יום שלישי, מאי 22, 2007

מורא

מע האָט מורא
ווען דער בורא
גיט די תורה.

אין דעם מויער
לאָזט דער בויער
אונדז אַ טויער.

ניין, איך האָב געגעבן די תורה

אַזוי זאָגט דאָס מיידל ווען איך דערצייל איר וועגן יום-טוב שבועות.

יום ראשון, מאי 13, 2007

שבת אין שפּיטאָל

געאַרבעט נעכטן אין דער פֿרי און כ'דאַרף קודם-כל זינגען אַ לויבגעזאַנג די נשי סאַטמער, וואָס מע האָט זיי צוגעטיילט אַ באַזונדער ביקור-חולים-צימער, מיט כלערליי שבת-עסנס און כלים. כ'בין אַרײַן נאָכן אָפּענדיקן מײַן שטיקל אַרבעט און געזוכט מײַן זעקל עסן וואָס כ'האָב געהאַט אַוועקגעלייגט פֿריִער אין פֿריזשידער.

דאָרטן שטייט אַ ייִד מיט אַ מיידעלע. "איר ווייסט ווו עס זײַנען ייִדישע מענטשן", פֿרעגט ער אויף ענגליש, ווײַל עס נודיעט מײַן מיידל."

"סתם ייִדן?"

"יאָ, מיסטער מענדעל אָדער מיסטער סטראַוס, וואַטעווער."

כ'האָב געזאָגט אַז כ'ווייס ניט, נאָר מסתמא וועלן זיי שפּעטער אונטערקומען.

"איר עסט טשאָלנט?"

"ניין, אַ דאַנק, כ'האָב דאָס אייגענע."

"ניין! עסט טשאָלנט און קוגל! לכבוד שבת קודש. מיט אַ פֿרישקייט." האָט ער זיך מטריח געווען און אַרויסגעומען כלערליי עסנוואַרג וואָס פֿאר די חולים, פֿיש און פֿליייש און אַז"וו. האַב איך זיך אונטערגעגעבן.

שפּעטער אַ ביסל קומט אַרײַן נאָך אַ ייִד, מיט אַ חסידישן לבוש, און פֿאַרפֿירט מיט מיר אַ שמועס וועגן מײַן בילדונג ון ווי לאַנג עס נעמט זיך אויסצולערנען אויף דאָקטער. אין מיטן דערינען פֿרעגט ער מיר:

"ווו קען מען גיין אין אַ קאָנסערוואַטיווער אָדער רעפֿאָרם טעמפּל הערן אַ שיעור?"

אַ רפֿואה שלמה אַלעמען.

יום רביעי, מאי 02, 2007

ראָבערטאַ ז"ל

הײַנט האָב איך געטראַכט וועגן מײַן פֿרײַנד ראָבערטאַ אָליווער ז"ל וואָס איז אַוועק אין דער אייביקייט שוין איבער אַ וואָך צוריק. זי שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ סך פֿון אונדזער קהילהס אייגנאַרטיקע מעלות.

1. זי איז געווען אַ ּּתורה-לייענערין.

2. זי איז -- און איך וויל דאָ קיינעם ניט באַליידיקן -- ניט "פֿרום" אין קיין איין-דימענסיעדיקן, "פֿרום-איז-אַ-גלח"-דיקן זין. זי האָט זיך צוגעאייגנט די מיצווה.

3. זי האָט געלערנט תורה שפּעטער אין לעבן און עס אַדורכגעפֿירט.

4. מער וועגן 2: ניט נאָר אַ מיצווה, נאָר אַ מיצווה וואָס יעדער ייִד איז בפֿרט ניט מחיוב צו טאָן, ס'איז דאָך אויף דער קהילה צו הערן די קריאה, נאָר קיינער מוז ניט אַרײַננעמען דעם יד אין האַנט אָרײַן. נאָך אַ סימן פֿון איר איבערגעבנקייט.

5. בײַ איר איז איר לייענונג ניט געווען קיין גרויסע גדולה, נאָר אַ ריכטיקע קריאה בכלל: דאָס יאָ.

6. זי איז געווען אַ גרושה, אַן אַרבעטאָרין, וואָס האָט אויפֿגעהאָדעוועט צוויי קינדער -- צוויי דערוואַקעסענע, גוטע נשמות.

יהי זיכרה ברוך!