מסתּמא איז דער שפּאַלט אין סאַטמער שוין גאָר אַ טיפֿער. נאָר ווי טיף פּינקטלעך? עס זײַנען דאָ למשל אַזוינע, וואָס
* עסן ניט פֿון „יענעמס“ שחיטה/טרינקען ניט „יענעמס“ יין?
* האַלטן אַז „יענע“ זײַנען פּסול לעדות?
* האָבן ניט חתונה (אָדער מאַכן ניט חתונה זייערע קינדער) מיט „יענע“?
כ´פֿרעג ניט חלילה ווײַל כ´האָב הנאָה פֿון דער גאַנצער מעשׂה. ס´איז אַ ריס אין האַרצן. נאָר כ´וויל מיטהאַלטן און דעם דאָזיקן ענין באַשרײַבט מען ניט אין די בלעטער.
ווער זאגט עס דען אז מען באשרייבט עס נישט אין די בלעטער
השבמחקcheck out the Times herald record
נישט איעדען טאג באריכטן זיי אבער מיט א שטיקל זוך קען מען תמיד אלץ געפונען
כ´לייען יאָ דעם טײַמס־הערלד־רעקאָרד, נאָר געמיינט האָב איך, אַז אין יענער צײַטונג גייט ניט די רייד וועגן די סאָציאַלע ענינים וואָס כ´דערמאָן דאָ אויבן. סײַדן כ´האָב אַ טעות (עס מאַכט זיך אַ מאָל).
השבמחק