יום רביעי, אפריל 05, 2006

נאָך אַ שמועס מיט כינעזער מעדיצין־סטודענטקעס.

שאלה: וואָס איז אײַער מיינונג פֿון ישׂראל?

תּשובֿה: די ייִדן זײַנען זייער קלוגע.

שאלה: ניין, פֿאַראַן אַ פֿאָלק, ייִדן, און אַ לאַנד, מדינת־ישׂראל. וואָס מיינט איר פֿון לאַנד ישׂראל?

תּשובֿה: יעדעס לאַנד איז אומאָפּהענגיק און האָט אַ רעכט אַנדערע לענדער זאָלן זיך ניט מישן אין זײַנע אינערלעכע ענינים?

שאלה: „יעדעס לאַנד איז אומאָפּהענגיק“ – ווי טײַוואַן?

תּשובֿה: דאָס איז אַנדערש, ווײַל ס´איז פֿאַראַן נאָר איין כינע אויף דער וועלט.

4 תגובות:

  1. אנונימי11:26 לפנה״צ

    פון די כינעזע פאליטיקאנטן פרעגט איר איבער קרענק?

    השבמחק
  2. אנונימי2:08 אחה״צ

    אין פאליטיק האבן אלע א דעה, פון גרויס ביז קליין
    אין וויסנשאפט לאזט מען איבער די דעה פאר די וויסנשאפטלער אין יענעם פעלד
    אפשר דערפאר וואס צו דיפלאמאטיע ברויך מען קיין דיפלאמע שטאמען זיי פונעם זעלבן שורש

    השבמחק
  3. אנונימי6:08 אחה״צ

    די נאר זאל ארויס פון מקוה
    פאלט אייך ביי אזוינס אז איר זענט נישט קאמפאטענט? געמיינט האב איך שלום'ס נייע פריינדינע

    השבמחק
  4. אנונימי12:04 אחה״צ

    וואספארא פיש איך בין? "טאלקינג
    פיש" א פיש וואס רעדט
    דאס אז איר זענט נישט קאמפאטענט אין אידיש איז בולט דערפון וואס איר זענט נישט קיין שואל כענין
    מען באשפריצט אייך מיט אביסל וואסער און מיינט אז מען שפייעט אויף אייך. ווער איז פאראינטערעסירט אייך וויי צוטאן?

    השבמחק