דאַכט זיך אַז אַ ביסל אַן אויפֿקלערונג איז נייטיק פֿאַר אייניקע.
אין בין יאָ אַ פֿרומער ייִד - בעסער געזאָגט אַז איך פּרוּוו זײַן אַן ערלעכער. כ'בין חלילה ניט קעגן חסידות, חסידים אָדער אַפֿילו חרדישקייט. וואָס יאָ, זייער דרך איז ניט פֿאַר מיר.
און כ'האַלט אויך ניט אַז אָרטאָדאָקסיע אָדער חרדישקייט איז אַן אידעאַל צו וועלכן איך טויג ניט צוליב מײַנע חסרונות, און ווען איך וואָלט זיך פּשוט באַמיט וואָלט איך געטויגט. כ'בין אַן אויסגעשפּראָכענער אלו-ואלוניק, אַ פּלוראַליסט וואָס האַלט אַז אונדזער מאָזאַיִקל קען נאָר האָבן אַ קיִום מיטן אָנטייל פֿון אַ צאָל (כאָטש ניט אַלע) שיטות: חרדים, ייִדישיסטן, ישׂראלים דתּי-לאומי, חרד"ל, מסורתּיים און חילונים, פֿרומע ייִדן איבערן גאַנצן ספּעקטרום אין איינעם מיט די דורכאויס וועלטלעכע.
איך האַלט אַז מײַן דרך פֿאַרמאָגט גוואַלדיקע מעלות, ווען ניט וואָלט איך געביטן. נאָר ס'איז ניט דער איינציקער.