יום חמישי, ספטמבר 23, 2004

תּשובֿה: וווּהין?

תּשובֿה איז אַזאַ מין זאַך וואָס יעדער ווייסט וואָס זי איז, נאָר אַז מע פּרוּווט זי דעפֿינירן ווערט מען פֿאַרפּלאָנטערט.
אין פֿלוג זײַנען פֿאַראַן צוויי ריכטונגען פֿון תּשובֿה: דער פֿון וואַנען און דער וווּהין. דאָס ערשטע איז פֿאַרגלײַכיק גרינג צו פֿאַרשטיין. מע וויל זיך מאַכן אַ חשבון־הנפֿש אין פּשוטן זין, אויסוואָרצלען די אַלע שלעכטע רגילותן און די זאַכן וואָס מע שעמט זיך דערמיט. מע וויל מאַכן אַ תּיקון־מידות. עס טוט זיך ניט אַזוי גרינג ווי עס רעדט זיך, אַוודאי, נאָר מע ווייסט כאָטש מיט וואָס מ´איז זיך משתּדל.
דער צווייטער טייל פֿון תּשובֿה, דאָס אומקערן זיך צו גאָט, איז אַ סך שווערער צו פֿאַרשטיין – פּשוט דערפֿאַר, וואָס נאָכצומאַכן גאָט („מה הוא . . . אַף אַתּה“) איז ניט אַלע מאָל אויסגעהאַלטן אויף אַן אופֿן וואָס מע קען פּראַקטיש אַדורכפֿירן. פֿאַר וואָס? דער כּבֿיכול האָט אַ סך גוטע, ניין, פּערפֿעקטע מידות, אָבער ניט אַלע שטימען איינע מיט דער צווייטער. גאָר להיפּוך – טייל זײַנען זיך אָפֿט מאָל סותר. למשל, וואָס דאַרף מען געבן די בכורה: דרכּי שלום אָדער אָנפּשרהדיקע אידעאַלן? מע קען צוקומען צו סייעתּא דשמיא, נאָר דאָס איז נאָר אַן אופֿן ווײַטער אָפּצורוקן דעם סוף־באַשלוס. כ´האָב קיין מאָל ניט פֿאַרשטאַנען ווי מע . „פֿאַרבינדט זיך“ צום אייבערשטן דורך אַזאַ מין קונץ. עס האָט זיך מיר אַלע מאָל געדאַכט, אַז „בס"ד“ איז אַן אופֿן זיך אַרויסצודרייען פֿון אַזוינע האַרבע שאלות ווי, למשל, צי דעם אייבערשטן איז ליבער דער צי יענער הלכהשער אידעאַל.
אַז מע וויל טאָן תּשובֿה, זיך אומקערן צום אייבערשטן, דאַרף מען זיך דערפֿאַר אַ פֿרעג טאָן: וווּהין, אין וועלכער ריכטונג, וויל איך זיך אומקערן? וואָס פֿאַר אַ וויזיע האָב איך פֿון תּשובֿה? ניטאָ קיין איינציקער מאָדעל וואָס קען אַרײַננעמען אַלע אויסמאָלונגען פֿון תּשובֿה. דער וויל לערנען תּורה זעכצן שעה אַ טאָג; דער וויל טאָן מעשׂים־טובֿים; דער וויל פֿאַרפֿעסטיקן שלום־בית און גוט שפּײַזן זײַנע בני־בית; דער וויל, ווידער, זיך מער באַמיִען צונויפֿצופּאָרן תּורה און חכמה.
לפֿי עניות דעתּי איז טייל פֿון תּשובֿה דווקא דער עצם אָפּטײַטש פֿון תּשובֿה. וווּהין וויל מען גיין, און פֿאַר וואָס? ס´איז ניט גענוג אָפּצוקאָפּירן דעם מאָדעל פֿון דער קהילה וווּ מע וווינט, ווײַל עס קען זײַן אַז ס´איז טעותדיק. למשל, די חרדישע קהילה איז ניט פּערפֿעקט, און די ליבעראַלערע קהילה (וווּ איך וווין) אויך ניט.
מע וויל מתקן זײַן די אייגענע מידות כּדי צו זען מיט קלאָרע אויגן וואָס פֿאַר אַ תּשובֿה מע זאָל טאָן, וווּהין מע זאָל זיך קערן און – מיט וואָס פֿאַר אַ כּוונות. שטייט דערפֿאַר אין פּסוק: קחו עמכם דבֿרים – מיטנעמען זאָלט איר די מחבֿשות וואָס איר האָט שוין צוגעגרייט פֿון פֿריִער, און די־אָ וועלן אײַך העלפֿן „נשלמה פֿרים שׂפֿתינו“, וואָס איז טײַטש (לויט אַלטע כּתבֿ־ידן) „זאָלן צײַטיק ווערן די פֿרוכט פֿון אונדזערע ליפּן“, די אָרנטלעכע אויסדרוק פֿון אינעווייניקסטע פֿאַרלאַנגען.

7 תגובות:

  1. אנונימי1:00 אחה״צ

    אין פלוג?

    השבמחק
  2. אין פֿלוג = לכאורה. מער ליטוואַקיש.

    השבמחק
  3. אנונימי3:35 אחה״צ

    סך הכל
    האט איר שוין תשובה געטין ??

    השבמחק
  4. אנונימי12:14 אחה״צ

    וואס מיינט
    וואזשנע
    פרעגט מיר בחרם

    השבמחק
  5. וואַזשנע = חשובֿ, אָנגעזען, פּראָמינענט, ווירדיק

    מע זאָגט אויך „ אַ וואַזשנער אויפֿטו“ = אַ גאָר גרויסער דערפֿאָלג

    השבמחק
  6. אנונימי6:06 אחה״צ

    ביסט א פיינער ייד
    וואס מיינט
    פרעגט מיר בחרם

    השבמחק
  7. הערט, כ´האָב ליב צו ענטפֿערן אויף אײַערע שאלות, זיי מאַכן מיך פֿילן זיך נוצלעך, נאָר קענט איר ניט קויפֿן קיין ווערטערבוך?

    "פֿרעג מיך בחרם" = כ´האָב קיין אַנונג ניט, כ´הייב ניט אָן צו וויסן. בלעז: “ביטס מי“.

    השבמחק