יום ראשון, פברואר 12, 2006

נאָר פֿינף ספֿרים

[שוין געשטעלט די זעלבע פֿראַגע אויף מײַן בלאָג בלעז, נאָר איר זײַט די אמתע חבֿרה. מײַן הן שלי.]

כ´וועל אי"ה באַלד פֿאָרן אין כינע. (עס וועט אײַך שוין מסתּמא נמאס ווערן פֿון מײַנע פֿאָרפּלענער.) מוז איך לאָזן די ספֿרים אין דער היים. מײַן פֿראַגע צו אײַך: ווען איר וואָלט געקענט מיטשלעפּן נאָר פֿינף ספֿרים (אָדער סתּם ביכער) וועלכע וואָלט איר גענומען? לאָמיר זאָגן אַז ש"ס און תּנך זײַנען איין ספֿר.

4 תגובות:

  1. אנונימי11:32 לפנה״צ

    א הגדה האט כמעט פארגעסן מיטצונעמען, איר קענט דאך נישט פון אויסנווייניג
    איך וואלט נאך מיט גענומען
    2( א טוריסטן ביכל
    3( און עפעס אויף צו אנברענגען די צייט, אויב איר קענט אייך ערלויבן אויזנס

    השבמחק
  2. ברענג מיט בלױזע, לײדיקע ביכער און פֿיל זײ אײַן!

    השבמחק
  3. אַ דאַנק פֿאַר דײַן שטיצע, איוו. נאָר אַ מאָל איז וויכטיקער דאָס אויסמעקן ווי דאָס אָנשרײַבן, באַזונדערש ווען מע גיט אַ קוק אַחר־למעשׂה און דערוויסט זיך אַז דאָס אָנגעשריבענע איז ווערט אין פֿרײַער צו וואַרפֿן.

    * * *

    נאָר געוואָלט האָב איך וויסן וואָס *איר* וואָלט מיטגענומען פֿאַר זיך אַליין!

    השבמחק
  4. נו,
    ברנג נאַבאָקאָװ, סאַמאַן ראָשדי, אנטאני בורדזשעס און אנדערע סובװערסיװע. לײען זײ דאָרט מיט פֿאַרגניגן, און לאָז זײ איבער מיט כנעזער חבֿרים
    דאָס האָב אך געטאָן בײדע מאָל אין כינע

    השבמחק