יום שישי, מאי 26, 2006

אַ פֿריילעכן יום ירושלים

כאָטש איך בין ניט זיכער פֿאַר וואָס.

ס´איז אזוי. כ´שטיץ מדינת־ישׂראל בכלל. (איך האַלט זיך ניט פֿאַר קיין ציוניסט, ווײַל כ´וווין ניט אין ישׂראל. כ´בין גיכער אַ שטאָלצער גלותיסט.) כ´האַלט אויך אַז די ווידער־פֿאַראייניקונג פֿון ירושלים איז געווען אַרום און אַרום אַ פּאָזיטיווע זאַך.

נאָר אַ נס? דאָס ווייס איך ניט. אײַ, וואָס אַ גרויסע צאָל חשובֿע רבנים, סײַ אין 1967, סײַ הײַנט, האַלטן עס פֿאַר אַ נס? עס שיקט זיך אָבער אַז אין יענע צײַטן פֿון נײַ־אויפֿגעקומענעם נאַציאָנאַליזם, האָט מען געלאָזט פֿאַרמישן די יוצרות – מיליטערישע הצלחה מיט אַ נס־מן־השמים. און לע"ד זײַנען דאָס געפֿערלעכע יוצרות צו מישן, ווי פֿײַער און בוימל.

האַלט איך ניט אַז יעדע הצלחה פֿון דער מדינה איז אַ נס, פּשוט דערפֿאַר, וואָס די מדינה איז אַ ייִדישע.

צוריקגערעדט, איז שוין אַן אײַנגעפֿירטע זאַך אין מײַן קהילה צו פּראַווען יום ירושלים. האָב איך הײַנט געזאָגט הלל . . . אָן אַ ברכה.

יום שלישי, מאי 23, 2006

אָן קאָמענטאַרן. ממש אָן קאָמענטאַרן.

מיטוואָך אויף „אָפּראַ“
(פֿיר נ"מ, איי. בי. ס.)
אָפּראַ פֿאָרט מיט אלי וויזעל אין אוישוויץ.

וואָס הערט זיך? מע שערט זיך

כ´האָב קיין מאָל ניט געטרוימט אַז מײַן גאָלן זיך וועט זײַן נײַעס פֿאַר דער גאַנצער וועלט.

יום שלישי, מאי 16, 2006

צײַט

אַ סדר נומערן וואָס באַשרײַבן וווּ מיר געפֿינען זיך אין צײַט. צום בײַשפּיל, זאָגט מען אַז די צײַט איז עלף דרײַסיק. דאָס מיינט אַז פֿון די שעהען פֿון טאָג זײַנען שוין אַריבער פֿון זיי אַ ביסל מער ווי עלף. די נומערן העלפֿן זיך אָריענטירן אין דער שטראָם פֿון אַ וועלט וואָס קען צעמישן.

צי איז דאָ עפּעס צײַטלעך וואָס מע קען טאַפּן מיט די הענט? עפּעס וואָס מע קען טײַער האַלטן פֿון דער קעלט, שטריקן אַ שאַליקל, געבן אַ שיסל יויך, מיטנעמען אויף אַ חתונה, לאָזן טאַנצן אַ האָראַ?

געוויינטלעך רעדט מען וועגן דיר, צײַט, נאָר באַווײַזסט זיך אונדז ניט פֿאַר די אויגן, ווי אַ גוסס וואָס ליגט אויבן אין בעט, קוים זשיפּענדיק, בשעת די בינען קרײַזלעך זיך זשומענדיקערהייט צווישן די שמעקעדיקע ביימער.

דער פֿרימאָרגן איז בלויז אַ הקדמה צום מיטאָג איז בלויז אַ דורכגאַנג צום אָוונט איז מערניט אַ וואָרט פֿריִער צום שלאָפֿן גיין.

בכל דור ודור חייבֿ אָדם לראות את עצמו כּאילו ער איז אַ בלום וואָס האַלט אין ווערן אָפּגעריסן פֿון די הענט פֿון אַ געליבטן.

ניט בײַצײַטנס, ניט אין צײַט, ניט מחוץ דער צײַט, נאָר טיף אינעווייניק אין אינגעווייד פֿון צײַט, די צײַטקישקעס אַרומגעפּלאָנטערט אויפֿן האַלדז ווי אַ פֿליישיקער ליי.

אַ סדר אָרגאַנען וואָס די מקובלים פּרוּוון פֿאַרסכהכּלען צו רמח, כאָטש יעדער וואָס איז אַ מאָל קראַנק געווען ווייסט אַז דער קײַמא־לן איז גיכער אַן אין־סוף.

אַ סדר ווידערגעבוירנס און ווידער־גסיסות, צײַט, איז פֿאַרשריבן אין אונדזערע תּנכן. אויף די ווענט פֿון אונדזערע בריסט.

געפֿאָרן

אַ משכּן אויף רעדער.
די שויבן וויקלען אויף
אַן אימאַזשן־ווינדל
און דײַן שטעכיקער שנאָב
מלעט, דורך און דורך דער לופֿט
דעם אומבאַשניטענעם טאָג.

גמטריא

ל"ג בעומר = בלאָג בײַ מיר

יום שלישי, מאי 09, 2006

אַ נײַע אַנטאָלאָגיע פֿון סוצקעווערס לידער

איך קען ניט זיך ניט דערמאָנען אַ צײַט ווען איך זאָל זיך אַזוי האָבן דערפֿרייט איבער אַ ליטעראַרישע נײַעס, ווי איבער דער אַנטאָלאָגיע פֿון סוצקעווערס לידער אונטערן טיטל „כּינוס דומיות“ (אַ פֿאַרזאַמלונגען פֿון שטומקייטן). זיך דערוווּסט וועגן בוך האָב איך דורכן נײַעם נומער אויפֿן שוועל (אַליין כּדאַי צו קויפֿן און לייענען), וואָס נעמט אַרײַן אַ רעדע פֿון דוד ראָסקעס לכּבֿוד אַבֿרהם נאָווערשטערנס באַקומען פּראָפֿעסור.

בקיצור: כ´האָב זיך אַ לאָז געטאָן צום קאָמפּיוטער און צעבײַטלט זיך אויף דער סומע פֿון 66 ש"ח פּלוס שיקגעלט. אַפֿילו דאָס בוך נעמט אַרײַן נאָר איבערזעצונגען אויף עבֿרית, און די אַלע לידער האָב איך שוין אין זייערע אָריגינאַלן, איז כּדאַי צו לייענען די פֿאַרטײַטשן, וויסן ווי אַזוי פּאָעזיע אויף ייִדיש ווערט פֿאַרעבֿריתעט.