יום שישי, יוני 23, 2006

חילול-השם אויף פיר פיס און צוויי

איך בין שטאלץ פון מיין באוועגונג, ד"ה די קאנסערוואטיוון, וואס נעמט שריט אויסצופארשן דעם חילול-השם וואס מע באגייט ביים אגרי-פראסעסארס-שעכטהויז אין אייאווא. און איך ווונדער זיך וויייטער, הלמאי דער "א-יו", וואס איז אזוי מקפיד אין אלץ, איז דווקא מקיל ווען עס גייט די רייד וועגן גויישע ארבעטער. הגר והאזרח?

(זייט מוחל פאר דער טיפאגראפישער ניט-אויסגעהאלטנקייט, נאר כ'האב זיך נאר וואס געקויפט א מעק און עפעס איז דער מער מיט די ייווא-פינטעלעך. איר האט אן עצה?)

2 תגובות:

  1. אנונימי7:20 לפנה״צ

    זייער גוט ביסט ענדליך פטור גווארן פון די ייווא פינטעלעך סאיז מיר געקראכן אויף די נערווען. קיינער שרייבט היינט נישט אחוץ אפאר שימעלדיגע נייציג יאריגע יידענעס.

    השבמחק
  2. עס גײט אפֿשר אין דעם װאָס אַלע װאָס עסקין אין כּשרות זענען אָדער שׂונאי־ישׂראל, אָדער לינקע, אָדער װעגעטאַריער, ר"ל.

    השבמחק