יום חמישי, דצמבר 30, 2004

שוין!

ווי כ´האָב זיך אויסגעדריקט אינעם דאַנקוואָרט פֿון מײַן דיסערטאַציע:

תּם ונשלם נכתּבֿ ונתתּם
שבֿח לאל בורא עולם.

מיט איין וואָרט: דאָס דיסערטאַציע־ביין אין האַלדז האָב איך שוין אַרויסגעשפּיגן.

וועגן ווײַטערדיקע אַקאַדעמישע מדרגות וואָס כ´פּרוּוו דערקלעטערן וועל איך אי"ה שרײַבן שפּעטער. דערווײַלע טו איך זיך אַ רו אָפּ.

יום שישי, דצמבר 24, 2004

ווי צו פֿאַרבעסערן דעם געזונט בײַ די חרדים

אין הײַנטיקן פֿאָרווערטס גייט מײַנער אַן אַרטיקל אויף דער טעמע.

כ´ווייס אַז ס´אָפּדרוקן פֿון זייער וועבזײַטל איז כּמעט ווי אוממעגלעך. וועל איך אי"ה שפּעטער אַ ביסל אַרויפֿגעבן אַ טעקסט־ווערסיע דאָ אויפֿן בלאָג.

גוט־שבת.

דערהײַנטיקונג: מע האָט אַזוי שיין געבעטן, וועל איך אַרויפֿלייגן דעם גאַנצן טעקסט. דער פֿאָרווערטס־נוסח איז בעסער רעדאַקטירט, און דאָ וועט מסתּמא זײַן אַ גאַנצע צרה מיט דער פֿאָרמאַטירונג, נאָר נאַט אײַך.

אגבֿ, אַ חבֿר מײַנער (כ´ווייס ניט צי ער וויל בלײַבן אַנאָנים) האָט געפּרוּווט פֿאַרקויפֿן די זאַך איינער פֿון די חסידישע צײַטשריפֿטן, נאָר מע האָט אָפּגעזאָגט: כ´שרײב צו פֿיל ווי אַ וועלטלעכער. כ´ווייס ניט צי דאָס איז אַ קאָמפּלימענט. אפֿשר גאָר אַ באַליידיקונג . . .

* * *

געגנטן אין ניו־יאָרק: די געזונטע און די ניט־געזונטע
און: ווי אַזוי פֿאַרבעסערט מען דעם געזונט בײַ די חרדישע ייִדישע געגנטן?

כאָטש אַ סך ניו־יאָרקער האָבן טענות צו מייאָר מײַקל בלומבערג, האַלט ער וואָרט – אַז ער זאָגט שוין צו, וועט ער דורכפֿירן. (צי מע וועט מסכּים זײַן מיט אים איז אַ צווייטער ענין.). דער געזונט־איניציאַטיוו זײַנער וואָס איז לעצטנס מקויים געוואָרן עפֿנט אויף אַ פֿענצטער אויף אַ ווייניק אַרומגערעדטן ענין: דער רעלאַטיווער געזונט פֿון ניו־יאָרקס געגנטן. דאָס הייסט, וועלכע טיילן שטאָט זײַנען די געזינטסטע, און וועלכע זײַנען די „קראַנקסטע“? אַז מע רעדט אַרום דעם געזונט פֿון חרדישע ייִדן, צי זײַנען זייערע געגנטן מער, צי ווייניקער, געזונט? און ווי אַזוי קענען פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ סײַ רעב ישׂראל, סײַ כּלל ישׂראל?

די פּרטים האָט מען צונויפֿגעזאַמלט פֿון סטאַטיסטיק וועגן קראַנקייטן, שפּיטאָל־וויזיטן, און אַנדערע געזונט־גורמס אין דער שטאָטס פֿינף באָראָס. די ציפֿערן, וואָס מע קען באַקוקן אויפֿן וועבזײַטל פֿון ניו־יאָרקער געזונט־אָפּטייל, וואַרפֿן אַ ליכט אויף דער פֿאַרשיידנאַרטיקער שטאָט.

די געגנטן מיט דער העכסטער שטאַרביקייט(מאָרטאַליטי) אין נ"י

אַז מע גיט אַ קוק אויף דער אַלגעמיינער שטאַרביקייט, דאָס הייסט די אַלע סיבות וואָס מע שטאַרבט דערפֿון אין דער שטאָט, זײַנען די רעזולטאַטן ניט קיין גרויסער חידוש. יעדער ניו־יאָרקער ווייסט וווּ די אָרעמע געגנטן געפֿינען זיך: אין דרום־בראָנקס און אין האַרלעם. וואָס זײַנען די וויכטיקסע קראַנקייטן? האַרצקרענק, צוקער (דײַאַביטיס), ראַק (קאַנסער), מוח־אַטאַקעס (שלאַק), איידס, לונגען־אָנצינדונג און פֿלו זײַנען צווישן די פֿאַרשפּרייטסטע. ס´וואָלט אָבער געווען אַ טעות צו זאָגן, אַז די אָרעמסטע געגנטן „באַרימען“ זיך מיט דער העכסטער פּראָפּאָרציע פֿון די אַלע קראַנקייטן. עס זײַנען דאָ קרענקען וואָס געפֿינען זיך בדרך־כּלל בײַ די רײַכערע געגנטן (למשל, שלאַק און האַרצאַטאַקעס), און פֿאַראַן, ווידער, אויך אַזוינע וואָס געפֿינען זיך אָפֿטער בײַ די אָרעמעלײַט. די גענויע „קאָמבינאַציע“ קראַנקייטן העלפֿט באַשטימען די אַלגעמיינע שטאַרביקייט פֿון געגנט. „אָרעמע“ (און באַזונדערש שוואַרצע) געגנטן לײַדן על־פּי רובֿ פֿון איידס און צוקער, בשעת „רײַכערע“ געגנטן האָבן פּראָבלעמען מיט האַרצקרענק און שלאַק.

למשל, הײַברידזש, דער געגנט אין דרום־בראָנקס וואָס געפֿינט זיך בראָש פֿון דער רשימה (דאָס הייסט, אַז די שטאַרביקייט אין דעם געגנט איז דאָס גרעסטע) לײַדט פֿון דער גרעסטער מאָס ראַק (קאַנסער) פֿון די אַלע געגנטן, ווי אויך היפּשע פֿרעקווענצן לונגען־אָנצינדונגען, איידס, און צוקער.

וועלכע געגנטן געפֿינען זיך סאַמע אונטן אויף דער רשימה? דאָס זײַנען טיילן ניו־יאָרק וואָס מעגן זיך „באַרימען“ מיט אַ גרעסערער צאָל גבֿירים, אָדער גוט־אויסגעבילדעטע מענטשן: געגנטן אין מאַנהעטן און קווינס. דאָס הייסט, ניט די ראַיאָנען אַליין רופֿן אַרויס בעסער אָדער ערגער געזונט, נאָר די הכנסה, אָדער די פּערזענלעכע געוווינהייטן, פֿון זייערע אײַנוווינערס.

די ידיעות פֿון געזונט־דעפּאַרטמענט דעקן מער טעמעס ווי די טויט־סיבות אין די געגנטן. נאָר איידער מיר טרעטן צו צו די אַנדערע ענינים, שטעלט זיך גלײַך די פֿראַגע: וואָס איז מיט די חרדישע ייִדן? וווּ געפֿינען זיי זיך אויף די דאָזיקע רשימות, און ווי אַזוי וואָלטן זיי, און זייערע אָנפֿירערס (רביים, דאָקטוירים, אד"גל) זיי געהאָלפֿן „שטײַגן“?

דער ענטפֿער איז ניט קיין איבעריק גינציקער. באָראָ־פּאַרק, למשל, געפֿינט זיך אויפֿן 13טן אָרט צווישן 43 געגנטן. דאָס הייסט, אַז ער מעג זיך „באַרימען“ מיט איינער פֿון די העכסטע שטאַרביקייטן (מאָרטאַליטיס) צווישן זיי אַלע. וויליאַמסבורג שנײַדט אָפּ נאָך ערגער, אויפֿן זעקסטן אָרט פֿון דער רשימה (כאָטש דער גאַנצער געגנט הייסט, לויטן געזונט־דעפּאַרטמענט, „בושוויק ענד וויליאַמסבורג“, קען זײַן אַז מע רעכנט אויך אַרײַן אַ צאָל שוואַרצע אָרעמע־לײַט). וואָס פֿאַר אַ סיבה ליגט הינטער די הויכע שטאַרביקייט פֿון די חרדישע געגנטן?

אויף אַ תּשובֿה דאַרף מען קוקן אויף די אַנדערע סטאַטיסטיק, וואָס דער געזונט־דעפּאַרטמענט גיט אַרויס. געזונט האָט צו טאָן מיט אַ סך פֿאַקטאָרן (גורמים), נאָר בדרך־כּלל קען מען זאָגן אַז עס האָט צו טאָן מיט הכנסה (אָרעמקייט), דאָקטוירים (מעדיצינישע השגחה, העלט קייר בלעז) און דערציִונג. גאַנץ פּשוט קען מען זאָגן אַזוי: וואָס מער הכנסה, וואָס מער צוטריט צו דאָקטוירים – אָדער בכלל צו מעדיצינישע השגחה, למשל שפּיטעלער, געזונט־אַרבעטער, און דאָס גלײַכן –, וואָס מער בילדונג, אַלץ מער געזונט. לאָמיר געבן אַ קוק ווי אַזוי די חרדישע געגנטן פֿאַרגלײַכן זיך מיט די אַנדערע לויט די דאָזיקע בחינות, און מיר קענען אפֿשר פֿאַרשטיין ווי אַזוי צו מאַכן באָראָ־פּאַרק און וויליאַמסבורג העכער שטײַגן אין די געזונט־„רייטינגס“.

בושוויק־און־וויליאַמבסורג (ווי געזאָגט אויבן, ווערן די צוויי גערעכנט פֿאַר איין געגנט) שטייט בראָש פֿון דער רשימה געגנטן, וואָס האָבן די ווייניקטסע קאָנצענטראַציע דאָקטוירים. דאָס הייסט, אַז פֿאַרן דורכשניטלעכן אײַנוווינער פֿון וויליאַמסבורג איז שווערער ווי אין אַנדערע געגנטן שואל־עצה צו זײַן וועגן זײַן געזונט, און וועגן די שריט וואָס ער זאָל אָננעמען כּדי צו בלײַבן געזונט. (באָראָ־פּאַרק האָט ניט אַזאַ פּראָבלעם לויט דער סטאַטיסטיק.)

וואָס שײַך אָרעמקייט, זײַנען די ציפֿערן פֿאַר די צוויי געגנטן אויך נעגאַטיווע. צום בײַשפּיל, איז דער פּראָצענט אָרעמקייט אין בושוויק־און־וויליאַמסבורג – 38 פּראָמענט (דאָס הייסט, 38 פֿון יעדע 100 משפּחות לעבן אין אָרעמקייט), און אין באָראָ־פּאַרק: 25 פּראָצענט, דאָס הייסט איין פֿערטל. וויליאַמסבורג איז דער פֿערט אָרעמסטער געגנט אין שטאָט, און דער דרײַצנט אָרעמסטער. מע קען ניט וויסן אויף זיכער אַז אַזאַ אָרעמקייט איז די סיבה פֿאַר וואָס דער געזונט אין די חרדישע געגנטן איז ניט בעסער, נאָר די דאָזיקע פֿאַרבינדונג טאָר מען ניט פֿאַרקוקן, ווײַל געזונט־עקספּערטן האָבן אויפֿגעוויזן אין אַ צאָל שטודיעס, אַז די דאָזיקע פֿאַרבינדונג איז אַ שטאַרקע.

אַוודאי זײַנען אויך פֿאַראַן ליכטיקע זײַטן. שטאַרביקייט (מאָרטאַליטי) איז ניט דער איינציקער מאָס וואָס איז שײַך. למשל, די צאָל שפּיטאָליזירונגען (וויפֿל מאָל מע ווערט אַרײַנגעלאָזט אין שפּיטאָל) איז אַ רעלאַטיוו נידעריקער אין די געגנטן, סײַ צוליב אַלקאָהאָליזם, סײַ צוליב צוקער און האַרצקרענק. דאָס קען מיינען צוויי זאַכן: אָדער די מענטשן פֿון די געגנטן זײַנען ניט אַזוי קראַנק ווי עס ווײַזן די שטאַרביקייטן־ציפֿערן, אָדער זיי גייען בכלל ניט גענוג אָפֿט אין שפּיטאָל, ווײַל עס פֿעלט גענוג דאָקטוירים וואָס זאָלן זיי אַרײַנשרײַבן. נאָך אַ גוטע בשׂורה: די שטאַרביקייט בײַ עופֿעלעך (אינפֿאַנט מאָרטאַליטי) איז בדרך־כּלל ניט קיין הויכע אין די געגנטן.

פֿון דעם איצטיקן איבערבליק קומט אויס, אַז די חרדישע געגנטן וואָלטן געקענט טאָן בעסער לגבי זייער אייגן געזונט. וואָס טוט מען? אָט זײַנען אַ פּאָר עצות, וואָס זײַנען אַוודאי ניט תּורת־משה נאָר כּדאַי צו באַטראַכטן.

1. מע וואָלט געדאַרפֿט שואל־עצה זײַן בײַ די געזונט־עקספּערטן, צו פֿרעגן וואָס פֿאַר אַ געזונט־פּראָבלעמען שטייען אויבן־אָן פֿאַר די חרדישע געגנטן. עס לאָזט זיך מאָלן, אַז חרדישע ייִדן דאַרפֿן זיך זאָרגן דערעיקרשט וועגן די זעלבע קראַנקייטן וואָס זײַנען אַ פּראָבלעם בײַ אַנדערע גרופּעס אין אַמעריקע: ראַק (קאַנסער), האַרצקראַנקייטן, צוקער, אאַז"וו.

2. נאָר וואָס זשע דען? די עיקר־פּראָבלעם שטעקט ניט נאָר (מן־הסתּם) אין די קראַנקייטן וואָס די אײַנוווינער פֿון באָראָ־פּאַרק און וויליאַמסבורג לײַדן דערפֿון, נאָר אין די וועגן און שטעגן וואָס פֿירן פֿון פּאַציענט צו געזונט. דאָס הייסט, די קאָמוניקאַציע צווישן די קראַקנע און זייער מעדיצינישע רעסורסן, השגחה, עצות, אד"גל. דאָס הייסט, מע זאָל מאַכן גרינגער אַז חרדישע ייִדן זאָלן זיך קענען דערוויסן וועגן מעדיצינישע ידיעות וואָס זײַנען זיי שײַך.

3. דערפֿאַר ווילט זיך פֿאָרלייגן, אַז רביים, גבאייִם, און אַנדערע מנהיגים און עסקנים אין די גאָר פֿרומע קהילות זאָלן זיך רעגולער טרעפֿן מיט דאָקטוירים און אַנדערע געזונט־אַרבעטער, זיי זאָלן זיך דערוויסן וואָס זײַנען די וויכטיקסטע געזונט־ענינים וואָס זײַנען רעלעוואַנט פֿאַר די היגע ייִדן. דערנאָך, וואָלטן אַזעלכע מנהיגים זיך טרעפֿן מיט די קהילות כּדי זיי צו אינפֿאָרמירן וועגן די אָ ענינים. דאָס הייסט, אַז די רביים און גבאיים וואָלטן זיך געפּרוּווט אַדורכרעדן מיט די געזונט־אַרבעטער אויף זייער לשון, און דערנאָך ווײַטער איבערגעגעבן די ידיעות צו עמך – די ייִדן מיט וואָס מע האַנדלט טאָג־אײַן טאָג־אויס.

אָבער וואָס פֿאַר אַ געזונט־ידיעות, בפֿרט, וואָלט מען געדאַרפֿט מער פֿאַרשפּרייטן בײַם חרדישן עולם? ס´איז שווער צו וויסן ביז מע דערוויסט זיך וואָס עס זײַנען די ברענענקיסטע געזונט־פּראָבלעמען אין "ווילי" און ב"פּ. אין אַ קומעדיקן אַרטיקל וועלן מיר סך־הכּלען די פֿאָרשונג פֿון אַ וויסנשאַפֿטלער (סײַענטיסט) וואָס גיט זיך אָפּ מיטן געזונט פֿון חרדישע ייִדן פֿון איין זײַט און האַרלעם פֿון דער צווייטער, און ווי אַזוי מע קען דערקלערן די געזונט־אונטערשיידן צווישן זיי.

נאָר דערווײַלע קען מען זיך פֿאָרשטעלן אַז די עקספּערטן וואָלטן געזאָגט אָט וואָס:

1. מע דאַרף עסן פֿאַרשיידנאַרטיקע עסנוואַרג, אַלץ מיט אַ מאָס.
2. מע דאַרף זיך געניטן (עקסערסײַז) אויף אַ רעגולערן אופֿן.
3. מע דאַרף רעגולער גיין צום דאָקטער.
4. מע טאָר ניט מיינען אַז די אַזוי גערופֿענע „נאַטירלעכע“ רפֿואות און פּראָדוקטן, פֿון געווירצן און דאָס גלײַכן, וועלן זײַן אַ היילאַלץ קעגן ערנצטע געזונט־פּראָבלעמען.
5. מע טאָר ניט רייכערן. אויב מע רייכערט, מוז מען למען־השם אויפֿהערן לשם פּיקוח־נפֿש.
6. אויב מע האָט אַ משפּחה־געשיכטע פֿון אַ ראַק (קאַנסער), דאַרף מען אַדורכמאַכן זיפּונגען (סקרינינג) כּדי צו דערוויסן זיך אויב מע האָט אַ הויכע ריזיקע פֿון די קראַנקייטן.

בקיצור: מע מוז באַשטעטיקן וואָס ס´זײַנען די הויפּט־געזונט־פּראָבלעמען פֿאַר חרדישע ייִדן, פֿרעגן אַן עצה בײַ געזונט־עקספּערטן, און פֿאַרשפּרייטן די ידיעות בײַם עולם. אַזוי אַרום וועלן וו"בורג און ב"פּ באַווײַזן צו שטײַגן העכער אין די געזונט־רייטינגס.

יום שני, דצמבר 13, 2004

דער אייבערשטער שפּילט זיך מיט זײַנע באַשעפֿענישן, ניט קעגן זיי

אין דעם פּיקאַנטן זאָג חז"לס האָב איך זיך אָנגעשטויסן דורך אַזאַ מין וווּנדערלעכער תּורה־שפּיל: מע הייבט אָן מיט אַ קאַפּיטל תּהילים (אין דעם פֿאַל, ברכי־נפֿשי: אַ גוט־חודש אײַך, איידער כ´פֿאַרגעס) און מע גייט נאָך די לינקס (גיב אַ קליק אויפֿן פּסוק־נומער) צו זען וווּ עס גייט וועגן דעם די רייד אין ש"ס. נאָך אַ משל פֿון כּישוף־האינטערנעץ.

דאָס האָב איך געפֿונען דורך נאָך אַ באַדינונג, דורך וועלכער מע קען זען גרינג נאָכקוקן פּירוש רשי, די מצודות, און – גאַנץ קיל! – דעם וווּלגאַט, דאָס הייסט דעם תּרגום אויף לאַטײַניש. נאָר מע דאַרף געדענקען, אַז מע נומערירט די קאַפּיטלען אין יענעם תּרגום אַנדערש ווי אין תּנך. פֿאַר וואָס ווייס איך ניט. דאַרף מען נאָכקוקן קאַפּיטל 103 אויב מע וויל די איבערזעצונג פֿון אונדזער תּהילים קד.

כ´דאַרף אַרבעטן. מיטוואָך פֿאַרטיידיק איך אי"ה מײַן דיסערטאַציע. אויב איר ווייסט ניט וואָס דאָס איז, איז דאָס אַ ביג־דיל און כ´פֿיל זיך ווי כ´האָב אַ מיטאָג־באַשטעלונג מיטן מלאך־המוות.

יום חמישי, דצמבר 09, 2004

וואָס איז שעוויץ?

. . .און אַז ס´גייט שוין די רייד וועגן זמירות, גייט שעפּט גרויס רוחניות פֿון דעם דאָזיקן שטיקל מוזיק.

אַ פֿריילעכן און אַ ליכטיקן!

יום שני, דצמבר 06, 2004

אַ זמר

כ´האָב געזען אַליין, כ´האָב אַליין געזען
אַ קינד רעדט מיט אַ רבין כּדי דער רבי זאָל פֿאַרשטיין.
פֿאַרשרײַבט מען אירע ווערטער מיט חידוש און מיט ברען.
כ´האָב אַליין געזען.

כ´האָב געהערט מע זאָגט, מע זאָגט, כ´האָב געהערט,
מע רעדט שוין אײַן דעם חתן ס´איז בעסערס אים באַשערט.
און די מיידל נעמט ניט וויינען ביז זי זעט עס טאָגט –
כ´האָב געהערט מע זאָגט.

כ´בין געגאַנגען ווײַט, כ´בין געבליבן אין דער היים
נאָר קיינער מאַכט ניט פּליטה פֿון זײַן גורל און זײַן שם
סײַדן מע מאַכט שלום מיט די צײַטן און די לײַט.
אין דער היים געבליבן, און געגאַנגען ווײַט.

יום שבת, דצמבר 04, 2004

ייִדיש־לערערס בײַ די חסידים

גוט־וואָך. כ´האָף אַז אַלע אײַערע חלומות וועט מען פּותר זײַן צום גוטן.

אויב איינער פֿון אײַך קען אַ ייִדיש־לערער אין דער חסידישער/חרדישער קהילה, למשל איינער וואָס לערנט ייִדיש צו בעלי־תּשובֿה/תּימנער/ספֿרדים, זײַט אַזוי גוט און שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט מיר. כ´וואָלט בײַ איר/אים געוואָלט פֿרעגן אַן עצה.

אַ דאַנק פֿאָרויס און אַ פֿריילעכן חנוכּה!

יום רביעי, דצמבר 01, 2004

אַחרי־האינדיק

דענווער ייִדן
דער דענווער־עירובֿ איז אַ רחבֿותדיקער, וואָס האָט היפּש פֿאַרגרינגערט אונדזער וויזיט אין דער היימשטאָט פֿון מײַן מאַמע און
באָבע. (מײַן מאַמע איז דאָרט געבוירן געוואָרן, איר מאַמע איז דאָרט געבוירן געוואָרן, איר מאַמע איז אויך געבוירן געוואָרן, און איר מאַמע האָט זיך דאָרט באַזעצט מיידלווײַז. איידער דענווער האָט אײַנגעזאַפּט אַ גרויסער ייִדישער באַפֿעלקערונג האָט מײַן באָבעס משפּחה געקענט כּמעט אַלע ייִדן אין דענווער. נאָר הײַנט – ווער רעדט שוין וועגן גרויסן צופֿלוס חסידים אין די לעצטע יאָרן – איז דענווער אויס שטעטל, שוין אַ כּרך.)

פֿרײַטיק צו נאַכטס נאָך דאַנקטאָג (טענקסגיווינג) בין איך געגאַנגען מיטן טאַטן אין דער שול־מיט־צוויי־נעמען. טרעפֿט זיך אַזאַ זאַך, איין צד הייסט גל־עד, די צווייטע – יגר שהדותא, אַרבעטן אויס די דאָנאָרס מיט גרויס מי אַ פּשרה, אַז דער נײַער בנין זאָל טראָגן מיט כּבֿוד און פּראַכט דעם נאָמען קאָנגרעגיישן גאַל־סאַהאַדוסאָ. און קינדער פֿרעגן תּמעוואַטע טאַטע־מאַמע ווער איז מיסטער סאַהאַדוסאָ געווען. אין דעם פֿאַל הייסט די שול „בית־מדרש־הגדול/בית־יוסף“, און ס´איז אַ גרויסע בית־כּנסת אין ק"ק דענווער. טאַטע־מאַמע האָבן חתונה געהאַט אין "בי־דזשיי“, נאָר דעמאָלט, ווען די דינאָסאַווערס האָבן נאָך אַלץ געשלאָנדערט אינעם אַל־קאָנטינענטאַלן ים און דער תּחש האָט גליקלעך געשוווּמען דערינען, איז עס געווען אַ „טראַדיציאָנעלע שול„. יענע יאָרן האָט דאָס געהייסן, אַז די שול איז פֿרום. זינט דעמאָלט איז „פֿרום“ געוואָרן אויס כּלל, מוז מען שוין זײַן היפּער־פֿרום. מוז יעדע „טראַדיציאָנעלע“ שול זיך טאָן אַ היפּשן קער אויף רעכטס צו בלײַבן אין דער שפּיל. ווערט די מחיצה וואָס העכער און דער קאַרלעבאַך־ווירוס נאָך שטאַרקער. ווען מיר האָבן דאָרט געדאַוונט, האָט מען אין מיטן דערינען (צווישן קבלת־שבת און מעריבֿ) זיך אויפֿגעהויבן און גענומען טאַנצן. מזל־טובֿ! וווּ זײַנען חתן־כּלה? ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז כּמו חסידות איז די מאָדע בײַ די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע שולן, ווײַל קיין זעבלסטזיכערקייט האָט מען ניט. מוז מען נאָכמאַכן די חסידיזירטע חרדים. דאָס אַלץ איז נאָך ערגער מיט אַ חזן וואָס בורטשעט ווי אַ צעקאַליעטשעטער אָלדסמאָביל מיט הונדערט פֿופֿציק טויזנט מײַל. אַז כ´האָב זיך אָפּגעזאָגט טאַנצן האָט דער רבֿ געזאָגט, „דעטס די רוטין!“ (אַזוי איז די רוטין!). גוואַלדיק.

שבת אין דער פֿרי זײַנען מיר געגאַנגען, צוזאַמען מיט דער מלכּה־פֿון־אַלע־וועגעלעך, אין דער רעקאָנסטרוקציאָניסטישער שול. מסתּמא זײַט ס´רובֿ פֿון אײַך קיין מאָל ניט געגאַנגען אין אַזאַ מין שול, וועל איך דערקלערן מיט וואָס מ´עסט דאָס. מענער און פֿרויען זיצן צוזאַמען, כאָטש אין די ליבעראַלע שולן איז דאָס ניט קיין עיקר (מע טוט דאָס אויך בײַ מײַן היימשול). מע דאַוונט טייל אויף לשון־קודש און טייל אויף ענגליש, און מע שפּילט צו אויפֿן גיטאַר. מע זינגט אַ סך צוזאַמען. מע לאַכט אָפֿט מאָל, עלעהיי מע זיצט אין אַ קלאַסצימער, וווּ איינער לערנט זיך בײַם צווייטן, איידער אין אַ מנין. ס´איז אַ גאַנץ פֿרײַנדלעך געפֿיל און זייער מאָדנע. כ´וואָלט געזאָגט גוייִש נאָר דער עולם איז דאָך געווען אַ ייִדישער. די הויפּט־אַטראַקציע, אַזוי צו זאָגן, פֿון די תּפֿילות איז געווען דער בציבורדיקער שמועס וועגן דער וואָכעדיקער סדרה. געווען אַזאַ מין סתּירה: קלאָר ווי דער טאָג, אַז די קהילה לעקט די פֿינגער פֿון די מיינונגען וואָס מע דריקט אויס, פֿון דעם געמיטלעכן שמועס, פֿון דער חבֿרשאַפֿט. נאָר נאָך קלערער איז געווען, אַז קיינער פֿון די בײַגעוועזענע קען ניט קיין וואָרט לשון־קודש און פֿאַרשטייט ניט אַז מע קען ניט אַרײַנטײַטשן אין דער פּרשה וואָס עס חשקט זיך. און, פֿאַרשטייט זיך, ווי בײַ אַ סך ליבעראַלע שולן, האָט מען געמאַכט קידוש אָן דעם „על כּן ברך“ און המוציא אומגעוואַשן.
כאָטש מײַן דענווער־וויזיט איז געווען מלא־הנאָה (זע דאָ פֿאַר אַן איבערבליק אויף גוייִש), בין איך אַוועק פֿון די צוויי שולן מיטן געפֿיל, שוין ווידער, אַז כ´געפֿין זיך ניט אַהין און ניט אַהער.