יום שני, ינואר 30, 2006

אַ בריוו אין אַלגעמיינער

אַ ייִד פֿון לאָס־אַנדזשעלעס האָט געשיקט אַ בריוו אין רעדאַקציע אַלגעמיינער זשורנאַל וועגן מײַן אַרטיקל אַ סדר אויף כינעזיש. ברענג איך עס דאָ ווײַטער. כ´דאַרף ניט זאָגן אַז כ´בין ניט מסכּים. פֿון קיינעם האָב איך ניט געלאַכט, ניט חוזק געמאַכט. פּשוט אויסגעדריקט מײַנע אייגענע מאָטיוואַציעס. וועגן זזײַן ווייניקער שטאָלץ און שטאַרק: קען זײַן, נאָר שטאָלצקייט און שטאַרקקייט זײַנען ניט די איינציקע מעלות פֿון די ביישנים און רחמנים.

לאַכט נישט פון דער אידישער עקשנות
חשובער רעדאַקטאָר:
שלום בערגער’ס אַרטיקל אין לעצטן נומער, אַ סדר אין כינעזיש, האָט מיר קלאָר געמאַכט די צרה מיט אַזעלכע שרייבער און דענקער וועלכע זענען פּוסח על שתי הסעיפים און ווייסן נישט ווער זיי זענען.
אויף אַ צינישן אופן טרייבט בערגער שפּאַס פון די חרדים וועלכע בייטן זיך נישט אין קיין שום אָרט נישט און בלייבן אַלעמאָל געטריי זייער מסורה. ער, קלערט ער אונז אויף, איז נישט אַזוי שטאָלץ און שטאַרק און ער גייט קיין כינע טאַקע זיך אויסלערנען פון די כינעזישע זאַכן וואָס ער ווייס נישט.
שלום בערגער האָט פאַרגעסן אַז די סיבה פאַרוואָס כלל ישראל עקזיסטירט היינט צו טאָג איז צוליב דעם וואָס אידן זענען געבליבן געטריי צו זייער תורה, אמונה און דער שולחן ערוך אין אַלע וואַנדערונגען און פאַרוואָגעלנישן. דווקא צוליב דעם וואָס אידן האָבן נישט אָנגענומען יעדן נייעם מהלך פון יעדן קולטור וואו זיי האָבן זיך באַזעצט, נאָר זיי זענען געשטאַנען שטאָלץ אין זייער גלויבן און דרך החיים, זענען היינט דאָ אידן. לאָמיר דאָס ביטע געדענקען.
דוד אַדלערשטיין
לאָס אַנדזשעלעס

יום שני, ינואר 23, 2006

חרדישע קולטור: נײַע ריכטונגען

אפֿשר האָט איר שוין געלייענט, אין הארץ, וועגן דער חרדישער קונסט־גאַלעריע. יונתן איידלסטין (אַנדערש באַקאַנט אין עולם־הנעץ ווי „דע העד היב“) האָט אַן אינטערעסאַנט בלאָגשטיקל וווּ ער הייבט אויף אַ גרעסערע פֿראַגע: וויפֿל קולטור־שינויים קען אײַנזאַפּן די „הײַמישע“ וועלט?

כאַפּט זיך אַהין און לאָזט איבער אײַער פֿידבעק, אויב איר ווילט.

יום שישי, ינואר 20, 2006

ברוכים־הבאָים אין ספֿר שמות

בראשית איז שוין אַריבער. צי איז אָבער שוין אויס מעשׂה־בראשית? ווי בײַ וועמען. טייל האַלטן אַז דער אייבערשטער איז המחדש בכל יום תּמיד מ"ב, בשעת אַנדערע גלייבן אַז ער האָט נאָר געלאָזט אין גאַנג די מעכאַניזמען וואָס היטן אויף זײַן באַשאַפֿונג טאָג אײַן טאָג אויס. די ערשטע וואָלטן געקענט פֿאַרגלײַכן באַשאַפֿונג מיט מתּן־תּורה, עפּעס וואָס באַנײַט זיך (לויט טייל מפֿרשים) יעדן טאָג. אַפֿילו יענע אָבער מוזן מודה זײַן, אַז די באַשאַפֿונג האָט אַ הויכפּונקט, אַ שפּיץ, און די חידושים שבכל־יום זײַנען אויף אַ צווייטער מדרגה.

די באַפֿרײַונג פֿון שקלאַפֿערײַ איז אָבער אַנדערש. יציאת־מצרים איז ניט געשען מיט איין מאָל, מיט איין שאָס. די געשיכטעס זײַנען אַנדערש (שמות פֿאַרגלײַכט זיך ניט מיט תּהילים אין אַלע פּרטים, למשל) און נאָך אַלעמען איז ניט קלאָר צי בני־ישׂראל זײַנען טאַקע פֿרײַ. פֿאַר וואָס ניט? זײַנען מיר דען נאָך אַלץ שקלאַפֿן אין מצרים?

נאָר דעם אייבערשטנס הבֿטחה צו משה־רבינו איז געווען עפּעס אַנדערש: ניט נאָר באַפֿרײַונג, נאָר אויך דאָס מקיים זײַן זײַנע צוזאָגן צו די אָבֿות און אימהות. דערפֿאַר זאָגט דער רמב"ן אַז אויף יעדן געשעעניש אין שמות איז דאָ אַ רמז אין בראשית. לכן איז שמות אַ המשך פֿון בראשית, ניט נאָר מיטן ערשטן וואָוו, נאָר מיטן גאַנצן תּוכן. ווי מעשׂה־בראשית איז ניטאָ קיין סוף צו יציאת־מצרים: ניט מיט אַ מדינה, ניט מיט אַ זיכערן און פֿאַרזיכערטן גלות. אַ פֿולשטענדיקע פֿרײַהייט איז ניט צו דערגרייכן.

יום חמישי, ינואר 19, 2006

לשנה הבאה בסין

אַן אַרטיקל אין אַלגעמיינער זשורנאַל וועגן מײַן קומעדיקן כינעזישן סדר.

יום שלישי, ינואר 17, 2006

די דיכטער נעמען קאָנטראָל

די קאָנספּיראַציע פֿון ייִדיש־פּאָעטן ווערט וואָס אַ מאָל גרעסער. ברוכים־הבאָים! מאַכט זיך היימיש. לאָמיר מאַכן אַ לחיים.

יום חמישי, ינואר 12, 2006

ניט טבֿיהדיק, ניט אַריסטאָיִש

הײַנט בײַ מעריבֿ (צווישן „אלוקי נצור“ און „עושׂה שלום“) איז מיר אײַנגעפֿאַלן, ניט צום ערשטן מאָל, אַז עס האָט אַ קנאַפּן שׂכל צו זאָגן אַז דער אייבערשטער וויל עפּעס. איז ער/זי דען אַ מענטש, ער זאָל עפּעס וועלן? (לשם באַקוועמלעכקייט וועל איך האַלטן בײַם אָנגענומענעם נוסח און רופֿן גאָט אַ לשון־זכר.)

מע קען אפֿשר זאָגן, פֿאַרצווייפֿלטערהייט, אַז דאָס וועלן דעם אייבערשטנס איז גיכער אַ מין פּרעפֿערענץ פֿאַר אַ געוויסן מצבֿ. בײַם אייבערשטן איז ליבער מע זאָל היטן מיצוות (דאָס איז אַוודאי נאָר חל אויף די וואָס גלייבן אין מיצוות), זאָגן מיר אַז ער „וויל“ אַזוי.

דאָס אָבער שטופּט נאָר אַוועק די פּראָבלעם מיט איין טריט ווײַטער. ווײַל ליב האָבן איין מצבֿ מער ווי אַ צווייטער איז דאָך אַוודאי אַ מענטשן־טבֿע. גאָט קען דאָך זען אַלע אַלטערנאַטיוון מיט אַ מאָל. ווי קען זײַן נוצלעך צו זאָגן וואָס ס´איז בײַ אים נושׂא־חן?

די שאלה איז אַן אַלטע. כ´האָב מער ניט וואָס צו זאָגן.

יום רביעי, ינואר 11, 2006

מרדכי צאַנין שרײַבט חסידיש

דעם אמת זאָגנדיק האָב איך זיך ניט דערפֿרייט צו זען אין פֿאָרווערטס אַז מע דרוקט איבער דווקא מרדכי צאַנינס אַ דערציילונג ווי דאָס ערשטע אין אַ רובריק אָפּצוגעבן אים כּבֿוד צו זײַן 100סטן יובֿל. בײַ מיר איז זײַן נאָמען פֿאַרבונדן מיט אַ צאָל עסייען וועגן גורל פֿון ייִדישן פֿאָלק און ייִדיש־לשון. עטעלכע פֿון זיי האָב איך איבערגעלייענט און אַ סך גענאַשט דערפֿון, נאָר דאָס איינציקע וואָס פֿאַלט מיר איצט אײַן איז דער מיטאָס גלות, וווּ ער צעגלידערט טאַקע דעם דאָזיקן צענטראַלן באַגריף אויף אַ געדאַנקען־רײַכן אופֿן.

כ´האָב ניט געוווּסט, הייסט עס, אַז צאַנין צייכנט זיך אויס אויך (כ´רעדט וועגן אים אין לשון־הווה, ווײַל אויף וויפֿל איך ווייס איז ער נאָך בײַם לעבן) מיט זײַן בעלעטריסטיק. בין איך נאָך מער נתפּעל געוואָרן פֿון דער דערציילונג אין פֿאַרגאַנגענעם נומער פֿאָרווערטס מיטן טיטל „דער שליסל צום הימל“.

די מעשׂה איז געשריבן אין אַ „חסידישן“ סטיל וואָס נעמט זיך ווי באַוווּסט פֿון די דערציילונגען פֿון י. ל. פּרץ. יענער סטיל איז אַ געפֿערלעכער און קען פֿירן דעם שרײַבער גלײַך אין באָד פֿון סענטימענטאַלקייט. (טאָמער איז אײַך ניט באַקאַנט דער שרײַבער משה נאַדיר, מוזט איר גיין און לייענען זײַן פּאַראָדיע פֿון דעם „חסידישן“ סטיל. אַכזריותדיק און קאָמיש.) און ווען אַ שרײַבער, ווי צאַנין, גיט איבער (ווי ער האָט געטאָן אין זײַן הקדמה צו דער זאַמלונג דערציילונגען) אַז זײַן ציל מיט די מעשׂיות איז צו „געבן אַ פֿאָלקלאָריסטיסטן פֿראַגמענט פֿון די לעבן פֿון די ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע“, האָט מען מורא אַז דאָס איז אַן אַרבעט פֿון רחמנות איידער אַ קינסטלערישער פּרוּוו אונדז פֿאָרצושטעלן לעבעדיקע פּאַרשוינען.

און טיילווײַז איז טאַקע אַזוי. די הויפּט־העלדין איז אַ צדקת וואָס איז פֿאַראַן נאָר אין אַזוינע חסידישע מעשׂיות, און איר מאַן זיצט בײַ דער גמרא און לערנט. פֿונדעסטוועגן, אין איר גרויסן נסיון (זי איז אַן עקרה נאָך איין קינד) און אין דעם אייגנאַרטיקן תּיקון וואָס זי געפֿינט שטעקט דער גרויסער כּוח פֿון דער מעשׂה.

אויב איר וואָלט געוואָלט מיטטיילן זיך דאָ מיט אײַערע מיינונגען וועגן דער מעשׂה, איז אַדרבא. ווי עפּעס אַרומצורעדן לייג איך פֿיר די פֿראַגע: ווי אַזוי איז ליבע־גיטלס מיצווה געווען אַ תּיקון פֿאַר איר עקרהשאַפֿט?

יום שלישי, ינואר 03, 2006

די זון איז עפּעס נײַס

זע, עס הענגט דאָרט אויבן
און פֿאַלט אויף קיינעם ניט.

אײַ, ס´איז צו וואַרעם?
די פֿלאַנצן גיבן זיך אַן עצה,
זיי זײַנען נאַקעט.
צו וואַקסן דאַרף מען

דערשטאָכן ווערן
מיט רויען ליכט.
די ערד אָבער
ליגט אונטן אייביק.

ווען די ערד שטאַרבט
וועט מען זי ברענגען צו קבֿורה
מיט אַ זעקל ערד.

יום ראשון, ינואר 01, 2006

דרום־ייִדן

געווען אַ וואָך צײַט אין אַרקאַנסאָ, וואָס האָט אין מיר (צווישן אַנדערע) אויפֿגעוועקט פּיקאַנטע אַסאָציאַציעס מיט די ייִדן וואָס כ´האָב געקענט אין קענטאָקי בשעת מײַנע קינדער־יאָרן. נאָר איידער איך בין מאריך וועגן אונדזער רײַזע (שפּעטער), וויל איך פּשוט דערמאָנען דעם (בײַ מיר) אינטערעסאַנטן קולטורעלן פֿאַקט, וואָס דער זאַל אין דער שול וווּ כ´האָב געדאַוונט שבת (אין ליטל־ראָק) איז באַהאָנגען מיט געשטעפּטע קאָלדרעס אויף ייִדישע טעמעס. זייער דרומדיק, זייער היימיש.

און לשון־קודש מיט אַ דרומדיקן אַקצענט איז צווישן די מאָדנע־שענסטע זאַכן אויפֿן ייִדישן וועלטל.