערן זיי זיך אונטער די פיס. אז איך זאג אז קיין בעט איז ניט עוויילאבל פון וואנען זאל איך פלוצעם ארויסציען פון ארבל א ליידיגן בעט? א כישוף-מאכער בין איך ניט! און א כשר סענדוויטש וואלט איך געוויס געוואלט ברענגען, נאך אפענדיקן מיט צען אנדערע חולים מסוכּנים.

איר האט אפשר באמערקט אז כ'האב די פאציענטן גערופן "זיי." "נאך עפעס א פאציענט",ווי מע האט דאס פארמולירט אין ארטיקל, איז ניט ווייט פון דער אמתער באציונג פון א דאקטער וואס ארבעט לאנגע שעהען, פארפלייצט פון א ים קראנקע. מע הייבט אן אוודאי מיט די בעסטע כוונות, מיט "מיסטער" און "מיס",מיט "פליס" און "טענק יו", נאר פאר א סך דאקטוירים ווערט דאס צו שווער אנצוהאלטן.. דער חולה ווערט א פאציענט און דער פאציענט ווערט ניט מער ווי א קראנקייט אן א נשמה.

מיט איין וויכטיקן פונקט פון ארטיקל מוז איך זיין מחולק. מע האט ארויסגעבראכט די פארשפרייטע השערה, אז נאר די נוירסעס זיינען אחראי פאר ארויסווייזן סענסיטיווקייט און קעיר נעמען פון די פאציענטן. דאס איז אן אלטמאדישער מהלך פון דער מעדיצין. היינט פארשטייען וואס מערערע שפיטעלער, אז אויך די דאקטוירים זיינען מחויב צו זיין פריינדלעך און מענטשלעך. זייערע קענטענישן זיינען ניט אלץ.

דערפאר פרואוון היינט די שפיטעלער (און כ'בין זיכער אז אויך מיימאנידעס איז איינער פון זיי) צו טוישן זייער אייז-קאלטן אימאזש, צו ענטווילקען א ווארעמע פערזענלעכקייט.

אוודאי זיינען רוב שפיטעלער ענלעך. נאר אינעם צייטשריפט ארטיקל האט מען געשטעלט די פראגע, וועלכע זיינען בעסער?

די צרה איז, וואס פון א דאקטערס שטאנדפונקט איז גארניט אזוי פשוט צו געבן אן ענטפער. וואס מיינט עס צו זאגן אז שפיטאל פלוני איז "בעסער" פון אלמוני? אז ווייניקער חולים שטארבן אין פלוני? דאס קען פשוט מיינען, אז די חולים וואס זיינען אריין אין פלוני זיינען געווען געזינטער לכתחילה ווי די חולים פון אלמוני. אז זיי בלייבן ניט אזוי לאנג אין שפיטאל? קען זיין אז זייער אינשורענס האט ניט געדעקט אזוי פיל טעג. אז די פאציענטן זיינען מער צופרידן פון איין שפיטאל ווי פון צווייטן? דאס איז א מעגלעכקייט, נאר נאך א מאל קען זיין אז איין שפיטאל האט פשוט צוגעצויגן די פאציענטן וואס רעדן זיך אפ מער.

אויב די פראבלעמען פון מיימאנידעס זיינען ניט אזוי אנדערש ווי פראבלעמען פון ען-וויי-יו, און ס'איז ניט אזוי לייכט אונטערצושיידן די שפיטעלער, ווי אזוי זשע קען מען פרואוון מאכן א תיקון-שלם? ווי אזוי קען מען לייזן די פראבלעמען?

לאמיר נעמען צום ביישפיל דעם הויפט-פראלבעם וואס מע האט דערמאנט אין ארטיקל - די עמערדזשענדי רומס. פאר וואס זיינען זיי אלע מאל געפאקט? פאר וואס דארף מען טאקע ווארטן אזוי לאנג? אוודאי (ווי איין עסקן האט געזאגט) איז דאס א פאקט, נאר ס'איז א פאקט וואס מע קען אפשר טוישן. זיי זיינען געפאקט ווייל מיליאנען מענטשן אין אמעריקע האבן ניט קיין אינשורענס און מוזן ניצן די עמערדזשענסי רומס ווי סתם דאקטער-אפיסעס. אייער באבע וואס האט ר"ל צעבראכן איר היף אין עלטער פון 95 יאר דארף מסתמא ווארטן דריי שעה ווייל א 25-יאריקער בחור קומט אריין מיט א פארקילונג...

ווי פארריכט מען דאס? ווי געזאגט בין איך ניט קיין היימישער איד, נאר פארשלאגן קען איך צוויי ברירות. איינע וואלט געווען אויפצובויען א געזונט-סיסטעם פון דאס ניי, נאר געאייגנט פאר היימישע אידן. די צווייטע וואלט געווען אפצוגעבן זיך א דין-וחשבון: אויב גויישע ארעמעלייט פעלט אינשורענס, וועט דאס בלית-ברירה ווירקן אויפן קוואליטעט פון די עמערדזשענסי-רומס, אפילו פון היימישע שפיטעלער (ווייל עמערדזשענסי רומס דארפן באהאנדלען יעדן איינעם). וואלטן היימישע אידן אפשר געדארפט זיין פאראנטווארטלעך אויך פאר דעם "געזונט" און דעם גאנצן מהלך פון מעדיצין אין אמעריקע.

בקיצור: 1. דאס ארטיקל איז גערעכט! אומעטום איז שלעכט.

2. זייט ניט מייאש! מיימאנידעס איז מסתמא ניט ערגער פון אנדערע פלעצער.

3. חזקו ואמצו! העלפט אויסברייטערן אינשורענס אין אמעריקע. די עמערדזשענסי רומס וועלן זיך אויסליידיקן, אן מע וועט קענען בעסער קעיר נעמען פון אייערע באבעס

יום שני, יוני 16, 2008

שיבֿת ברוקלין

אַ פֿאַרפֿאָרענער היימישער איד זוכט אַ דזשאַב.

יום ראשון, יוני 15, 2008

שיִער ניט פֿאַרגעסן

אַ כּשרן און פֿריילעכן בלומסדיי!

(האָב איך שוין דערמאָנט אַז מײַן פֿאַנטאַזיע - איינע פֿוּן זיי - איז איבערצוזעצן יוליסעס אויף מאַמע-לשון?)

איך וויל ווייניק

ברויט
לעבן אָן ענד
שטאַרקע הענט
געקענסלט טויט.

נאָר דער וועג צום לויטער
פֿירט דורך די טײַוולאָנישע גבֿעות
די הימלהויכע.

פֿרײַטיק-צו-נאַכטס אינעם ביקור־חולים־צימער

ס'איז מאָדנע צו פֿילן אַ חובֿ צו אַ גרו­פּע וואָס מ'איז ניט מסכּים מיט איר וועגן די יסודות פֿון איר השקפֿה. אַזוי אָבער איז דער פֿאַל מיט סאַטמערער חסידים און זייער ביקור-חולים צימער אין דעם שפּיטאָל, וווּ איך אַרבעט. ניט דער עיקר צוליב דעם, וואָס די פֿרויען וואָס פֿירן אָן דערמיט, שטעלן צו, אומזיסט און פֿאַר צדקה-צוועקן, הייסע שבת- און וואָכעדיקע מאָלצײַטן פֿאַר פּאַציענטן און דאָקטוירים, נאָר אויך דער­פֿאַר, וואָס אין דעם צימער (וווּ איך האָב שוין פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט בשעת מײַנע טרענירונג-יאָרן ווי אַ רעזי­דענט-דאָק­טער) טרעפֿן זיך פֿאַר­שיידענע שיכטן פֿון דער פֿרומער ייִדישער קהילה וואָס באַ­גע­גענען זיך זעלטן.

יום שישי, יוני 13, 2008

גיור און הצטרפות

לייענט דאָס אַרטיקל אין האָרץ, וווּ רות גביזון לייגט פֿאָר אַ פֿאָרמעלע "פֿאָלקס-מיטגלידערשאַפֿט" (הצטרפות) צו עם-ישׂראל, באַזונדערש און אַנדערש פֿון גיור. דאָס לייגט זיך שטאַרק אויפֿן שׂכל. אין ישׂראל (ווי אויך אין תּפֿוצות) זײַנען דאָ די, וואָס ווילן צושטיין צום ייִדישן פֿאָלק כאָטש ווילן ניט בינדן זיך צו דער ייִדישער תּורה אָדער די מיצוות. בעסער צו עפֿענען די טויערן וואָס ברייטער - דאָס פֿאָלק וועט דערמט (לשיטתה) נאָר פֿאַרשטאַרקט ווערן.

איך זע אָבער צוויי קאָמפּליקאַציעס. ערשטנס, כ'האָב אַ חשד אַז מיטן עם ישׂראל מיינט זי דערעיקר (אָדער בלויז) ישׂראלים וואָס ווילן אויך זײַן יהודים. וואָלטן די בני-תּפֿוצות געווען אויסגעלאָזט.

צווייטנס, רעדט זי (אָן אַ זײַט) וועגן דעם וויסן וואָס מע וואָלט געדאַרפֿט באַהערשן כּדי אַרײַנגענומען צו ווערן ווי אַ מיטגליד פֿון פֿאָלק. דאָס באַשטימען די נייטיקע יסודות וואָלט געווען היפּש שווער און מסתּמא שטאַרק צוגנייגט צו אַ ציוניסטישן באַגריף פֿון פֿעלקערשאַפֿט...

יום חמישי, יוני 12, 2008

דער אמת איבערן אַמעריקאַנער געזונט-סיסטעם

איך האָב ניט דערמאָנט באַצײַטנס און ס'איז שוין עבֿר-זמנו, נאָר מילא. אַ לעצטיקער נומער פֿון די צײַטשריפֿט האָט געשריגן אויף דער הילע פֿון אויבן-אָן:
דער אמת
איבער מיימאנידעס
מעדיקעל
צענטער

עסקנים און צענדליקער געוועזענע פאציענטן באקלאגן זיך צו צייטשריפט איבער די נעגאטיווע באהאנדלונגען אין דעם בארא-פארקער שפיטאל - טייל עסקנים זאגן אז אנדערע שפיטעלער זיינען גארנישט בעסער - וואס קענען מיר טון צו פארבעסערן די סיטואציע?
אָז מע לייענט איבער דעם גאַנצן מאמר, אַ צען-פֿופֿצן זײַטן (פֿאַרשפּאָר זיך די טירחה, כ'האָב עס שוין געטאָן) איז די הויפּט-טענה קלאָר: דער עמערדזשענסי-רום איז בײַ מײַמאָנידעס געפּאַקט, ממש אָנגעפּראָפּט מיט חולים, און מע דאַרף וואַרטן ביז אַחרית-הימים מע זאָל געזען ווערן.

איך גרייט צו (מיט דער הילף פֿון אַ חבֿר) אַן אָפּרוף אויף יענעם שטיקל. דאָ אָבער קען איך זײַן ווייניקער טאַקטפֿול: גוט שבת! די פּראָבלעם מיט מײַמאָנידעס איז די זעלבע מיט אַלע אַמעריקאַנער גרויס-שטאָטישע שפּיטעלער. מע פּאַקט די אי-אַרס ווײַל מע האָט ניט פֿאַרזיכערונג און ניט גענוג צוטריט צו אַלגעמיינע דאָקטוירים, ניצט מען די גיכע הילף ווי זייער פּריוואַטע קליניק.

איז, מײַנע ליבע חרדישע פֿרײַנד, איר האָט אַ ברירה. אָדער זײַט ריינע "אויסטריט-געמיינדע"ניקעס און שאַפֿט זיך אַ "ריינעם, היימישן" שפּיטאָל פֿוּן דאָס נײַ (הצלחה!) אָדער גיט זיך אָפּ אַ דין-וחשבון אַז אַפֿילו העם בדד יושבֿ דאַרף מאַכן יד-אַחת מיט די וואָס ווילן פֿאַרריכטן דעם אַמעריקאַנער געזונט-סיסטעם. בקיצור: כּל-זמן איר העלפֿט ניט פֿיקסן דאָס צעבראָכענע, וועט אויך "אײַער" שפּיטאָל בלײַבן אַ שבֿרי-כּלי.