יום רביעי, נובמבר 24, 2004

אַ שמועס אָן־לײַן: קרית־יואל און זײַנע שכנים

דער טײַמס־הערעלד־רעקאָרד (דער טאָגבלאַט פֿון ק"י־געגנט) פֿירט הײַנט אַדורך אַן אינטערנעץ־שמועס אויף דער טעמע „קרית־יואל און זײַנע שכנים.“ אָט ווי מע שטעלט פֿאָר דעם מצבֿ:
קרית־יואל און זײַנע שכנים – הײַנט עלף אַ זייגער

שוין חדשים ווי עס אַנטוויקלט זיך אַ צוזאַמענשטויס צווישן קרית־יואל און די שכנותדיקע שטעטלעך איבער זײַנע פּלענער פֿאַר אַ 13-מײַליקן וואַסער־רער (פּײַפּלײַן), ווי אויך זײַן פּראָיעקט צו אַנעקסירן דעם אַרומיקן שטח לטובֿת זײַן באַפֿעלקערונג־צוּוווּקס. צום קאַמף איז צוגעשטאַנען די רעגירונג פֿון אָראַנדזש־קאָונטי מיט אַ לאָדעניש אין שטאַטישן העכסטן געריכט קעגן דעם אָפּשאַץ פֿון די עפֿעקטן אויף דער נאַטור־סבֿיבֿה (ענווײַראָנמענט). קרית־יואל, פֿון זײַן צד, האָט געסטראַשעט צו לאָדן זיך אין פֿעדעראַלן געריכט איבער דער כּלומרשטיקער דיסקרימינאַציע. דער פּײַפּלײַן, די אַנקעסירונג, די דיסקרימינאַציע – דער טײַמס־הערעלד־רעקאָרד פֿאַרבעט די לייענער צו פֿרעגן שאלות וועגן די און אַנדערע זײַטן פֿון דער אָנגייענדיקער סאַגע אין דרום־אָראַנזש־קאָונטי.

הערט זיך אונטער, אָדער באַטייליקט זיך אָפֿענערהייט, אָט דאָ.

יום שלישי, נובמבר 23, 2004

געזען און געהערט

קורצע מעשׂיות פֿון דער ייִדישער גאַס

1.

„וואָס איז די שײַכות?
דו הערסט ניט וואָס כ´וויל דיר זאָגן.
טראַכסט נאָר וועגן ווי רײַך ער איז.
טו העל מיט אים. אַ גוט מאָרגן.“

2.

„ווי גייט דײַן נאַכט־שיעור?“
„ניט שלעכט. און די קינדער?“
„ס´איז ממש אַ וווּנדער
דער אונטערשייד צווישן פֿינף און פֿיר.“

3.

„געזען אַ שפּאַניש מיידל אויף דער גאַס
און ס´ברענט מיר ממש אַ פֿײַער.
זאָל די גאַנצע וועלט מיר זײַן אין כּעס
נאָר אַ האַרץ דאַרף ניט קיין ראַיה.“

יום שישי, נובמבר 19, 2004

הי"ד

אַז עמצער ווייסט נאָך עפּעס וועגן דעם מאָרד, צי להבֿדיל וועגן דעם קרבן, לאָז וויסן.

יום שני, נובמבר 15, 2004

פּאָעזיע־וואַרשטאַט: תּכלית

לערנט זיך שוין שרײַבן ייִדישע לידער!

אָט זײַנען די פּרטים.

1. יעדע צוויי וואָכן וועלן מיר איבערלייענען און אַרומרעדן אַ ליד. די דיסקוסיע און דאָס ליד וועל איך אַרויסגעבן אויף מײַן בלאָג, און זיי וועלן זײַן אָפֿן פֿאַרן גאַנצן ציבור. דער עיקר פֿון דעם טריט איז צו פֿאַרשטיין דאָס ליד און קענען אויסדריקן די אייגענע מיינונג וועגן דעם.

2. באַלד דערנאָך וועל איך (מיט דער בליצפּאָסט, ד"ה נאָר צו די וואָס האָבן אַבאָנירט – זעט אונטן) צעשיקן די אויפֿגאַבע, ד"ה די היימאַרבעט פֿאַר די צוויי וואָכן.

3. דערנאָך וועלן די תּלמידים זיך טיילן מיט די לידער מיט דער בליצפּאָסט, און יעדער וועט האָבן אַ געלעגנהייט צו קאָמענטירן יענעמס ליד. לסוף וועל איך זיך טיילן מיט מײַן מיינונג און געבן אַ פּאָר עצות (כאָטש קיין פּוסק בין איך ניט, עצות האָב איך יאָ).

4. איך וויל מע זאָל שרײַבן לידער מיט געוויסע גרענעצן.

א. קיין גראַמען.

ב. קיין מישקול (מעטער, רעגולערער ריטעם)

ג. איך פֿאָדער ניט קיין „ייִדישיסטיש" לשון, נאָר איינס פֿאָדער איך יאָ – דאָס ליד זאָל זײַן אויף ייִדיש. און אויף די כּ"ב אותיות, ניט אויף קיין גלחות. אַז איר ווילט עצות ווי אַזוי צו שרײַבן מיט ייִדישע אותיות, בכּבֿוד־גדול.

ד. ניט מער ווי איין בלאַט פּאַפּיר.

5. מע דאַרף צאָלן 25 דאָלאַר פֿאַר 5 קלאַסן במשך 10 וואָכן.

6. צאָלן קען מען אַזוי:
גייט צום דאָזיקן וועבזײַט:
http://tinyurl.com/6gt8b
מע וועט בעטן אײַערע קרעדיט־קאַרטל־פּרטים. אַז איר ווילט בלײַבן אַנאָנים, אָדער איר ווילט ניט ניצן קיין פּייפּעל, שרײַבט מיר פּריוואַט.

7. אַז עס רופֿט זיך ניט אָפּ קיין פֿינף בעלנים, וועל איך ניט פֿירן דעם וואַרשטאַט.

כ´האָף צו הערן פֿון אײַך! שרײַבט מיר מיט קשיות.

יום שלישי, נובמבר 09, 2004

אונדזער קליינער פּאָעזיע־וואַרשטאַט: דאָס ערשטע ליד

אין די קומעדיקע טעג וועל איך אי"ה מודיע זײַן וועגן די פּרטים פֿאַר אונדזער קליינעם פּאָעזיע־וואַרשטאַט: ווי אַזוי מיר וועלן אַרומרעדן די לידער וואָס איר (די תּלמידים) שרײַבט אָן, ווי אַזוי איר וועט צאָלן שׂכר־לימוד, אאַז"וו. דערווײַלע וויל איך אײַך געבן אַ געלעגנהייט איבערצולייענען דאָס ערשטע ליד. כ´האָב בדעה, ווי געזאָגט, מיר זאָלן צוזאַמען לייענען און פּרוּוון פֿאַרשטיין איין ליד אַ וואָך.

בשעת איר לייענט אַ ליד דאַרפֿט איר האָבן אין זינען די דאָזיקע שאלות. מע קען האָבן אַ צוגאַנג וואָס איז מער־ווייניקער ווי פּרד"ס.

1. פּשט: צי פֿאַרשטיי איך די אַלע ווערטער? ווער רעדט אין דעם ליד (ווער איז דער נאַראַטאָר, ד"ה ווער „דערציילט„?) וואָס זײַנען די געשעענישן פֿון ליד? וואָס קומט פֿאָר בײַם אָנהייב? בײַם סוף?

וואָס איז דער פֿאָרעם פֿון ליד? זײַנען דאָ גראַמען? פֿאַר וואָס? פֿאַר וואָס ניט? צי איז דאָס ליד מער ווי מענטשלעך לשון (כּלשון אָדם), אָדער גיכער ווי־ניט־איז "געהויבן"?

2. רמז: וואָס איז אויסן דער פּאָעט מיט דעם ליד? וואָס פֿאַרשטייען מיר וועגן נאַראַטאָר/מחבר וואָס מיר האָבן ניט געוווּסט, איידער מיר האָבן איבערגעלייענט ס´ליד? וואָס פֿאַר אַ רמזים זײַנען אַרײַנגעפֿלאָכטן אין ליד, כּדי צו פֿאַרבינדן די שאַפֿונג צו אַנדערע (ספֿרי־קודש צי ספֿרי־חול)?

3. דרש: ווי אַזוי פֿאַרשטייען מיר (די לייענער) דאָס ליד? ד:"ה וואָס פֿאַר אַ אָפּקלאַנג שאַפֿט זיך בײַ אונדז פֿון איבערלייענען דאָס ליד? ס´רופֿט זיך אָפּ עפּעס אין אונדזע שׂכל? אין אונדזער לעבן? צי געפֿעלט אונדז דאָס ליד? פֿאַר וואָס (ניט)?

4. סוד (כ´האָב נאָך ניט קיין „סודיקע“ פֿראַגעס. כ´קלער נאָך אַלץ.

פֿאַרשרײַב אײַערע שאלות און תּשובֿות אין די קאָמענטאַרן.

* * *

ניו־יאָרק דורך ייִדישן געמיט
יהודה לייב טעלער

די גרויסשטאָטישע גאַסן
פֿײַערלעך פֿאַרגאַפֿט,
ווי שטיבער וואָס וואַרטן
אויף מאַנסבילשן
צוריקקער
פֿון יום־טובֿדיקן מעריבֿ.
ווינטן נאָגן
ווי חזנישער ציקל.
וואָלקן־קראַצערס פֿלאַקערן
ווי עבֿודה־זרהס
אַנטקעגן אַ זון
פֿון אויסגעשײַערט ייִדיש מעש.
פֿאַרנאַכטיקע פֿאָרכט
פֿאַלט אויף מיר
ווי אַ טלית
און כ´באַנעם דעם מיין פֿון מײַנע טעג
פֿירקאַנטיק קלאָר
ווי אונטערן יד
פֿון בעל־קורא.

יום שני, נובמבר 08, 2004

בריוו פֿון "מעלות" (המשך)

איך האָב פֿאַרלייגט מײַן תּשובֿה צו „מעלות“ס ערשטן בריוו. נאָר מער־ווייניקער האָב איך געמאַכט די דאָזיקע טענות: (א) ס´איז אַ פֿאַרשימלטער און פֿאַלשער סטערעאָטיפּ צו זאָגן אַז ייִדישיסטן זײַנען אַפּיקורסים, אָדער אַז פֿרומע ייִדישיסטן זײַנען ניטאָ. (ב) אין ערשטן בריוו האָט מען געטענהט, אַז חרדישע ייִדישקייט איז „אָריגינאַלע ייִדישקייט“. האָב איך באַמערקט, אַז ייִדישקייטן זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשידן־מיניקע, אין אַלע תּקופֿות. וווּ זשע שטייט געשריבן, אַז סאַטמער איז דער איינציקער דרך־התּורה? (ג) כ´האָב זיך אויך געפֿילט באַעוולט, וואָס מע האָט באַשולדיקט ייִדישיסטן אין חורבן־אייראָפּע.

ווײַטער ברענג איך זייער צווייטן בריוו, וועט איר זען וואָס מעלות האָט צו זאָגן בתּשובֿה.

לכבוד מר. בערגער:
א דאנק פאר אייער בריוו. ס'איז אונז געווען אן אנגענעמע איבעראשונג צו הערן אז איר און רוב פון אייערע פריינד זענען שומרי מצוות. מיר זענען דאנקבאר פאר אייער אויפקלערונג און מיר האבן לויט דעם פארראכטן אונזער ערשטן בריוו.
בנוגע אונזער זאג "אריגינעלער אידישקייט", זענען מיר אפשר מחולק אויף אייך. די פראגע איז: וואס מיינט איר מיט "שומרי מצוות"? רעפארמער און קאנסערוואטיוון קענען זיך אויך באטיטלען אלס "שומרי מצוות". (זיי פארן אין טעמפל שבת, געבן "טשאריטי", זיצן שבעה...) אפילו מאדערן-ארטאדאקסן זענען נישט גאר נאנט צו אריגינעלער אידישקייט.
אבער אין אייער ענטפער צום "בליק" שילדערט איר זיך אלס "וועלטלעכע יידישיסטן" (ווי אויך "יידישיסטן פון אפיקורסישן סארט", אבער מיר זענען נישט זיכער צו דאס איז אייער הגדרה אדער דעם בליק'ס). "וועלטלעך", לויט וויינרייך'ס ווערטערבוך, איז "סעקולער", וואס מיינט "נישט רעליגיעז". דער רמב"ם, דער רמב"ן, דער ווילנער גאון, און אלע גדולים אשר מפיהם אנו חיים, זענען נישט געווען "וועלטלעך" אין דעם זין. זיי זענען געווען "חרדים לויט אונזער שטייגער" – נישט אז מיר האבן די חוצפה זיך צוצושטעלן צו זיי, נאר מיר שטרעבן צו גיין אין זייערע וועגן. און אז דער רמב"ם איז געווען א דאקטאר און דער ווילנער גאון א מתנגד? דאס מאכט קנאפ אויס. אן אריגינעלער איד מיינט איינער וואס פירט זיך לויט'ן שולחן ערוך אן פשרות – מעג ער זיין א ליטוואק, א ספרדי, א תימני, א שווארצער גר.
איי, פרעגט איר, ווער זאגט אז דאס הייסט אריגינעלער אידישקייט? אפשר איז אידישיזם, רעפארם, אדער קאנסערוואטיזם אויך אידישקייט? דאס איז אזוי ווי איינער זאל זאגן אז ביי אים איז דער מלך אויפ'ן שאך-ברעטל א פויערל און דער פויערל איז די מלכה. שפיל ווי אזוי דו ווילסט אבער רוף עס נישט שאך! די אריגינעלע תורה האט תרי"ג (613) מצוות (און רעדן אידיש איז, אגב, נישט איינע פון זיי, כאטש ס'איז א שטארקער גדר – ועשו סיג לתורה). אויב איינער וויל נישט היטן אלע פון זיי, קען ער עס נישט אנרופן אריגינעלער אידישקייט.
א קולטור פון ביכלעך וואס בריקעווען אין תורה ומצוות און טרייבן לצנות פון ערליכע אידן איז נישט קיין אידישער קולטור. דאס איז אן אנטי-אידישער קולטור. די תורה איז אונזער קולטור. קולטור אן תורה איז גארנישט. זעט נאר וואו די דייטשן זענען אנגעקומען מיט זייער קולטור. די תורה האט אונז געמאכט פאר א פאלק. יעדע זאך וואס איז קעגן תורה, ווי שיין און קינסטליך ס'זאל נאר זיין, איז אויטאמאטיש קעגן אידן. איר וואלט זיכער נישט אנגערופן די נאצי פראפאגאנדע "אידישער קולטור" ווייל זיי שרייבן א סך וועגן אידן און אידישקייט. "גדול המחטיאו יותר מהורגו". די נאציס ימ"ש האבן אונז שיער אומגעברענגט פיזיש און די אפיקורסישע שרייבערס (אינאיינעם מיט די ציוניסטן) האבן אונז שיער אומגעברענגט גייסטיג.
דאס ברענגט אונז צו אייער הארבסטער טענה. מיר האבן באשולדיגט די אידישיסטן אין חורבן פון אידישקייט אין אייראפע, נישט ח"ו אין חורבן אייראפע. דאס מיינען מיר די גיפטיגע משכילישע ביכלעך פול מיט שקרים און בלבולים וואס האבן אנגעפילט די ריינע מוחות פון אידישע קינדער מיט תאוות און אפיקורסות און אראפגעפירט טויזנטער פון אידישן וועג. מיר מיינען די נידערטרעכטיגע יום כיפור באלן און מיאוס'ע טעאטער שפילן. מיר מיינען די רשעות'דיגע יעווסעקעס וואס האבן געשלאסן ישיבות און חדרים און פארשיקט זייערע אייגענע עלטערן און רביים קיין סיביר.
צו דאס האט גורם געווען חורבן אייראפע איז שוין א השקפה'דיגע שאלה (אויף וואס א בליק אין דער תוכחה פון ספר דברים קען ווארפן א שטיקל ליכט), אבער נישט דאס האבן מיר געמיינט מיט אונזערע ווערטער אין "מאמע לשון" און אין אונזער בריוו. מיר האבן געמיינט דעם גייסטיגן חורבן, נישט דעם פיזישן.
דער הויפט גורם פון די מיספארשטענדענישן צווישן אונזער לאגער און אייערער איז וואס מיר זענען ביידע געבליבן שטעקן אין מזרח אייראפע פון די אנהויב 1900'ער יארן. די היינטיגע אידישיסטן זענען נישט די אנטירעליגיעזע רשעים, מומרים להכעיס און חוטאים ומחטיאים את הרבים וואס אונזערע אור-עלטערן געדענקען פון זייערע יארן; חרדישער אידישקייט איז ווייט כרחוק מזרח ממערב פונ'ם "שטירמער סטייל" קאריקאטור וואס די משכילישע שרייבערלעך האבן אויסגעמאלן אין זייערע ביכלעך. שוין צייט פאר אונז אלעמען פטור צו ווערן פון די פארשימלטע "סטיריאטייפס"!
אבער בנוגע אייער רוף זיך צו פאראייניגן, האבן מיר ערנסטע צווייפלענישן. מיט דעם איצטיגן בריוו-אויסטויש האבן מיר נישט קיין פראבלעם, אבער צו רעקאמענדירן "אחדות" צווישן דעם המון עם איז אן איינשטעלעניש. "א געשלאגענעם הונט זאל מען קיין שטעקן נישט ווייזן". כאטש דער היינטיגער אידישיזם איז פארהעלטניסמעסיג אומשעדליך, וואלטן מיר באטראכט אלס סכנה פאר אונזערע קינדער צו האבן שייכות מיט קינדער וואס קוקן טעלעוויזיע. ביי אייך וואלט (האפנטליך!) נישט געווען קיין גרויסער אומגליק ווען ביילע נחמה'לע זאל ווערן פרומער פון אייך, אבער ביי אונז, טאמער איין קינד גייט ח"ו אראפ א דרגה אין אידישקייט, איז עס א טראגעדיע. אפילו דערוואקסענע ביים אידיש-רעדנדיגן, חסידישן עולם זענען ס'רוב נישט געאייגנט דערצו, סיי פון אינטעלעקטואלן שטאנדפונקט, סיי פון נאטור און כאראקטער, סיי פון דערציאונג און געוואוינהייט, סיי פון שיטה און השקפה.
אויך פון אייער זייט איז מען לפע"ד נאכנישט גרייט אויף אזא פאראייניגונג. א ביישפיל: דער "ארבייטער רינג" ברענגט צומאל א "ווען" מיט אידישע ביכלעך צו פארקויפן אין וויליאמסבורג. זיי מיינען אפשר נישט קיין שלעכטס, אבער זיי וואלטן געמעגט וויסן נישט צו פאראומרייניגן אונזערע איידעלע, תמימות'דיגע בחורימ'לעך מיט שמוציגע ביכלעך.
אונזער עצה פאר אייך, די עצה פון א גוטן פריינד: לייגט אויף א וויילע דאס מאמע לשון אין א זייט, און דערנענטערט זיך צום ענגליש-רעדנדיגן ליטוויש-ישיבה'שן עולם. זיי זענען פון נאטור און דערציאונג אפענער און פריינדליכער ווי דער חסידישער עולם, און בכלל מער געאייגנט און געוואוינט צו האנדלען מיט אידן פון אנדערע שטרעמונגען. מאכט א באזוך אין איינעם פון די גרויסע ספרים געשעפטן אין בארא פארק וואו איר וועט טרעפן א שלל פון אויסגעצייכנטע ענגלישע ביכער אויף אלע טעמעס פון אידישקייט, אדער נעמט אנטייל אין אן "ערכים" סעמינאר, ספעציעל געצילט צו ענטפערן קשיות אויף תורה און אמונה פאר אינטעלעקטואלן וואס זענען אינטערעסירט אין אידישקייט. (אינפארמאציע וועט איר מסתמא טרעפן אויפ'ן אינטערנעט.) ווען איר וועט זיין גענוג באקאנט אין זייער לעבנסשטייגער, וואס איז כמעט נישט אנדערש פון אונזערן, וועלן מיר זיך קענען צונויפזעצן און "רעדן מאמע לשון".
ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם!
הצלחה און כל טוב,
די רעדאקציע
נ. ב. איבריג צו זאגן, אייער חוב איז נמחל במחילה גמורה.
נ. ב. ב. אויב אנדערע חלקים פון אונזער בריוו זעען אייך אויס ווי הימל-שרייענדיגע עוולות, זייט אזוי גוט און פרעגט אונז איבער דערוועגן איידער איר שטעלט אריין אייער ענטפער אין אינטערנעט [טעל. און פאקס נומ.: 1831-352-845]. לויט אלע ווארשיינליכקייטן איז עס א מיספארשטענדעניש, און מיר ווילן נישט אז אונזער בריוו זאל חלילה ברענגען א חילול השם.
נאך א קליין באמערקונג: אין ארץ ישראל, וואו מ'רעדט א ליטווישער אידיש, זאגט מען "איד", "אינגל", נישט "ייד" אדער "יינגל".
נאך א קאפיטשקע געדולד: מיר כאפן זיך איצט אז איר האט מעגליך נישט ריכטיג פארשטאנען פארוואס אונזערע ליינער האבן נישט געוואלט הערן די מיינונג פון א מעדיציניש שטודירטן. דאס איז נישט צוליב רעליגיעזע טעמים (זיי גייען צו דאקטוירים אויך), נאר טאקע ווייל זיי גייען שוין צו מעדיצינישע דאקטוירים און ווילן אראפגיין פון מעדיצין, ווי די ערשטע ליינערין וואס האט אנגעהויבן דעם שטראם בריוו האט קלאר געשריבן. "היימישע עצות" האבן מיר געמיינט "באבסקע רפואות". (מיר רעדן איין שפראך אבער מיר לעבן אין צוויי וועלטן... א שאד, א שאד...) מיר האבן פארראכטן דעם בריוו אז אנדערע זאלן עס נישט שלעכט פארשטיין.

יום חמישי, נובמבר 04, 2004

אַ בריוו פֿון רעדאַקציע „מעלות“

איר האָט אפֿשר געלייענט דאָס שטיקל וואָס כ´האָב אָנגעשריבן וועגן זשורנאַל „מעלות“. כ´האָב זיך דערפֿרייט צו באַקומען אַ בריוו פֿון זיי, דווקא אַ לענגערן, מיט פּרטימדיקע טענות אויפֿן אינהאַלט פֿון מײַן אָפּשאַצונג. ווײַטער ברענג איך דעם בריוו. מיר פֿירן שוין אַ שטיקל בריוואויסבײַט (אויסטויש), וועל איך באַלד אי"ה געבן אויך מײַן ענטפֿער אויף דעם בריוו, און זייער צווייטער ענטפֿער (אוף!).
בס"ד
ר"ח חשון, תשס"ה

לכבוד מר. בערגער:
מיר האבן סוף זומער באקומען פון א פריינט א קאפיע פון אייער ארטיקל "מעלין בקודש" וואס איז דערשינען אויפ'ן אינטערנעט. כאטש מיר האבן געוואלט אויסגלעטן די מיספארשטענדענישן וואס פריער, איז אונז, צוליב דער אויסטערלישער יאגעניש צו ערזעצן די יום טוב און חול המועד טעג כדי צו ענדיגן אונזער זשורנאל באצייטנס, כמעט אוממעגליך געווען זיך צו אדרעסירן צו דעם ביז איצט.
קודם כל, א דאנק פאר'ן שילדערן די "מעלות" פאר אידישע אינטערנעט באנוצער, און פאר אייער אויפריכטיגער "התגלות" (full disclosure), וואס האט אונז, אגב, פארשאפט נישט ווייניג עגמת נפש. מיר וועלן דא אויפקלערן אייערע דריי פערזענליכע איבערלעבענישן פון אונזער שטאנדפונקט:

1. אייער ענטפער וועגן גיין אינמיטן שלאף איז געווען העכסט צופרידנשטעלנד און מיר האבן געווארט צו באקומען נאך אזעלכע
סארט פראגעס פון ליינער פאר אייך צו ענטפערן. אבער א לאנגע צייט דערנאך (אפשר א יאר-צוויי) זענען נישט געקומען קיין פראגעס אויף געזונטהייט. שפעטער האט זיך אנגעהויבן א שטראם פון פראגעס אויף פסיכאלאגישע פראבלעמען, אבער רוב האבן דוקא נישט געוואלט הערן די מיינונג פון א מעדיצינישן שטאנדפונקט, נאר נאטירליכע עצות און חיזוק פון מיטגעמאכטע, וואס מיר האבן באקומען לרוב פון אונזער צעוואקסענעם עולם ליינער. אויב מיר געדענקען ריכטיג, האבן מיר פאר א פאר יאר צוריק געהאט א געלעגנהייט זיך צו באנוצן מיט אייערע טאלענטן, אבער דעמאלט האבן מיר שוין געהאט פארלוירן דעם קשר מיט אייך און מיר האבן אפילו נישט געוואוסט צו איר וואוינט נאך אין ניו יארק.
על כל פנים, מיר האבן זיכער נישט געהאט קיין שום פערזענליכעס קעגן אייך, און אייער שטאפל אין פרומקייט האט נישט קיין
שום שייכות דערמיט. אן ארטיקל אויף השקפה אדער הלכה וואלטן מיר, פארשטייט זיך, נישט אנגענומען פון אייך (פונקט ווי איר וואלט מסתמא נישט אנגענומען פון אונז), אבער מיט א מעדיצינישן ארטיקל האבן מיר נישט קיין שום פראבלעם מיט'ן מחבר, אויב ער איז נאר נישט אויסגעשפראכן אנטירעליגיעז.

2. מיר ווארטן נאך אלץ אויף דער פארטיגער קאפיע פונעם אינטערוויו אין פארווערטס. אויב איר האט עס נישט געהאלטן ביים
שיקן, וואלטן מיר דאנקבאר געווען ווען איר זענט אונז מודיע פון פאראויס.
3. אונזער סיסטעם פון אבאנאמענט איז אנדערש ווי ביי וועלטליכע זשורנאלן, ווייל מיר דינען גאר אן אנדער סארט ציבור. אונזער עולם איז פארנומען מיט גרויסע געזינדלעך בלע"ה, די פרנסה איז בצמצום, און אפטמאל קומט מען פשוט נישט אן ארויסצושיקן דעם טשעק באצייטנס. רוב פון אונזערע אבאנאנטן זענען געשוואוירענע ליינער וואס ווילן נישט פארפאסן קיין איין נומער, און זענען דאנקבאר אז מיר שיקן זיי ווייטער דעם זשורנאל כאטש זיי האבן נאכנישט באנייט זייער אבאנאמענט. אייער פאל איז דער ערשטער וואס האט געשאפן אומאנגענעמליכקייטן. באלד נאכ'ן ליינען אייער ארטיקל, האבן מיר געהייסן אונזער סעקרעטארין מודיע זיין פאר יעדן נייעם אבאנאנט פון פאראויס אז די "מעלות" וועט ארויסגעשיקט ווערן צו אים – און ער וועט דארפן באצאלן דערפאר – ביז ער שטעלט אפ זיין אבאנאמענט. ביטע זייט אונז מודיע וויפיל נומערן איר האט באקומען אומגעבעטן און מיר וועלן אייך בל"נ צוריקשיקן דאס געלט.
וואס שייך דער שילדערונג פון "מעלות" גופא, האבן מיר עטליכע באמערקונגען.
1. די תורה ארטיקלען פון הרב ב. הלוי ווערן אויסדריקליך נישט געשריבן כלפי חוץ. כאטש זיי זענען נישט פון העכסטן סטאנדארט פון שרייבערישן שטאנדפונקט, געבן זיי פאר אונזער אויסגאבע אן אינהאלט און סובסטאנץ. א אידישע אויסגאבע אן א תורה ארטיקל וואלט ביי אונז באטראכט געווארן ווי א צייטונג אן נייעס. די ארטיקלען זענען פון די פאפולערסטע ביי אונזערע מענער ליינער, און ס'איז אונז א כבוד און שטאלץ צו הערן פון א סך תלמידי חכמים אז זיי ליינען עס מיט הנאה.
2. אייערע קאטעגאריזאציע "צדיקים פון יחוס סאטמאר" איז אונז אומפארשטענדליך. מיר שרייבן כסדר פון צדיקים און ערליכע אידן פון אלע קרייזן – חסידים, מתנגדים, ספרדים, בעלז, סקווער, פאפא, באבוב, ליובאוויטש, א. א. וו.
3. אייער אויסצוג פון אונזער רובריק "בית נאמן" האט געקענט שאפן א זייער נעגאטיוון – און פאלשן – איינדרוק פון מענער שאוויניזם און פאראורטייל פון אונזער זייט. מיר וואלטן געראטן אייערע ליינער צו ליינען אונזער גאנצן ענטפער פאר "א יידענע וואס שרייבט אריין מיט הארבע טענות קעגן איר מאן וואס רק ער קריטיקירט איר בעל-ביתישקייט" (אייר תשס"א), וואו מיר זענען איר מחזק אז זי זאל זיך שטעלן אויף אירע רעכטן און געבן דעם מאן אן אולטימאטום איר אויפצוהערן קריטיקירן אדער הערט זי אויף צו ארבעטן. די ווערטער "והוא ימשל בך" געפינען זיך אינגאנצן נישט אין דעם ארטיקל. אויב מיר האבן עס אמאל גענוצט אין אן ענליכן זין איז עס נישט געווען אלס אן ענטפער פאר דער פרוי, נאר אלס אן אויפקלערונג פארוואס דער מאן קריטיקירט איר.
4. וועגן שידוכים האבן מיר שוין א סך געשריבן, און צוריקגעהערט א סך פאזיטיווע גרוסן.
5. מיר האבן באשולדיגט די אידישיסטן אין דעם חורבן פון אידישקייט (ד. ה. שמירת תורה ומצוות) אין מזרח אייראפע, וואס איז, פארשטייט זיך, נישט געקומען פון ליבשאפט צו אידיש, נאר פון שנאה צו אידישקייט. ביטע נעמט עס נישט אן ווי א פערזענליכע באליידיגונג. די היינטיגע אידישיסטן ווערן דורך אונז באטראכט אלס אומשולדיגע "תינוקות שנשבו" וואס האבן קיינמאל נישט פארזוכט דעם טעם פון אריגינעלער אידישקייט. א באזוך אין ברוקלין יעדן פורים און א שטיקל שייכות מיט'ן אפפאל פונ'ם חסידישן עולם איז – פונקט ווי אונזער מאמע לשון, ווי טייער און הייליג ס'זאל נאר זיין – א קנאפער ערזאץ פאר לימוד התורה, שמחה של מצוה, און א דערציאונג אין א תורה'דיגע שטוב. אדרבה, קומט אמאל אויף א שבת אין מאנסי, און איר וועט זען פארוואס מיר האבן היינט אזויפיל טויזנטער בעלי תשובה.
6. רוב פון אונזערע ליינער ווייסן קוים צו זאגן פון אידישיסטן, און כמעט קיינער פון זיי ווייסט נישט אז אידישיסטן עקזיסטירן נאך היינט. מיר האבן זיך בכלל נישט וואס צו פארענטפערן פאר אונזער גוטן אידיש. רובא דרובא האבן שטארק הנאה דערפון, און פון ווען מיר האבן דערקלערט דעם ענין פון אונזער שטאנדפונקט אין די ערשטע יארן פון "מעלות", האבן מיר מער נישט געהערט קיין ווארט קריטיק דערויף. אדרבה, טייל האבן "אידישיסטישע" טענות, פארוואס מיר נעמען צומאל אריין ענגלישע ווערטער.
דוכט זיך אז קיינעם פון אונזער לאגער וואלט נישט איינגעפאלן אז חסידישע אידן דארפן זיך גיין לערנען אידיש ביי אנדערע. אידיש איז ביי אונז א לעבעדיגע שפראך וואס האלט זיך אין איין טוישן, נישט א שטייפע, אפגעטריקנטע שפראך פון מזרח אייראפע, צירקע 1945. דער "יידיש" פון ייוו"א קלינגט אונז פרעמד און אומבאלומפערט (אויסער א טוץ אנדערע טענות – לינגוויסטישע, נישט רעליגיעזע – וואס וועלן אפשר בקרוב ארומגערעדט ווערן אין אונזער רובריק "מאמע לשון"), און פאר אונזערע ליינער וואלט עס געווען כמעט אומפארשטענדליך.
אידיש – א רייכער, שיינער, ריכטיגער אידיש – איז אונזער מאמע לשון. מיר זענען געהאדעוועט געווארן אויף די שריפטן פון די בעסטע ארטאדאקסישע שרייבער פון אייראפע און ארץ ישראל, ווי בער סאקאלאוו, אלתר שנור, און א. זעירא. ענגליש איז אונזער צווייטע שפראך. מיר האבן דעריבער קנאפ נוצן פון אידיש-ענגליש ווערטערביכער. רוב ווערטער פאר "בארייכער דיין ווערטער אוצר" קלייבן מיר אויס פון אונזערע אייגענע ארטיקלען, באנוצנדיג זיך צומאל מיט ענגלישע און דייטשע ווערטערביכער צו דערקלערן זייער באדייט און מקור.

דערפאר וואס מיר ווילן שטארק פארמיידן א פארבינדונג מיט'ן אינטערנעט, וואלטן מיר אייך זייער דאנקבאר געווען אויב איר
קענט דאס אלעס – אדער כאטש א טייל דערפון – איבערגעבן פאר אייערע ליינער. אויב מעגליך, ביטע שיקט אונז אריין א קאפיע פון אייער ארטיקל דערוועגן.
א דאנק פאראויס און א סך נחת פון ביילע נחמה!די רעדאקציע

יום שלישי, נובמבר 02, 2004

הנעור בלילה

אוי, דאָס וואַרטעניש.

כ´בין ניט קיין מומחה אין הילכות וואַלן־נבֿיאות, קען איך זאָגן וואָס איך וויל. לפֿי עניות דעתּי (און לויט די אויספֿרעגן וואָס רינען אַרויס אין דער עפֿנטלעכקייט) דאַכט זיך אַז קערי וועט געווינען אָהײַאָ, און בוש – פֿלאָרידע. אין דעם פֿאַל וועט די מעשׂה זײַן נאָך אַ לענגערע און אַ פֿאַרוויקלטערע ווי מע האָט געמיינט.

אינטערעסאַנט וועט זײַן צו זען, צי זי פֿרומע ייִדן (די מאָדערן־אָרטאָדאָקסן) האָבן „מיטגעטראָגן“ פֿלאָרידע פֿאַר בושן.

לייענט דאָ ווײַטער. סטיי טיונד.

די פֿרוי שלאָפֿט, דאָס עופֿעלע אויך, און נאָר איך אַליין בלײַב אויף, הגליטשט באינטערנעץ יחידי. קיין שטיק געזונט וועט מיר דערפֿון ניט אויסקומען.

דערהײַנטיקונג [12:30 פֿאַר טאָג]: קער האַלט אין פֿאַרשפּילן (פֿאַרלירן) אָהײַאָ. טאָמער יאָ איז אים שוין אַראָפּ פֿון מאַרק.

דערהײַנטיקונג [1:15 פֿאַר טאָג]: אוי. שיט, שיט, שיט. סאַראַ ריס אין האַרצן. נאָר וואָס קען מען טאָן? אַז דאָס פֿאָלק וויל נאָך פֿיר יאָר, וועט מען אים געבן נאָך פֿיר יאָר.

ברוך דין אמת.

אַ פֿריילעכן וואַלטאָג

ווי איז געווען אײַער וועג צום קלפּי?

ווען כ´בין געקומען צום וואַלפּלאַץ אָפּצוגעבן מײַן שטים, איז געווען אַ לאַנגע ריי, אַן אַלגעמיינער אַטמאָספֿער פֿון בילבול־המוחות, און ניט־טויגיקע וואַל־אַרבעטער. איינער האָט געזאָגט, אַז אַזאַ ריי איז אויפֿגעקומען העט אין אָנהייב טאָג, זעקס אַ זייגער אד"פֿ.

שיקט מיר אײַערע איבערלעבענישן בײַם מקיים זײַן די מיצווה. און אויב כ´האָב כּוח און חשק, און איר האָט דעם באַגער, קען איך עפּעס פּאָסטן בשעת מ´איז מודיע די רעזולטאַטן.

אין אַן אינטערוויו אין פֿאָרווערטס האָט אַ חסיד געזאָגט, אַז די וואַלן גייען זיי קנאַפּ אָן. כ´האָף אַז מע זעט אײַן, וואָס פֿאַר אַ טעות דאָס איז.