יום רביעי, אוקטובר 27, 2004

אַ שטאָט אויף רעדער

מזל־טובֿ! דער ניו־יאָרקער סאָבוויי איז הײַנט געוואָרן הונדערט יאָר אַלט. אין נאָוועמבער, 2003, האָב איך עפּעס אָנגעשריבן וועגן מײַן באַליבסטן פֿאָר־מיטל.

יום שלישי, אוקטובר 26, 2004

אַ וועלט־שׂרפֿה

צינד אונטער די וועלט, וועסטו וויסן איר ווערט.
--פּאָל קיין (הײַנטצײַטיקער אַמעריקאַנער פּאָעט)

אַ פּײַנלעכע מחלוקת

מסתּמא איז דער שפּאַלט אין סאַטמער שוין גאָר אַ טיפֿער. נאָר ווי טיף פּינקטלעך? עס זײַנען דאָ למשל אַזוינע, וואָס

* עסן ניט פֿון „יענעמס“ שחיטה/טרינקען ניט „יענעמס“ יין?

* האַלטן אַז „יענע“ זײַנען פּסול לעדות?

* האָבן ניט חתונה (אָדער מאַכן ניט חתונה זייערע קינדער) מיט „יענע“?

כ´פֿרעג ניט חלילה ווײַל כ´האָב הנאָה פֿון דער גאַנצער מעשׂה. ס´איז אַ ריס אין האַרצן. נאָר כ´וויל מיטהאַלטן און דעם דאָזיקן ענין באַשרײַבט מען ניט אין די בלעטער.

יום שני, אוקטובר 25, 2004

שוין צײַט צו סדרן אונדזערע טענות

צי האָב איך לייענערס אין די „וואַקל־שטאַטן“, דאָס הייסט אין די שטאַטן, וואָס זײַנען מער־ווייניקער גלײַך צעטיילט צווישן קער־ און בוש־שטיצערס? (דאָס זײַנען אַריזאָנאַ, קאָלאָראַדאָ, פֿלאָרידע, האַוואַיִ, אײַאָווע, מיין, מינעסאָטע, מישיגען, מיסורי, נעוואַדע, ניו־העמפּשיר, ניו־דזשוירזי, ניו־מעקסיקע, אָהײַאָ, אָרעגען, פּענסילווייניע, וועסט־ווירדזשיניע און וויסקאָנסין.)

טאָמער יאָ, און איר האָט נאָך ניט באַשלאָסן פֿאַר וועמען איר גייט שטימען, לאָמיר אײַך פּרוּוון איבערצײַגן.

אויב איר ווילט מיך איבעררעדן צו בוש, איז מסתּמא אויך העכסטע צײַט. כאָטש ניו־יאָרק איז דורכויס דעמאָקראַטיש.)

יום חמישי, אוקטובר 21, 2004

אויף צו מאָרגנס

איבערגעקײַט די אַלטע ניגונים
איבער קאַלטע טעפּלעך קאַווע
זאָגט מען זיך ווידער די ליגונים*
אַז מע האָט באַזיגט די תּאווה.

מע ווייסט ניט באמת ווי אַזוי
נאָר עס וועקט אונדז אויף דער רבי
מיט אַ משל: פֿרימאָרגן־טוי
און נימשל: ס´תּמצית פֿון לעבן.

וואָס אין צווישן? כ´קען ניט זאָגן.
מיר דאַכט, אַ מזכּיר איז געווען.
נאָר אַז עס וועט שוין ווידער טאָגן,
מיטן טוי ווער ווייסט וואָס וועט געשען?

*ליגונים = ליגנס.

יום שני, אוקטובר 18, 2004

את מײַן אַדיקציע אַני מזכּיר היום

איך הייס שלום בערגער און איך בין אַדיקטירט צו די נײַעס וועגן די קומעדיקע וואַלן. כ´בין אַ יוצא־וניכנס בײַ די אַלע וועבזײַטן וואָס שאַצן אָפּ דעם רעזולטאַט פֿון עלעקטאָרן־קאַלעדזש לויט די הײַנטיקע אויספֿרעגן (פּאָלס, אַנקעטעס). כ´לייען די פּאָליטישע בלאָגס.

און עס שאַפֿט מיר קיין הנאָה ניט. פֿאַרקערט: יסורים און עגמת־נפֿש. כ´האַלט מיט (כ´לעב מיט) מיט די עליות און ירידות פֿון מײַן קאַנדידאַט אין די אַנקעטעס און די רייטינגס. (ווער איז מײַן קאַנדידאַט? אַז איר פֿרעגט שוין, האָט איר ביז אַהער ניט געלייענט מיט קאָפּ.)

כ´קען קוים דערוואַרטן, ס´זאָל שוין נעמען אַ סוף. זאָל אַפֿילו זײַן דער „ניט־ריכטיקער“ רעזולטאַט, אַבי אַ סוף.

(און דערפֿאַר, פּאָעזיע־חסידים, האָב איך דערווײַלע אָפּגעלייגט מײַן קלאַס ביז דער ערשטער וואָך נאָוועמבער. כ´קען פּשוט ניט.)

אוי, איז דאָס ביטול־תּורה, ביטול־עסק, און ביטול־שׂכל.

*

אַגבֿ, אויב איר ווילט וויסן ווען כ´שרײַב אָן עפּעס נײַעס, קענט איר אַבאָנירן אויף מײַן גוגל־גרופּע.

יום חמישי, אוקטובר 14, 2004

ראַבײַס און „רעגיולער גײַס“

נעכטן בין איך געפֿאָרן אין ניו־הייוון זיך צוצוהערן צו אַ פּאַנעל פֿון די אָנפֿירערס פֿון די פֿיר הויפּט־באַוועגונגען בײַ אַמעריקאַנער ייִדן: יוסף בלאַו פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט (אויפֿן אמת קיין אָנפֿירער, פּשוט אַ ראָש־ישיבֿה), איתמר שאָרש פֿון ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, דוד עלענסאָן פֿון היברו־יוניאָן־קאַלעדזש, און דן ערנקראַנץ פֿון רעקראָנסטורקציאָניסטישן ראַבניער־קאַלעדזש. כאָטש מע האָט געזאָלט רעדן אויף דער טעמע „דער מאָרגן פֿון אַמעריקאַנער ייִדנטום“, האָט מען פֿאָרגעלייגט ווייניק נײַע געדאַנקען, בלויז איבערגעקײַט די געשיכטע פֿון אַמעריקאַנער קיבוץ און געלויבט אין הימל אַרײַן די אויפֿטוען פֿון זייער אייגענע מוסדות.

היפּש אינטערעסאַטנער, כאָטש גוייִשער, זײַנען געווען די מענטשן וואָס כ´האָב געטראָפֿן אַהינ־ און צוריקוועגס. דער טאַקסי־שאָפֿער שטאַמט פֿון קאָלאָמביע און איז שוין נײַן יאָר אין אַמעריקע. כּדי צו פֿאַרפֿירן אַ שמועס האָב איך אַ פֿרעג געטאָן, צי ער האָט בדעה צו קוקן די בוש־קערי־דעבאַטע. (מיר האָבן גערעדט אויף שפּאַניש.) פּלוצעם האָט ער זיך צעפֿלאַקערט און געהאַלטן אַ לאַנגע דרשה וועגן אַבו־גרייב, זיך אָנגערופֿן, „איך וועל ניט קוקן די דעבאַטע ווײַל כ´וויל ניט הערן קיין וואָרט וואָס קומט אַרויס פֿון מויל בײַ יענעם חבֿרה־מאַן [בוש]." ס´האָט מיך דערמאָנט, אַז אַבו־גרייב איז שוין לאַנג אַראָפּ פֿון סדר־היום אין דעם וואַלן־סעזאָן, ווי קיין מאָל גאָרניט. ס´איז אויך געווען טיף רירנדיק צו הערן ווי ער זאָגט: „איך שטאַם פֿון קאָלאָמביע, און כ´ווייס פֿון אומיושרדיקע און אומבכּבֿודיקע מלחמות, און דאָס איז אַן אומיושרדיקע און אומבכּבֿודיקע." (זײַט וויסן דאָ גייט ניט די רייד וועגן מײַן פּערזענלעכן פּאָליטישן צוגאַנג, פּשוט אין דער עמאָציע און אויפֿגערעגטקייט פֿון דעם פּראָסטן חי־וקיים, וואָס כ´האָב צופֿעליק געטראָפֿן אויפֿן וועג אויפֿן סימפּאָזיום.)

דער פּאַנעל האָט זיך געצויגן ביז שפּעט אין דער נאַכט, ווײַל ייִדן (און עסקנים בפֿרט) האָבן ליב צו פֿאַררעדן זיך. אויף דער באַן צוריקוועגס אין ניו־יאָרק, אַרום איינס אַ זייגער, האָב איך געטראָפֿן אַ צווייטן שפּאַניש־רעדער, דאָס מאָל אַ גראָבלעכע פֿרוי מיט איר זון. זי האָט מיר אַ פֿרעג געטאָן, ווי אַזוי זי קען קומען אין צפֿון־קעראָלײַנע [!] האָב איך איר פֿירגעלייגט, אַז זי קען נעמען אַ בוס. כ´האָף אַז זיי געפֿינען זיך שוין אויפֿן וועג אַהין. שטעלט זיך פֿאָר: אַ פֿרוי מיט איר זון פֿאָרן טויזנטער מײַל ווען גאָט שלאָפֿט נאָך, אָן קיין וואָרט ענגליש, און אויף יענער פֿרויס פּנים איז ניט געווען קיין סימן נערוועזקייט אָדער פּאַניק, פּשוט אַזאַ בטחון אַז אַלץ וועט זיך אויספּרעסן . . .

דאָס זײַנען ניט געווען קיין איבערקערנדיקע באַקאַנטשאַפֿטן, נאָר ס´איז געווען אַ חידוש וויפֿל מער אינטערעס ס´האָט מיר פֿאַרשאַפֿן צו שמועסן מיט פּשוטע גוייִם איידער זיך צוצוהערן צו פּלוידערזאַק־בעל־דרשנים.

יום שלישי, אוקטובר 05, 2004

עס גייט אָן דעם כּבֿיכול פֿאַר וועמען מע שטימט?

אַ דיאַלאָג
[כ´האָב דאָס צו ערשט אַרויסגעגעבן אויף מײַן ענגליש־בלאָג, און אַבֿישי האָט געבעטן כ´זאָל עס איבערזעצן אויף מאַמע־לשון. ס´איז באַזונדערש פּאַסיק ערבֿ די ערשטע וויצע־פּרעזידענט־דעבאַטע און די צווייטע פּרעזידענט־דעבאַטע, כאָטש יענע קומט פֿאָר יום־טובֿ.]
מענטש 1: אַוודאי ניט!
מענטש 2: מיינסט אפֿשר, אַז דער אייבערשטער איז אַזאַ קאַלטער מלאך, ס´זאָל אים גאָר ניט אָנגיין פֿאַר וועמען מע שטימט?
אַזאַ גאָט וואָלט געווען אַן אָפּגעפֿרעמדטער, אַ פֿאַרטראַכטער, ניט שײַך אונדזער טאָג־טעגלעך לעבן!
מ1: אפֿשר גייט אים יאָ אָן, נאָר ער הייסט אונדז אַוודאי ניט פֿאַר וועמען צו שטימען.
מ2: אַוודאי הייסט אונדז דער אייבערשטער פֿאַר וועמען מיר זאָלן שטימען, נאָר ניט בפֿירוש. די נבֿואה איז כּידוע הײַנט צו טאָג מער ניט אַקטיוו, נאָר פֿאַראַן נאָך אַ סך אַנדערע אופֿנים זיך צו פֿאַרבינדן מיטן אייבערשטן: פֿון שׂכלדיקע באַטראַכטונגען ביז הלכהשע דיסקוסיעס און מאָראַלישע אינספּיראַציע.
מ1: דאָס הייסט, אַז איר פֿאַרגלײַכט אײַערע פּאָליטישע באַשלוסן מיט רצון השם? זאָג כאָטש להבֿדיל!
מ2: ניט איך פֿאַרגלײַך די צוויי – כ´זאָג נאָר אַז דער פּראָצעס פֿון מאַכן אַ פּאָליטישן באַשלוס, פֿאַר אַ רעליגיעזן ייִד, ווערט געטריבן פֿון די זעלבע שטרעבונגען און צוגאַנגען וואָס זײַנען משפּיע אויף אונדזער באַציִונג מיטן אייבערשטן.
מ1: האַ?
מ2: גיט אַ טראַכט. אויב דו ביסט אַ מאמין בשם, און דו ווילסט אַדורכפֿירן דעם „מה הוא, אַף אַתּה“, קען מען דאָך ניט אַלע מאָל זײַן זיכער אַז מע טוט וואָס דער אייבערשטער וויל, איבער צוויי סיבות: אַלף, ווײַל ס´איז שווער צו זאָגן אַז גאָט האָט פֿאַרלאַנגען בכלל (דאָס איז דאָך אַ טבֿע בײַ מענטשן, לאַוו־דווקא בײַ השם־יתברך), און בית, ווײַל אַפֿילו מע נעמט אָן אַז גאָט האָט פֿאַרלאַנגען, ווערט ניט געדרונגען אַז אַ בשׂר־ודם קען אַפֿילו אויספֿירן זיי אויף אַ לפֿי־ערכדיקן אופֿן.
מ1: וואָס איז אָבער די שײַכות מיטן שטימען?
מ2: גאַנץ פּשוט – ס´איז ניט שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז דעם אייבערשטן וואָלט ליבער געווען איין קאַנדידאַט אַנשטאָט אַ צווייטן. אַפֿילו אָבער דאָס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, איז אפֿשר ניט משמעות אַז גאָט פֿירט טאַקע אַזוי אויס די געשיכטע. (קען זײַן, למשל, אַז ער איז יאָ שטאַרק אַײַנגעטאָן אין דער היסטאָריע פֿון דער וועלט, נאָר ניט אויף די זעלבע דימענסיעס וואָס מיר, אָדער מיט אויפֿמערק צו די זעלבע פּרטים וואָס מיר האַלטן פֿאַר וויכטיק.) דערצו נאָך זײַנען אונדזערע פּאָליטישע באַשלוסן לאַוו־דווקא די זעלבע, וואָס דער אייבערשטער וואָלט געמאַכט.
מ1: אַ גאַנצע חד־גדיא. אפֿשר איז פּשוטער צו שטימען אָן צו טראַכטן אין גאָט?
מ2: קען זײַן. נאָר אַזוי ווי אַ גאָט וואָס ס´גייט אים ניט אָן פֿאַר וועמען מע שטימט וואָלט געווען אַ קאַלטער מלאך, וואָלט אויך געווען אַן אָפּגעפֿרעמדטער ערלעכער ייִד (אָדער, צום ווייניקסטנס, אַ שטאַרק סתּירותדיקער) וואָס וואָלט ניט אַרײַנגענומען דעם כּבֿיכול אין זײַנע פּאָליטישע באַטראַכטונגען.
מ1: איז פֿאַר וועמען וויל דער אייבערשטער כ´זאָל שטימען?
מ2: [דעם ענטפֿער האַלט מען בסוד כּדי אויפֿצוהיטן די נייטראַלקייט פֿון בלאָג.]

יום שבת, אוקטובר 02, 2004

בלאָג מבֿשׂר, מבֿשׂר ואומר

חבֿרים מײַנע ווילן פֿאָרן אין וו"בורג אָדער ב"פּ צו פּראַווען תּיקון־ליל־הושענה רבה מיט די חסידים. אין וועלכע שולן איז לעבעדיק?

אַה, און דרך־אַגבֿ: אַ גוט קוויטל און אַ גוט־מועד.

און געדענק, אַז „אַ סוכּהלע אַ קליינע“ האָט עס אָנגעשריבן אַ . . . פּאָעט. און קוקט וויפֿל ייִדן זינגען עס יאָר־אײַן יאָר־אויס! איר קענט אויך האָבן אַזאַ פּעולה אַז איר לערנט זיך שרײַבן לידער.